יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס באַדײַט פֿאַר אײַך די גדלותדיקע פֿיגור פֿון ברונאָ שולץ?
וויראַ מעניאָק: פֿאַר מיר איז ברונאָ שולץ שוין לאַנג אַ שרײַבער און אַ קינסטלער פֿון, אָן מגזם צו זײַן, וועלט־באַרימטקייט.
עס וונדערן אַלעמאָל דיסקוסיעס וועגן דעם, וועמען געהגרט ברונאָ שולץ – צי ער איז אַ יידישער, פּוילישער אָדער אוקראינישער קינסטלער, – ווייל ער איז געבוירן געוואָרן און האָט באַשאַפֿן זײַנע ווערק אויף אוקראינישער ערד.
עס קען קלינגען מאָדנע, אָבער ער איז נישט קיין פוילישער, יידישער צי אוקראינישער; ער איז אוניווערסאַלק, ער שטייגט איבער אַלע צעטיילונגען און גרענעצן. עס איז אַ משל פֿונעם קינסטלער אין אַן אוניווערסאַלן, מעטאַפֿיזישן זין. זיין פֿיזיק, פֿאַרשטייט זיך, איז געווען זייער טראַגיש, ווײַל ער איז געוואָרן אַ קרבן פֿונעם רעזשים און געשטאָרבן נאָר ווײַל ער איז געווען א ייד.
זיין לעבן איז געווען שווער; ער האָט זיך געמוטשעט צו איבערלעבן די שוועריקייטן דער טעגליכן עקזיסטענץ. ער האָט ניט געהאַט גענוק געלט, האָט ער עטלעכע יאָר לאַנג נישט געקענט פֿאָרן קיין פּאַריז, כאָטש ער האָט דערפֿון געחלומט, ער האָט געוואָלט אויפֿשטעלן זיינע ווערק און לאָזן די וועלט אים זען. ער איז געווען אַ שעמעוודיקער מענטש, גענאַט אַ קאָמפּליצירטן פּריוואַטן לעבן — דאָס אַלץ איז זײַן דראַמאַטישע פֿיזיק.
נאָר די ווערק פֿון ברונאָ שולץ, זײַן מעטאַפֿיזיק, זענען גובר אַלע גרענעצן און צעטיילונגען — פֿאַר מיר איז ער איינער פֿון די גרעסטע, וויכטיקסטע און עצמדיקסטע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: נעמט איר אים אויף הויפּטזעכלעך ווי אַ בילדער־קינסטלער צי ווי אַ שרײַבער?
וויראַ מעניאָק: עס איז פֿאַראַן אַ צעטיילונג, אָבער נישט קיין ראַדיקאַלע. די צוויי געביטן פֿון זײַן שעפֿערישער אַרבעט שעפֿן אים צוזאַמען אַז אַ פּקרסאָנאַשז.
עס זענען דאָ פֿילע קאָמענטאַרן אַז ער אַליין מאַכט נישט דעם אונטערשייד.
אין זײַנע ליטעראַרישע טעקסטן רעדט ער אַז ער זעט אַ ברענענדיקן רעכטעק אין זײַן צימער אָבער ווייס נישט וואָס צו טאָן דערמיט — דאָס איז די-אָט אינספּיראַציע. אָבער ער האָט מורא אַז ער קען עס נישט האַנדלען, רופֿט נאָך הילף, נאָר די מענטשן זען אים ווי אַן עקסצענטריקער און גייען אַוועק. און ער איז דעמאָלט געצווונגען צו האַנדלען דערמיט, צו שאַפֿן, ווייל פֿאַראַן יענע אינספּיראַציע, קיינמאָל נישט וויסנדיק אין דעם מאָמענט צי ער וועט שרײַבן צי מאָלן.
ער האָט אויך געזאָגט, אַז זיינע גראַפֿישע ווערק און ליטעראַרישע טעקסטן זענען צוויי זײַטן, צוויי פּערספּעקטיוון פֿון דער זעלבער עקזיסטענץ, וואָסער נאַמע איז אַקט פֿון שאַפֿונג.
ווי ער האָט באַמערקט אין איינעם פֿון זיינע קריטיש-ליטעראַרישע טעקשטן: «דער אונטערשייד ליגט אין דעם, אַז אין מײַנע צייכענונגען, אין מײַן וויזועלער קונסט האָב איך זיך מער אויסגעדריקט וועגן דעם מאַטעריעלן גיף, בשעת אין מײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג האָב איך זיך מער אויסגעדריקט וועגן דעם גײַסט פֿונעם יש אַליין.»
און איך פּרווו צו בויען שולץ און זײַן וועלט מיט אַזעלכער אַכט פֿאַר זײַן וועג פֿון טראַכטן און אויפנעמען, פֿאַר מיר דאָס איז זייער וויכטיק.
אויך איז עס פֿאַר מיר זייער וויכטיק, אַז ער איז געווען פֿון דראָהביטש, ווי איך האָב שוין געזאָגט, איינער פֿון די גרעסטע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. יאָ, ער איז אוניווערסאַל, העכער פֿון אַלע צעטיילטונגען, אָבער דאָך פֿאַר מיר איז וויכטיק, אַז ער איז פֿון דראָהביטש.
בפֿרט דאָס האָבן מיר אַרײַנגעשריבן אויף דער דענק־טאַפֿלע לכּבֿוד שולצ, אַרײַנגעמויערט בײַם אַרײַנגאַנג וווּ מע האָט אים דערמאָרדעט דעם 19טן נאָוועמבער 1942 — וווּ עס שטייט געשריבן אַז דאָ איז געשטאָרבן דער גרויסער דראָהאָביטשער שרײַבער און קינסטלער, ברונאָ שולץ.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי גוט ווייסט מען וועגן די אומשטענדן אין וועלכע ברונאָ שולצס האָט זיך געפֿאָרמט? ער איז געבוירן געוואָרן אין 1892,, ווי איך פֿאַרשטיי עס, אין גאָר אַ פּאַטריאַרכאַלער ייִדישער משפּחה. וואָס האָט באַווירקט ברונאָ שולצן און אים געפֿאָרמט ווי אַ קינסטלער?
וויראַ מעניאָק: יא, ער איז געבוירן געוואָרן אין באָדאַי אַ פּאַטריאַרכאַלער ייִדישער משפּחה, כאָטש עס איז נישט געווען קיין אָרטאָדאָקסישע פֿאַמיליע .
פֿאַר שולץן אַליין איז די ייִדישע אָרטאָדאָקסיע נישט געווען טײַער.
ער וואָלט גאַנץ רויק מיט זיינע גימנאַזיע-תלמידים אַרײַן אין אַ רוימיש-קאַטוילישער אָדער גריכיש-קאַטוילישער קירך. ברונאָ שולץ איז געווען אַ קונסט-לערער, וואָלט ער די גימנאַזיסטן געוויזן מײַסטערווערק פֿון אַרכיטעקטור און מאָלערײַ און זיי אינטערפּרעטירט. הײַנט פֿאַר אים איז דאָס געווע נאָרמאַל.
מיר האָבן יאָ שפּורן פֿון דעם, וואָס איר פֿרעגט, למשל – די משפּחה-אַטמאָספֿערע, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן און וואָס האָט אים געפֿאָרעמט. מיר רעדן אויך וועגן זיינע ליטעראַרישע טעקסטן. כאָטש שולץ באַשטייט, אַז זיינע “ברוינע קרעמלעך” און “סאַנאַטאָריִום אונטער קלעפּסידרע” זענען נישט קיין משפּחה־כראָניקן, זענען זיי דאָך איינגעוואָרצלט אין זיין אייגענעם לעבן.
עס איז פֿאַראַן די מוטער וואָס איז שטאַרק אַנדערש פֿון דעם פֿאָטער, אַ קווינעסענץ פֿונעם עלעמענט פֿון ערד. זי בלייבט פֿאַרבונדן מיט דער ערד, מיטן מאַטעריעלן סטאַטוס פֿון לעבן. און דער פֿאָטער, גלײַך ווי די עכטע און ביאָגראַפֿישע פֿיגור, איז געווען אַ סוחר פֿון שטאָף און פֿאַרבונדענע אַקסעסאָריעס. אָבער אינעם פּאַטריאַרכאַלן זין איז דער פֿאָטער, טעכניש געזאָגט, דער פֿאַרדינער אין דער משפּחה.
ער האַנדלט טאַקע, אָבער זיין ליטעראַרישער אָפּגלאַנץ הייבט פּלוצעם אָן צו פֿאַנטאַזירן, אַ כוואַליע פֿון ענערגיע נעמט אים אָן, דעם שטאָף פֿאַרשפּרייט ער איבערן גאַנצן קראָם… ער פֿאַרשליסט זיך אינעווייניק בשעת די מוטער שרײַט אַז מע דאַרף פֿאַרקויפֿן , ווײַל אַן אָטשערעד האָט זיך שוין געשאַפֿן.
און וואָס פּאַסירט בפּועל? דער פֿאָטער טראָגט אַ פֿייגעלישן דעמיורגישן חלום, ער וויל אַז עס טראַנספֿאָרמירט דער לאַנדשאַפֿט פֿון דראָהביטש, ער וויל פֿאַרביקע פֿייגל, ער קויפט עקזאָטישע פֿייגל־אײַער און אינעם עקזאָטישן שטאָף ציט אויף די יונגע פייגעלעך אויפֿן בוידעם. אָבער אַ קאַלטע קראַפֿט, דאָס דינסט־מיידל קומט און רייניקט פּשוט אויפֿן בוידעם. וואַרפֿט זי אַוועק סײַ די אײַער סײַ די פֿייגעלעך וואָס זענען שוין אויסגעבויט געוואָרן. און דאָס איז ממש אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן חורבן, אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר פֿאַרניכטונג.
דערנאָך די דאָסיקע פֿייגל, שאַפֿונגען פֿון פֿאַנטאַזיע און קונסט פֿונעם פֿאָטער, צו וועמען קוקט אויף דער יונגער יאָזעף, ברונאָס אייגענער אַלטער־עגאָ, ווערן קרבנות פֿון חורבן. די פֿייגל, וואָס איבערלעבן דעם דינסט־מיידלס בעזעם, קומען צוריק אין שטאָט, אָבער זיי זענען איצט דעגראַדירט. זיי האָבן פֿאַרלוירן די מעגלעכקייט צו פֿליִען ריכטיק.
די ייִנגלעך אין שטאָט לאַכן און שיסן אויף יענע פֿייגל מיט ראָדביקסלעך… הייסט עס, דאָס איז אַ מין טראַנספֿאָרמאַציע.
צוריקקערנדיק צו דעם, צי די משפּחה איז געווען אַ פּאַטריאַרכאַלע אָדער טאַקע אַ מאַטריאַרכאַלע – אַלץ האָט באמת גערוט אויף דער מוטער. די דאָסיקע משפּחה האָט איבערלעבט דאַנק דער מוטער, ווײַל דער עכטער פֿאָטער איז באַנקראָטירט געוואָרן – אַ פֿאַקט באַשטעטיקט דורך זײַן ליטעראַרישער פּראָעקציע.
דער פֿאָטער שטאַרבט פֿריער; טאַקע, שולץ’ס עלטערן האָט נישט דערלעבט צו זען די מערסט טראַגישע צײַטן פֿאַר די ייִדן. ער איז געווען דער משפּחה’ס באַליבט קינד, זײַן מאַמע האָט אים זייער געליבט, געגלעט. ער האָט הנאה געהאַט פֿון אַ גליקלעכער קינדהייט און פֿון זײַן מוטער’ס ליבע, אָבער ער האָט זיך שטענדיק געפֿאָלגט דעם פֿאָטער, ווייל ער האָט אין אים געזען אַ שעפֿערישע ענערגיע.
פֿאַרשטייט זיך,אַז די ייִדישע קולטור און גײַסט האָבן אויך געפאָרעמט זײַן אַנטוויקלונג. דאָס דאָס זעט מע קלאָר אין זײַנע צייכענונגען און גראַפֿישע ווערק. אָבער עס איז געווען דװקא די מיסטיק אלא ווי די אָרטאָדאָקסיע וואָס האָט באמת אינטערעסירט שולצן.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך וואָלט געוואָלט נאָך אַ פֿרעג געבן וועגן יאָזעפֿינאַ שעלינסקאַ און איר ראָל אין ברונאָ שולץ’ס לעבן, ווײַל עס איז טאַקע אַ באמת טראַגישע, עפּעס ווייטיקדיקע מעשה. וואָס ווייסן מיר?
וויראַ מעניאָק: מיר ווייסן אַ סך וועגן דעם דאַנק אַגאַטאַ טושינסקאַ, אַ פּוילישע שרײַבערין שאַפֿט אינעם זשאַנער פֿון ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע. זי האָט טאַקע געשריבן אַ ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע פֿון יאָזעפֿינאַ שעלינסקאַ …
“די כּלה פֿון ברונאָ שולץ”. איך האָב איבערגעזעצט דאָס בוך אויף אוקראַיִניש. יאָזעפֿינאַ איז געווען די איינציקע פֿרוי וואָס מיט איר שולץ האָט באמת געוואָלט חתונה האָבן, צי כאָטש ער האָט געמאַכט פּלענער צו טאָן דאָס און איז געווען גרייט דורכצוגיין דעם לעגאַלן גיהנום, ווײַל אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמה די געמישטע ציווילע חתונות זענען נישט געווען ערלויבט.
יאָזעפֿינאַ שעלינסקאַ איז געווען בלית-ברירה אַ משומדתטע, דאָס איז געווען אַ באַשלוס פֿון איר פֿאָטער. אָבער זיי זענען נאָך אַלץ געפֿאַלן קרבנות פֿון די נאַציס און זענען געהרגעט געוואָרן, ווײַל ס’איז געווען יאָ באַקאַנט אַז זיי זענען ייִדן, כאָטש זיי האָבן געזוכט אָפּצוזאָגן זיך פֿון דעם. הייסט עס, שעלינסקאַ האָט אַ שאָטן פֿון ייִדישקייט, מיט דעם זי האָט זיך געקעמפֿט איר גאַנץ לעבן.
א ייִד האָט נישט געקענט חתונה האָבן מיט אַ קאַטוילישער פֿרוי, אָבער אין דער טעריטאָריע פֿון דער געוועזענער צפון־דײַטשער קאָנפֿעדעראַציע האָט אַזאַ מעגלעכקייט געווען: אַ געזעץ דאָרט האָט עס געקענט ערלויבט. ער האָט געזוכט די דאָסיקע מעגלעכקײַטן, און זי האָט שטענדיק געוואַרט, אָבער האָט טאַקע ניט דערוואַרט.
שעלינסקאַ האָט געאַרבעט ווי אַ לערערין אין אַן אָנהייבער- גימנאַזיע אין דראָהביטש, בשעת ער האָט געלערנט אין אַ גובערנאַלער גימנאַזיע פֿון אַ העכער מדרגה. שולץ האָט באַמערקט די פֿרוי, איז געווען צו שעמעוודיק זיך צו דערנענטערן צו איר אַליין, ער האָט אַפֿילו צו איר געשיקט אַ קאָלעגע, אַ פֿיזיק־לערער פֿון דער לאָקאַלן גימנאַזיע.
זיי האָבן געהאַט זייער אַ וואַרעמע באַציִונג, זענען געגאַנגען שפּאַצירן און האָבן דיסקוטירט וועגן ליטעראַטור און קונסט – אַ פֿאַרבינדונג פֿון אויסערגעוויינטלעכער גײַסטיקער און אינטעלעקטועלער נאָענטקייט.
אָבער ער האָט צוגעזאָגט אַז זיי וועלן זיכער אַוועקפֿאָרן און חתונה האָבן. זי ציט זיך אַריבער קיין וואַרשע און דאָ, אגב, פֿירט זי נישט קיין קאַריערע, אַרבעט בלויס אַז אַ געווענטליכע ,נגעשטעלטע אין אַ דעפּאַרטאַמענט פֿון סטאַטיסטיק. אָבער עס איז טאַקע וואַרשע, און זי קלײַבט עס אויס; ער קומט צו איר. דעמאָלט האָט שולץ שוין ארויסגעגעבן זײַן ערשטע בוך און איז באַקאַנט, מע פֿאַרבעט אים צו פֿאַרשידענע פֿאַרזאַמלונגען. אָבער ווען זי דערמאָנט דעם ענין פֿון חתונה, קומט גאָרנישט דערפֿון. דער פֿינאַל וואָס זי דערוואַרט איז קיינמאָל נישט געקומען. צום סוף, טענהט זי אַז ער זאָל אויפהערן באַזוכן, אַז ער זאָל בלײַבן אַוועק פֿיזיש, און נאָר פּשוט שרײַבן בריוו, ווייל זייזענען ווונדערלעך.
שולצ’עס בריוו זענען, למעשה, דער דריטער טייל פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן. און, פֿאַרשטייט זיך, ער האָט געהאַט אַ טיפֿן אײַנפֿלוס אויף שעלינסקאַן. צי זי האָט אויף אים באַווירקט — ווייס איך נישט. אפֿשר נישט.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אָבער האָט ער נישט געזאָגט, אַז זי האָט אים צוריקגעבראַכט צום לעבן?
וויראַ מעניאָק: ניין, עס איז דאָ אַ מאָמענט ערגעץ-ווו אין די בריוו, וווּ ער איז אינספּירירט. שוין אין בריוו צו אַן אַנדער פֿרוי שרײַבט ער וועגן דעם, אַז אויב ער וועט חתונה האָבן, «וועט אַלץ חרובֿ ווערן» און אַז «זי איז אַזאַ ערדישע פֿרוי». ער פֿאַרשטייט דאָס, אָבער ער איז דאָך פֿאַרליבט.
…אין דער זעלבער צײַט פֿירט שולץ קאָרעספּאָנדענץ מיט אַ סך אַנדערע פֿרויען.
יאָזעפֿינע איז תּמיד געווען שרעקלעך אייפֿערזיכטיק אויף אים. אַפֿילו לאַנג נאָכדעם ווי ער איז שוין מער נישט געווען, אַ סך צײַט נאָך דער מלחמה, וועלכע זי האָט זייער שווער איבערגעלעב. זי האָט כּסדר געטראַכט וועגן אים, זי האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין מאַן. שעלינסקאַ האָט תּמיד באַדויערט וואָס זי האָט נישט פֿאַרשטאַנען אַז עס איז געווען גרויסע אחריות צו זײַן מיט אַ קינסטלער פֿון אַזאַ מדרגה. זי וואָלט נישט געדאַרפֿט שטעלן אירע אייגענע אינטערעסן אין ערשטן פּלאַץ, נאָר פּשוט פֿאַרשטיין אַז ער איז אַנדערש און מען קען נישט האָבן צו אים די זעלבע פֿאָדערונגען ווי צו למשל אַ געוויינטלעכן מאַן.
קינאה האָט זי באַגלייט ביזן טויט. אין אירע שפּעטערע יאָרן האָט זי אַנטדעקט אַז ווען ער איז געווען מיט איר און זייער באַציִונג איז געווען אַזאַ אינטים און וואָרעם — האָט ער געשריבן וועגן דעם צו אַנדערע פֿרויען און זיך געטראָפֿן אין וואַרשע, למשל, מיט זאָפֿיאַ נאַלקאָווסקאַ.
דאָס איז געווען אַ בריליאַנטע שרײַבערין און איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן אין וואַרשעווער ליטעראַרישע סאַלאָנען צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. זי איז געווען די ערשטע וואָס האָט דערקענט שולצ’ס טאַלאַנט. זי האָט געלייענט זײַן „ברוינע קרעמלעך“ און דערקלערט, אַז= די פּוילישע ליטעראַטור האָט אין אים געוואונען עפּעס אויסערגעוויינלעכס.
זיי האָבן זיך געשריבן בריוו, זי פֿלעגט קומען קיין טריסקעוויץ און זיי האָבן זיך געטראָפֿן דאָ. דאָס ערשטע עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך, וואָס שולץ אַליין האָט פֿאַרבונדן מיט דער האַנט, האָט ער געגעבן אַז אַ מתּנה נישט צו שעלינסקאַן, נאָר צו נאַלקאָווסקאַן.
אָבער ער האָט געווידמעט זײַן צווייטע זאַמלונג צו יאָזעפֿינאַן. נאָכן מלחמה האָט זי געלעבט אין גדאַנסק ביז איר טויט וואָס איז געקומען אין אַ הויכן עלטער — דאָס איז געווען אַ זעלבסטמאָרד. בײַם צווייטן פּרוּוו איז עס איר געלונגען, זי האָט מער נישט געהאַט קיין כּוח ווײַטער צו לעבן. זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט שולצן, זײַנעם גײַסט וואָס קערט זיך צוריק צו איר און וווינט צווישן יענע ביכער. זי האָט געאַרבעט אין גדאַנסקער אוניווערסיטעט ווי אַ ביבליאָטעקאַרין, ערשט ווי דירעקטאָרין און שפּעטער ווי אַן איינפֿאַכע מיטאַרבעטערין. און אַזוי האָט זי זיך פֿאָרגעשטעלט אַז שולץ איז מיט איר, אַז ער איז צוריקגעקומען, אַז זי איז געפֿאָרן קיין דראָהביטש און ברענגט אים ביכער. עס איז געווען ווי זי וואָלט געבליבן מיט אים ביזן סוף, מיט זײַנעם גײַסט. זי האָט געשמועסט מיט אים, געבראַכט די בעסטע ווערטערביכער פֿון דער ביבליאָטעק כּדי ער זאָל זיי לייענען. און זי נעמט דאָס אייגענע לעבן…
איר ערשטער פּרוּוו איז געווען וועגן אים, צוריק אין 1937, ווען זי האָט פֿאַרשטאַנען אַז זיי וועלן נישט זײַן צוזאַמען. נישט ווײַל ער האָט אויפֿגעהערט זי צו ליבן, נאָר פּשוט ווײַל זיי וואָלטן נישט געקענט זײַן צוזאַמען, ס׳איז געווען אוממעגלעך… שולץ באַזוכט זי אינעם שפּיטאָל, ער ווייס וואָס זי האָט געטאָן, זאָגט אַז ער אַליין איז קראַנק — אַ ווייטיקדיק אינעם האַלדז.
ער אַנטלויפֿט פֿון אַזאַ מין אחריות, ווײַל ער ווייס אַליין נישט ווי אַזוי זיך צו אַן עצה צו געבן, וואָס צו טאָן אָדער ווי אַזוי צו זאָגן…
פֿון אַן אַלגעמיינעם קוקווינקל — יאָ, מען וואָלט אים געקענט פֿאַרורטלען. סוף־כּל־סוף, ווי אַזוי האָט ער געקענט אָט דאָס טאָן?
דער אופֿן ווי אַזוי זי האָט אים ליב געהאַט — פֿאַר מיר איז דאָס פּשוט אַן אויסערגעוויינלעכער משל. זי האָט יאָ געפּרוּווט אויפֿצובויען אַ לעבן מיט אַנדערע מענער, אָבער יעדן פֿון זיי האָט זי געפֿונען ווידערעוודיק. זי האָט געטראַכט בלויז וועגן שולצן. און נאָר די דאָזיקע ליבשאַפֿט אַליין האָט געלעבט אין איר ביזן טאָג פֿון איר טויט.
וויראַ מעניאָק: דעם 19טן נאָוועמבער הייבט זיך אָן אַ גרויסער פּראָיעקט — „צווייטער האַרבסט“. איך אָרגאַניזיר דאָס שוין דאָס אָ24סטע מאָל, כּדי צו באַצייכענען פֿון שולצ’ס יאָרצײַט.
„צווייטער האַרבסט“ איז אַן אָנדענק, אַ צווייט לעבן, אַ שליחות און אַן אָפּצאָל פֿון כּבֿוד צו דעם טאַלאַנטירטן ברונאָ שולצן. און דאָס וואָס מיר טוען פֿאַר שולצן אין דראָהביטש איז, למעשׂה, זײַן לעבן נאָך דעם טויט.
וויראַ מעניאָק: שולץ זאָל מען לייענען אין קליינע פּאָרציעס. מע קען עפֿענען זײַן בוך ערגעץ און אָנהייבן מיט יעדער דערציילונג — עס מאַכט נישט אויס — און ער וועט אײַך פֿירן פֿון דאָרטן.
ער וועט אײַך פֿירן דורך יענע געסעלעך, די ווונדערלעכע לאַנדשאַפֿטן פֿון די נשמות פֿון פּערסאָנאַזשן, די שטאָטישע לאַנדשאַפטן, וואָס ער טראַנספֿאָרמירט. ער איז פּשוט אַן אומגלויבלעכער טראַנספֿאָרמאַטאָר. ער וועט אײַך פֿירן אַליין; עס איז פֿאַראַן נישטאָ קיין אומבאַקוועמקײַט, אויב מע פּאַסט זיך צו צו דעם סטיל פֿון לייענען.
מיר לאַדן אײַך אויך אײַן צו הערן און לייענען דעם ערשטן עפּיזאָד פֿון דעם פּאָדקאַסט, אין וועלכן מיר רעדן וועגן שלום ראַבינאָוויטשן — אַ שרײַבער, דראַמאַטורג און עפֿנטלעכע פֿיגור, באַקאַנט דער וועלט ווי שלום־עליכם.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.