געלעכטער דורך טרערן: דאָס לעבן פונעם יידישן שרייבער שלום עליכם

וואָס איז אייגנארטיג וועגן דער פיגור פון שלום עליכמען?

 יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: קודם-כל, וויל איך אַ פרעג טאָן וועגן שלום עליכם און אייער פערזענלעכע שטעלונג צו אים. ווי זעט איר אים אַז אַ מענטש, אַ פיגור, אַ קינסטלער פון יענער תקופה? ווער איז ער פאַר אייך?

אירינאַ קלימאָוואַ: ער איז מיין פאַטראָן. איך אַרבעט צו פאָפולעריזירן זיין ווערק, זיין ליטעראַרישע ירושה, צו דערציילן מעשיות וועגן אים, און  צוציען אויפמערקזאַמקייט צו זיין פערזענלעכקייט. ער איז באמת אַן אויסערגעווענליכע פיגור.

איין מאָל געקומען איז א באַזוכער צום מוזיי און זאָגט, «וואָס דאַרף איך דערציילן כדי מענטשן זאָלן קומען צו אייך לויפן?» און איך האָב געפֿונען אַן אויסוועג – איך ווײַז שטאַנדן וואָס דערציילן וועגן זײַן קינדהייט, זײַן יוגנט, אַז ער האָט געלערנט נאָר אין דער קאָונטי שול – דאָס איז זײַן איינציקע רעגולערע בילדונג. און דערנאָך ווײַז איך גלייך זײַנע לעצטע טעג אין דער וועלט, דאָס הייסט, זײַן לויה.

מע קען זען די פֿאָטאָס – זיי זענען פּשוט געוואַלדיק. לויט סטאַטיסטיק, זענען פֿון 150 ביז 300 טויזנט מענטשן געקומען אים זען אויף זײַן לעצטן וועג. אפילו אויב איר גלויבט נישט די סטאַטיסטיק – אין דער פֿאָטאָ קען מע זען די מאַסע, די גאַסן זענען גאָר פול מיט מענטש

דער מאַן האָט דערפֿאַרט רום בעת זײַן לעבן. דאָס פּאַסירט נישט אַזוי אָפֿט. לויט דער ייִדישער טראַדיציע, זאָל מען באַגראָבן אַ מענטשן דעם זעלבן טאָג וואָס ער איז געשטאָרבן — ער איז נישט באַגראָבן געוואָרן נאָך פֿאַר דרײַ טעג, ווײַל עס זענען געווען רופֿן, טעלעגראַמען, מענטשן וואָס האָבן געבעטן צו וואַרטן ביז מען זאָגט אים זייַ געזונט. ער איז געווען גאָר פּאָפּולער.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פון וואַנען קומט זײַן אײַנציקאַרטיקייט און פּאָפּולאַריטעט? פון געלעכטער טראָץ טראַגעדיען?

אירינאַ קלימאָוואַ: אמת, ער האָט געהאַט אַזאַ סטיל, אַז איר לייענט עס — איר לאַכט, און דאַן טראַכט איר, ווי קענט איר לאַכן פֿון דעם? דאָס איז טאַקע אַ סיבה צו וויינען.

אָבער דאָס איז נישט דאָס איינציקע פֿאַר וואָס מע קען אים כבוד געבן. שלום עליכם איז געווען זייער אַ מוטיקע עפֿנטלעכע פֿיגור, אַן אומגלויבלעכער פּסיכאָלאָג, טראָץ דעם פֿאַקט אַז ער האָט עס קיינמאָל נישט געלערנט. ער האָט געוווסט ווי צו האַלטן דעם לייענער פֿאַרכאַפּט…

שלום עליכמס בילדונג

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: די פֿראַגע איז גלייך — אַ מענטש געבוירן אין 1859 אין אַ דאָרף — מיר פֿאַרשטייען אַז די צײַטן זענען נישט געווען גרינג. עס זענען מסתּמא אויך געווען פּראָבלעמען מיט בילדונג אין דער רוסישן אימפּעריע אין יענער צײַט. ווי אזוי האט שלום עליכם דערגרייכט אויף אַזאַ מדרגה?

אירינאַ קלימאָוואַ: יידן האבן אַן אַלטע טראַדיציע — זיי דאַרפן זײַן אויסגעבילדעט. יידישע בילדונג איז זייער שווער. א קינד ווערט גענומען אין שול פון פיר יאר אן. דארט איז דא אַ מעגלעכקייט צו לייענען תורה, הערן צו קאמענטאַרן אויף זיי — דאס איז זייער וויכטיג. עס זענען געווען אנטוויקלטע יידישע קינדער אפילו אין דערפער..

דערצו האָט די השכּלה געהאַט אַ טיפֿן איינפֿלוס אויף שלום עליכמען. נאָך אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד די השכּלה־באַוועגונג, און אירע אָנהענגערס פֿלעגן באַזוכן דאָס הויז פֿון שלום עליכמעס פֿאָטער; די דאָזיקע השכּלה־פֿיגורן האָבן אויך אויף אים אַליין געהאַט אַ השפּעה.

ווי אַזוי האָט דער טויט פֿון זײַן מוטער באַווירקט שלום עליכמען

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווען שלום עליכמס איז געווען דרײַצן יאָר, איז זיין מוטער געשטאָרבן. וואָס ווייסט מען וועגן די דאָזיקע געשעענישן?

אירינאַ קלימאָוואַ: פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז געווען טראַוומאַטיש פֿאַר אים — סוף־כּל־סוף איז דאָס געווען אַ משפּחה מיט אַ סך קינדער … דערצו איז אַרײַנגעקומען אַ שטיפֿמוטער אין שטוב, ווײַל עס איז זייער שווער צו פֿירן אַ הויז אָן אַ פֿרוי.

שלום עליכמעס מוטער איז געשטאָרבן בעת אַ כאָלערע־עפּידעמיע. און עס זײַנען געלאָפֿן פּליאָטקעס, אַז די ייִדן זײַנען די אורזאַך פֿון דער עפּידעמיע. ייִדן זײַנען געשטאָרבן גלײַך אַזוי ווי אַלע אַנדערע — כאָטש אי ווייניקער — און דערפאַר זײַנען זיי געקומען אונטערן חשד.

און פאַרוואָס ווייניגער? ווײַל זיי האָבן געוואַשן די הענט פאַרן עסן—דאָס איז געווען א כלל פאר זיי. הײַנט די חוקת פון היגיענע האָבן געשפילט א ראָלע.

ממילא, ווען א מוטער שטאַרבט — ווי אַזוי קען דאָס נישט באָווירקן א קינד? דערצו, כדי נישט צו דערשרעקן די שטיף-מוטער מיט אַזאַ גרויסן מאָס קינדער, האָט דער פאָטער בראשיתדיק געשיקט עטליכע פון די ייִנגערע קינדער צו באָבע-זיידעס, און צווישן זיי אויך שלום עליכמען, שלום ראַבינאָוויטשן הייסט עס.

שלום עליכם און גאָלדע: אַ ליבעס מעשׂה

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אזוי איז זיך געטראָפן, אַז שלום עליכם איז געקומען צו סופיאיבקה? ער איז געוואָרן אַ סעקרעטאַר צו לאָיעוון— זייער אַ רײַכעם מאַן אין יענער צײַט — טראָץ דעם וואָס ער האָט נישט געהאַט קיין אוניווערסיטעטישע אויסבילדונג.

אירינאַ קלימאָוואַ: ניין און אפשר איז עס אפילו נישט געווען נייטיק, כאָטש ער האָט געהאָפט אַרײַנצוגיין אין אַן אינסטיטוט… ער האָט זיך באַוויזן אָן אַ העכערע בילדונג.

באַ לאָיעוון איז ער באַוויזן זיך ווײַל נאָך דער אויעזדנער שולע, האָט ער געגעבן לעקציעס, ווען זיי זענען געוואָרן פאַרענדיקט, האָט ער זיך צופעליק געפֿונען אין אַ נחלה און איז געוואָרן נישט נאָר אַ סעקרעטאַר, נאָר אויך אַ פּריוואַטער לערער פֿאַר לאָיעווס טאָכטער, אָלגאַ (גאָלדע).

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי הייבט זיך אָן די-אָט ליבע? אָלגאַ איז געווען פֿופֿצן ווען זיי האָבן זיך באַקענט.

אירינאַ קלימאָוואַ: איך וויל אַרויסהייבן, אַז לויט דער ייִדישער טראַדיציע, ווערט אַ ייִנגל אַרק דערוואַקסענער מיט דרייצן יאָר און אַ מיידל מיט צוועלף יאָר. דאָס איז, מענטשן זענען דעמאָלט געוואָרן פֿיל פֿריִער דערוואַקסענע.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אַלט איז ער געווען אַז ער איז באַקאַנט געוואַרן מיט גאָלדע?

אירינאַ קלימאָוואַ: אַכצן. ער האָט פֿאַרענדיקט די שולע מיטן אַכצן אָדער נײַנצן יאָר. ווי אַזוי האָט מען זיך נישט געקענט פֿאַרקאָכן? ער איז טאַקע געווען זייער אַ באַגאַבטער, שוין דעמאָלט ער האָט געשריבן…

ער פֿלעגט שרײַבן און דערנאָך פֿאַרניכטן, און זי פֿלעגט אַרויסכאַפּן זײַנע שריפֿטן פֿונעם קאַמין כּדי זיי אָפּצוהיטן. ס׳איז געווען ממש ווי אין אַ ראָמאַן.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: טאָ פֿאַרוואָס זשע האָבן זיי געהאַלטן די באַציִונג בסוד? ווײַל ער איז נישט געווען קיין רײַכער?

אירינאַ קלימאָוואַ: פֿאַרשטייט זיך. לויעוו פֿלעגט פּונקט אַזוי זאָגן, אַז וואָס פֿאַר אַ נוצן האָט מען פֿון דעם-אָט שרײַבער, ווען ער האָט זיך נאָך נישט געמאַכט קיין נאָמען. ווען ער איז געווען אַ רבֿ, האָבן זיי געפּרוּווט צו שרײַבן זיך און צו טרעפֿן זיך, אָבער מען האָט איבערגעהאַפּט זייערע בריוו.

לאָיעוו האָט געזאָגט אַז ער דאַרף דעם דאָסיקן רבֿ אויף כּפּרות. אַ רב מטעם איז טאַקע פּשוט טשינאָווניק, און לאָיעוו איז מיט אים בכלל נישט געווען צופֿרידן. ער האָט געוואָלט אַ חתן וואָס איז פּאַסיק געווען פֿאַר זײַן טאָכטערס מדרגה.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: און ווי אַזוי איז עס געקומען טאַקע דערצו, אַז זיי האָבן זיך סוף־כּל־סוף חתונה געהאַט?

אירינאַ קלימאָוואַ: ווייסט איר וואָס, מע קען נישט אַנטלויפֿן דעם גורל. זיי האָבן זיך טאַקע געטראָפֿן אין קיִיוו און חתונה געהאַט

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך האָב געהערט די מעשׂה, אַז גאָלדע איז אַנטלאָפֿן פֿון דער היים, אַז מען האָט איר געהאָלפֿן אַנטלויפֿן, כּדי אַרײַנצוגיין אין דעם דאָזיקן חתונה.

אירינאַ קלימאָוואַ: דאָס זענען פּליאָטקעס און השערות… זי איז אַנטלאָפֿן, ווײַל אירע עלטערן וואָלטן אים קיינמאָל נישט אַרײַנגעלאָזט אין זייער היים. זי איז געפֿאָרן קיין קיִיוו צו האָבן אַ חופּה אַ ייִדישע חתונה. ווען זיי זענען אָנגעקומען קיין סאָפֿייִווקע, האָט מען זיי  אויפֿגענומען מיט נישע קיין אָפֿענע אָרעמס. זיי זענען דאָרט נישט געבליבן לאַנג, נאָך דעם האָבן זיי געלעבט אין שווארצער טומאה (בילאַ צערקוואַ) דרײַ יאָר.

…ס׳איז זייער שווער צו לעבן מיט אַזאַ געניאַלן מענטשן. צו זײַן אַ טייל פֿון אַזאַ מענטשנס לעבן איז אַ גרויסער כּבֿוד. ווער וואָלט געוווּסט וועגן די לאָיעווס — אָדער אַפֿילו וועגן אַזעלכע אויסערגעוויינטלעכער פֿרוי ווי גאָלדע, ווען זי וואָלט נישט געווען זײַן פֿרוי? און דאָך, דאָס לעבן מיט אים איז געווען זייער שווער.

די צרות פֿונעם חתונה־לעבן פֿון שלום עליכמען און גאָלדען

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: און ווי אַזוי האָט זיך דאָס אַרויסגעוויזן?

אירינאַ קלימאָוואַ: למשל, עס איז געווען פֿאַראַן זייער אַ קורצע צײַט ווען ער איז געווען אַ רײַכער מענטש. זייער אַ קורצע. דאָס איז געווען נאָך זײַן חתונה, כאָטש אי נישט תיכּף־ומיד: דרײַ יאָר שפּעטער איז לויעוו געשטאָרבן, און ער איז געוואָרן דער אויספֿירער פֿון זײַן ירושה.

מע וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט טאָן. אָלגאַ וואָלט מסתּמא געווען אַ בעסערע ברירה. עס זײַנען געווען באַגרענעצונגען לגבי דער תּחום־המושבֿ, ער האָט נישט געקענט וווינען אין קיִיוו. אָבער פּלוצלינג איז פֿאַראַן געלט, און ער האָט שוין געקענט אײַנגעבן די דעקלאַראַציע. האָט ער געדונגען אַ האַלבן גוט אינעם פּעטשערסקער ראַיאָן.

דער ערשטער טעלעפֿאָן איז באַוויזן געוואָרן אין קיִיוו אין 1886, און שוין אין 1887 האָט שלום עליכם געהאַט איינעם, ער האָט אַפֿילו געהאַט אַן אייגענעם טעלעגראַף־אַדרעס.

אַזוי איז עס אַלעמאָל געווען.זײַן ברודער דערמאָנט דאָס. אַפֿילו שוין ווי  אַ ייִנגל האָט ער ליב געהאַט צו פֿראַנטעווען .

ער פֿלעגט האָבן איין קאָסטיוצל, וואָס ער פֿלעגט כּסדר עפּעס אויסרייניקן. און דאָ איז שוין געווען געלט…

ער האָט געבאָטן אַז זײַן פֿרוי זאָל זיך עלעגאַנט אָנטאָן, און ער האָט זיך אַליין גוט אָנגעטאָן. ער איז געווען גאַנץ אַ דענדי. דערצו, האָט ער אָנגעהויבן האַנדלען אויף דער בערזע, אָבער אויך דאָס איז נישט געווען גענוג…

ער איז טאַקע אַ באַרימטער ייִדישער שרײַבער, האָט ער אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַ פּעריִאָדישע אויסגאַבע «די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק», און גיט אויב נישט אומגלויבלעכע, אָבער יאָ שיינע אָפּצאָלן צו די קינסטלער וואָס שרײַבן אויף ייִדיש, און דאָס זענען זייער באַרימטע מחברים. דאָס האָבן זײַנע פֿינאַנצן שוין נישט געקענט אויסהאַלטן – גם דעם בערזע־האַנדל און די פּעריִאָדישע אויסגאַבע… ער האָט געענדיקט  שרײַבנדיק פֿאַרן צווייטן נומער אַליין אונטער פֿאַרשידענע פּסעוודאָנימן, אַ דריטע אויסגאַבע איז נאָך אַרויסגעקומען, און דאָס איז געווען דער סוף. בקיצור, האָט ער נישט געקענט האַנדלען מיט געלט, עס איז פֿון אים אַנטלאָפֿן.

און אַז זײַנע קרעדיטאָרן האָבן אים שוין אָנגעהויבן צערײַסן, איז ער געפֿאָרן אין אויסלאַנד און איז אַוועקגעבליבן אַ גאַנץ יאָר. ער איז געווען אין אייראָפּע. זײַן ווײַב און שוויגער האָבן פֿאַרקויפֿט זייערע צירונגען כּדי צו באַצאָלן זיינע חובֿות.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וויפֿל קינדער האָבן ער און גאָלדע געהאַט דעמאָלט?

אירינאַ קלימאָוואַ: זיי האָבן שוין געהאַט זעקס — פֿיר טעכטער און צוויי זין. און ווען ער איז צוריקגעקומען, זענען זיי געפֿאָרן קיין אָדעס, וווּ זיי האָבן געוווינט נאָך דרײַ יאָר.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿון וואָס האָט באַשטאַנען דאָס פֿאַרמעגן פֿון דער משפּחה?

אירינאַ קלימאָוואַ: דאָס איז אַ טשיקאַווע פֿראַגע, ווײַל ער איז געווען געצוואונגען צו גייו אַרבעטן אויף דער בערזע — כאָטש אי ווי אַ בראָקער. דעמאָלט האָט מען אַזעלכע מענטשן גערופֿן „האַזן“ אָדער „לופֿט־מענטשן“.

בעת שלום עליכם האָט געאַרבעט אויף דער בערזע, איז ער געווען זייער אָרעם. ווען ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן און פֿאַרדינען אַ לעבן דורך ליטעראַטור, איז דאָס געווען אַ זייער שווערע צײַט. ער האָט באמת אַ סך געאַרבעט. געמוזט פֿאַרדינען מיט ליטעראַרישן קאָנצערטן. דאַס הייסט דורך פֿאָרלייענען זיינע אייגענע ווערק.

איך וואָלט געוואָלט דערציילן אַן עפּיזאָד, וואָס איך האָב זייער ליב. מיר זענען געווען אויף אַ טור אין אָדעס, און אַ מיידל האָט דערציילט איר משפּחה־געשיכטע. איר משפּחה האָט געהאַט אַ הויז אין סאַמע אָדעס. ס׳איז געווען אַ הייסער זומער, זיי זענען געזעסן אויף דער וועראַנדע און געטרונקען טיי. אַזש פּלוצלינג לויפֿט זיך אַ גוט־אָנגעטאָנער מענטש מיט אַ ווײַסן הוט, ער שפּרינגט אַראָפּ אויפֿן גאַניק, כאַפּט אַ קליין קינד — די באָבע פֿון דעם-אָט מיידל — הייבט אָן טרינקען פֿון איר טעפּעלע און עסן איר עסן, און ציט אַראָפּ דעם הוט איבער די אויגן. דאָ ליופֿט אַן עולם פֿאַרבײַ. אַז די מחנה איז אדורך געלאָפֿן, האָט ער אַראָפּגעלייגט דאָס קליין מיידל, זיך אַנטשולדיגט, און דערקלערט אַז ער איז שלום עליכם, די מחנה איז געווען זיינע באווונדערער וואָס האָבן אים אפשר געקענט אָפּשטעלן, און ער האָט געדאַרפֿט זיך איילן צו זײַן נעקסטן קאָנצערט.

מיר האָבן אויך אַמאָל געהאַט אַ פּאַסטאָר פֿון אַמעריקע, אַ יונגער אוקראַיניש-רעדנדיקער מאַן.טאָ ער האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט געלײענט שלום עליכמען און אַז ער איז דער באַרימסטער אוקראַינישער שרייבער אין אַמעריקע. וואָרעם עס איז דאָ גאָר אַ גרויסע יידישע דיאַספּאָראַ, מען איז אָנגעקומען טראגנדיק דאָס טייערסטע, און צווישן די אוצרות זענען געווען בענדער פֿון שלום עליכם’ס ווערק.

ווי אַזוי שלום ראַבינאָוויטש איז געוואָרן שלום עליכם: דער וועג צו שעפֿערישער אינדיווידואַליטעט

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ס׳איז טאַקע באמת זייער באַמערקווערדיק אַז זײַן פּסעוודאָנים „שלום עליכם“, וואָס איז אַ ייִדישער באַגריסונגס־וואָרט, האָט אַזאַ שטאַרקן קלאַנג אין באַצוג צו זײַן פּערזענלעכקײַט, זײַן בילד, דיאָט לעבעדיקײַט פֿון אַ כאַריזמאַטישן מענטשן, וואָס איז בכּוח צו כאַפּן און האַלטן דעם עולםס אויפֿמערקזאַמקייט. איז דאָס אמת?

אירינאַ קלימאָוואַ: ס׳איז אמת. עס גייט אַ שמועה, אַז גאָלדע האָט אויפֿגעטראַכט דעם פּסעוודאָנים פֿאַר אים. איר פֿאָטער האָט נישט געוואָלט האָבן קיין שרײַבער אין דער משפּחה, האָט זי געעצהט אַז ער זאָל שרײַבן אונטער אַ פּסעוודאָנים. ס׳איז דאָך גאַנץ פּשוט, עס זײַנען דאָ אַזוי פֿיל ראַבינאָוויטשעס. און אַזוי אַרום איז ער אַרײַן אין דער וועלט פֿון ליטעראַטור מיט אַ באַגריסונגס־וואָרט: „שלום עליכם“.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווער האָט אויף אים באַווירקט ווי אַ שרײַבער, אַ קינסטלער? ווײַל איך בין געווען אַ ביסל איבערראַשט צו הערן, אַז שלום עליכם האָט שטאַרק ליב געהאַט טאַראַס שעווטשענקאָן.

אירינאַ קלימאָוואַ: פֿאַרשטייט זיך. איך ווייס נישט אין וועלכן מאָס טאַראַס שעווטשענקאָ האָט באַווירקט זײַן שאַפֿונג, אָבער ער איז יאָ געווען אַ לייענדיקער מענטש.

און איך ווייס אַפֿילו נישט, ווער דאָס מערסטע, ער איז געווען אַ גאַנץ אייגנאַרטיקער שרײַבער. סוף־כּל־סוף האָט ער געשריבן וועגן די באַוואוינער פֿונעם שטעטל, זיי זענען געווען זיינע הויפּט־פּערסאָנאַזשן. דאָס איז נישט עפּעס פּשוט אויפֿצוטראַכטן, ער האָט געשעפּט סײַ פֿון פֿאָלקלאָר, סײַ פֿון דער פֿאָלקס־שפּראַך.

ייִדיש איז זייער שווער צו איבערזעצן; עס זענען דאָ אַזוי פֿיל אידיאָמען, וואָס שטאַרבן פּשוט אויס בײַם איבערזעצן. דער ניגון פֿון דער שפּראַך גייט דערבײַ פֿאַרלוירן. דעריבער איז ער געווען אַזאַ אייגנאַרטיקער שרײַבער.

צוואַנגס־איבערזידלונגען, פּאָגראָמען און די פֿאַראייניגטע שטאַטן: שלום עליכמס רײַזעס

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס שײַט צו שלום עליכמס רײַזעס. ער איז געווען אַ יאָר אין אויסלאַנד, זיך באַהאַלטנדיק פֿון קרעדיטאָרן, אָבער דאָס איז נישט דאָס איינציקע מאָל וואָס ער איז געווען געצוואונגען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, עס זײַנען אויך געווען די פּאָגראָמען. ווי אַזוי איז געווען דער דאָזיקער קאַפּיטל פֿון זײַן לעבן?

אירינאַ קלימאָוואַ: ער איז אין דער אמתן געווען אַ נאָמאַד.נאָר אין קײִוו זײַנען פֿאַראַן צען אַדרעסן פֿון שלום עליכמען. ער איז געוואַנדערט פֿון שטאָט צו שטאָט, פֿון לאַנד צו לאַנד.

אין 1903 איז געווען אַ שרעקלעכער, בלוטיקער פּאָגראָם אין קישינעוו. ער אַליין איז נישט אַהין געפֿאָרן, אָבער ער האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַ צײַטשריפט מיטן נאָמען „הילף“, פֿאַרבעטן זייער באַרימטע שרײַבער, און געגעבן דעם גאַנצן הכנסה פֿון די אויפֿלאַגעס צו די קרבֿנות, פֿון וועלכע עס זײַנען געווען אַ סך.  און בלויז צוויי יאָר שפּעטער — אַ פּאָגראָם אין קיִיוו אין אָקטאָבער.

ער און זיין משפּחה האָבן זיך באַהאַלטן אינעם האָטעל “אימפּיריאַל“. עס זענען דאָ פֿאַרשיידענע באַריכטן וועגן דעם האָטעל’ס נאָמען, אָבער איך גלויב אַז עס איז ריכטיק צו זאָגן, אַז עס איז געווען דער “אימפּיריאַל’.

דעם טיר־וואָך האָט מע געגעבן אַן איקאָנע צו האַלטן אין דן הענט, ווי אַ סימן אַז עס זענען פֿאַראַן נישט קיין ייִד ן, כאָטש זיי זענען דאָ געווען און באַצאָלט פֿאַר דאָס באַהעלטעניש. זיין טאָכטער דערמאָנט זיך די יסורים מיט וועלכע ער האָט געקוקט אויף די באַנדעס פֿון דאָסיקע פּאָגראָמניקעס דורך די פֿענצטער. עס איז אַ שרעקלעך אַרויסבליק, זייעא אַ סך טויטע, און מען האָט אים געראַטן צו פֿאָרן אַוועק. ער פאָרט אַוועק מיט זיין משפּחה… זיי זענען אַז אַ גרויסע משפּחה אַריבערגעפאָרן קיין לעמבערג, און דאָ איז געווען גאָר אַן אַנדערע זאַך.סך־הכּל, עס איז דעמאָלט געווען עסטרייך־אונגאַרן, נישט די רוסישע אימפּעריע מיט אירע פּאָגראָמען און אַנטיסעמיטיזם.

שלום עליכם האָט פֿיל גערײַזט, אַ טייל פֿון זײַן משפּחה איז פֿאַרבליבן אין אייראָפּע, ער אַליין איז אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער איז דאָרט געווען בלויז אַכט חדשים. צוליב דער שווערער קאָנקורענץ איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע, און אַפֿילו באַזוכט אַנדערע שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע, אָבער ער איז קיין מאָל מער נישט צוריקגעקומען קיין קיִיוו.

אין זיינע ווערק האָט ער אָנגערופֿן די שטאָט „יעהופּעץ“. פֿאַרוואָס „יעהופּעץ“? ער האָט דערקלערט, אַז איו קיִיוו, פּונקט ווי אין מצרים, האָבן ייִדן געקענטו וווינען, אָבער דאָס איז געווען שווער. דערפֿאַר איז קיִיוו געווען אַ קליינע מצרים — יעהופּעץ.

פֿאַרוואָס איז שלום עליכם אַ משל פֿון מוט

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿון וועלכן אַספּעקט פֿון שלום עליכמס שאַפֿונג באַקומט איר פּערזענלעך די אימספּיראַציע? אפֿשר אַ געוויסער פּרינציפּ, אַ געדאַנק אָדער אַ טעמע?

אירינאַ קלימאָוואַ: ער איז געווען אַ פּרינציפּיעלער מענטש, האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין גרויסע קאָנפֿליקטן, אַפֿילו אַנגעזיכט אַ גרויסער געפֿאַר…

ער האָט געשריבן אַ פּאַמפֿלעט וועגן דע מלוכה־פּאָליטיק. אין 1904 איז אויסגעבראָכן אַ שרעקלעכע, שאַנדלעכע מלחמה פֿון רוסלאַנד קעגן יאַפּאַן. יענע מלחמה האָט קיינעם גאָרנישט גוטס געבראַכט, ווי יעדע מלחמה.

ער האָט געשריבן אַ פּאַמפֿלעט „דער פֿעטער פיני מיט דער מומע רייזי“. דאָ איז פּיניאַ יאַפּאַן, און רעסיאַ — רוסלאַנד. אַפֿילו הרושעווסקי האָט עס איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש און פּובליקירט אין זײַן זשורנאַל. צו שרײַבן אַ פּאַמפֿלעט וועגן די מלוכה־פּאָליטיק איז געווען אוממעגלעך, דאָך ער האָט עס געטאָן.

ער איז אַ מוטיקער מענטש און אַ משל פֿאַר אונדז אַלעמען.


די דאָסיקע אויסגאבע איז צוגעגרייט געוואָרן אַלס טייל פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿטפּראָיעקט מיט יונעסקאָ, מיט פֿינאַנציעלער שטיצ פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. איר אינהאַלט איז אויסשליסלעך די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט דװקא נישט אָפּ די מיינונגען פֿון יונעסקאָ אָדער דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין


 

Теги: