ער האָט געגעבן אַ קלאַנג צו אַן עפּאָכע: די געשיכטע פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר איהאָר שאַמאָן

וואָס ווייסן מיר וועגן דער פּערזענלעכקייט פֿון איהאָר שאַמאָן?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿרוי האַנאַ, ווי גרויס איז די פּערזענלעכקייט פֿון איהאָר שאַמאָן, ווער איז דער דאָסיקער מענטש פֿאַר אײַך?

האַנאַ קאַראַס: איך האַלט איהאָר שאַמאָן פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייט אין דער געשיכטע פֿון דער אוקראַינישער מוזיק. אַפֿילו וואָלט ער גאָרנישט געשריבן חוץ „קייִוו, מײַן שטאָט“, וואָלט ער שוין זײַן אַרײַן אין יענער געשיכטע.

מיר איז די דאָזיקע שעפֿערישע פּערזענלעכקייט אויך נאָענט, ווײַל זינט מײַן קינדהייט האָב איך געהערט דאָס ליד „וווּ עס זענען די בלויע בערג, וווּ עס זענען די בערג קאַרפּאַטן…“, אויסגעפֿירט דורך אונדזער הוטסולער אַנסאַמבל פֿון ליד און טאַנץ. יענער הוטסולער אַנסאַמבל האָט געזונגען דאָס דאָזיקע ליד נאָך אין די 1960ער יאָרן, און זיי זינגען עס נאָך אַלץ הײַנט.

ווי אַזוי האָט זיך איהאָר שאַמאָ דערפֿאָרעמט?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ס׳איז וויכטיק צו דערציילן, בפֿרט ווי אַזוי איהאָר שאַמאָ האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר. זײַן קיִיווער געשיכטע — דער אוקראַיִנישער טייל פֿון זײַן אידענטיטעט, איז זייער וויכטיק. ער איז געבוירן געוואָרן אין קיִיוו, אין אַ ייִדישער משפּחה. וואָס נאָך זאָלן מיר זאָגן וועגן אים?

האַנאַ קאַראַס: ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה, און מע קען אָננעמען אַז די ייִדישע אידענטיטעט איז אים געווען נאָענט. אָבער, ווי דער באַרימטער אויפֿפֿירער, אַ סאָליסט פֿון דער נאַציאָנאַלער אָפּערע און באַלעט פֿון אוקראַיִנע, אַנאַטאָלי מאָקרענקאָ, האָט געזאָגט:

«וויסנדיק אַז שאַמאָ איז נישט קיין עטנישער אוקראַיִנער, בין איך געווען באמת דערשטוינט פֿון דעם, ווי טיף מע מוז זיך אַרײַנטאָן אין די אוקראַיִנישע מעלאָדיע, וואָסער ליבשאַפֿט מע מוז טראָגן אין האַרצן פֿאַר דעם, וואָס מע באַזינגט, כּדי צו שאַפֿן אַזאַ גרויסאַרטיקײַט פֿון אַ סאַמע אוקראַיִנישעם האַרץ.»

ס’טײַטש, שאַמאָ האָט געהאַט דאָס געפֿיל פֿונעם אוקראַיִנישן גײַסט, פֿון דער אוקראַיִנישקייט. ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה אין קיִיוו, איז געווען אַ קיִיוואַנער. ער האָט ליב געהאַט קיִיוו גוואַלדיק, דרך-אַגבֿ, ער האָט אַ סך דורכגעפֿירט עקסורסיעס פֿאַר באַזוכנדיקע מוזיקער.

אָבער מיר מוזן פֿאַרשטיין, אַז אַ געבוירענער בעת דער סטאַלין־עפּאָכע איז געווען אומפֿאַרמײַדלעך געבונדן צו דער סיסטעם – אַנדערש וואָלט די סיסטעם אים פֿאַרניכטן. ער האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ מוזיקער אין דער ליסענקאָ ספּעציעלער מוזיק־שול אין קיִיוו. שוין אין עלטער פֿון בלויז צוועלף יאָר האָט ער קאָמפּאָנירט זײַן ערשטן שטיק. אַ בריליאַנטע מוזיקאַלישע צוקונפֿט האָט אים געוהאַט, אָבער הייבט אָן די צווייטע וועלט־מלחמה.

מיט זעכצן יאָר האָט גייט ער אַז אַ פֿרײַוויליקער אןיף די מלחמה. ווי פֿילע פֿון אונזערע בחורים הײַנט, איז ער געגאַנגען פֿאַרטיידיקן זײַן מלוכה. איהאָר שאַמאָ האָט אָנטייל גענומען אין דער מלחמה זײַט 1942,  איז צוויימאָל פֿאַרווונדעט געוואָרן. טאַקע, אַז ער איז פֿאַרקאָוועט געוואָרן בעת דער מלחמה, האָט געדינט ווי אַ מין שוץ אין יענער סיסטעם.

צוריקגעקומענדיק פֿון דער מלחמה, איז ער אַרײַן אין די קיִיווער קאָנסערוואַטאָריע, וווּ ער לערנט זיך בײַ איינעם פֿון די סאַמע בעסטע קאָמפּאָזיטאָרן און פּעדאַגאָגן – אינעם קלאַס פֿון באָריס ליאַטאָשינסקין. און טאַקע אים, א מענטש, וואָס האָט אויך געליטן פֿון נגישות פֿון דער סיסטעם, אָבער איז געבליבן אומגעבראָכן, האָט ער גענומען אַז אַ משל. דאָס האָט אים געפֿאָרעמט אַז אַ קינסטלער, וואָס האָט געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע מוזיקאלישע זשאנערס. ער האָט געשריבן סימפֿאָנישעס, קוואַרטעטן, קאָמפּאָזיציעס פֿאַר אָ כאָר, אַן אַנסאַמבל, וואָקאַלע סאָלאָס – ער האָט אפילו אָ פאָלקס-אָפּערע.

למעשה, איז ער דער אָנהייבער פֿון אַ נײַעם זשאַנר. די פֿאָלקס־אָפּערע האָט ער קאָמפּאָנירט , אויסגיינדיק פֿון אונדזערע פּאַגאַנישע קופּאַלאַ־טראַדיציעס –  די „יאַטראַן־שפּילן“. די דאָזיקע אָפּערע איז געשריבן געוואָרן פֿאַר סאָליסטן, אַ קוואַרטעט און אַ כּאָר, אָן אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער־באַגלייטונג.

ער איז געווען אַ חלוץ אין דעם דאָזיקן זשאַנר, און מיר זענען אים שולדיק אַ דאַנק, ווײַל דאָס איז געוואָרן אַ שעפֿערישער אימפּולס פֿאַר אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן, זײַנע מיט־סטודענטן, ווי פֿאַרן ביסל ייִנגערערן יעווגען סטאַנקאָוויטש, וועלכער האָט אויך קאָמפּאָנירט אַ פֿאָלקס־אָפּערע: „ווען דער פֿאַרן־גראָז בליט“.

פֿאַר וואָס האָט איהאָר שאַמאָ געביטן זײַן נאָמען?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: די תּקופֿה, אין וועלכער איהאָר שאַמאָ לעבט און שאַפֿט, איז בולט זייער שווערע אַ — דאָס איז די סטאַליניסטישע תּקופֿה. און דער דאָזיקער פּונקט איז אויך וויכטיק, ווײַל למעשׂה האָט איהאָר שאַמאָ געהאַט אַן אַנדער נאָמען בײַ דער געבורט — מע האָט אים גערופֿן ישעיה. פֿאַר וואָס האָט ער נישט איבערגעלאָזט דעם נאָמען וואָס מע האָט אים געגעבן בײַ דער געבורט?

האַנאַ קאַראַס: איך מיין, אַז עס איז געווען צוליב דער זעלבער סיבה, פֿאַר וואָס אַנדערע פֿון יענער עטנאָס האָבן געביטן זייערע נעמען — כּדי צו ציען ווייניקער אויפֿמערקזאַמקייט צו זייער אָפּשטאַמונג און כּדי צו קענען לעבן און אַרבעטן.

„קיִיוו, מײַן שטאָט“ ווי אַ געמיינזאַמע שפּראַך: די שעפֿערישע ברידערשאַפֿט פֿון שאַמאָן און לוטסענקאָן

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: עס איז דאָ אַ רעקאָרדירונג אַ באַזונדערע. אויף יוטוב איז פֿאַראַן אַ קורושינקע ווידעאָ וווּ איהאָר שאַמאָ און דמיטראָ לוצענקאָ, דער שעפֿער פֿון ווערטער פֿאַר «ווי קען מע דיך נישט ליב האָבן, קיִיוו , מײַן שטאָט«, דערציילן די געשיכטע פֿון דעם ליד און זייער שעפֿערישער מיטאַרבעט.

און פֿאַראַן איז אַ וויכטיקער מאָמענט וועגן אַן אידענטיטעט וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן, טיילווײַז, בעת מלחמה־צײַט, ווייל ר’ איהאָר באַצייכנט ר’ דמיטראָן ווי זײַן «שעפֿערישן ברודער־אין־וואָפֿנס». דאָס האָט מיך טאַקע געטראָפֿן, ווײַל דאַכט זיך, אַז דאָס ניצן פֿונעם טערמין «ברודער־אין־וואָפֿנס» בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה איז געווען יאָ אומגעוויינטלעך.

אין וואָסער מאָס האָט זײַן כאַראַקטער, אָדער אפשר די אייגנשאַפֿטן וואָס מיליטערישער דינסט און מלחמה האָבן אײַנגעפֿלאַנצט, געווירקט אויף זײַן אַרבעט? איך ווייס דאָך אַז ער איז געווען העכסט אָרגאַניזירט און פּינקטלעך, אַלעמאָל נאָט ער אַלץ געמאַכט באַצײַטנס.

האַנאַ קאַראַס: ער האָט טאַקע געאַרבעט גאָר אַ סך, אומאױפֿהערלעך/ לעצטנס וואָלט ער נישט דערגרייכט אַלץ וועגן וואָס מיר דיסקוטירן און אַנאַליזירן היינט ווען נישט פֿאַר יענער אַרבעט.

זי איז געוואָרן איינגעפֿלאַנצט באמת אין דער קאָנסערוואַטאָריע. מיר ווייסן אַז ליאַטאָשינסקי איז געווען אַ זייער פֿאָדערנדיקער לערער. יעדע וואָך, פֿון דינסטיק ביז פֿרײַטיק, האָט ער געפֿאָדערט פֿון סטודענטן צו אַרײַנגעבן 25 בלעטער געשריבענער פּאַרטיטור. און אַ פּאַרטיטור איז אַ ריזיקער בויגן נאָטן מיט אַלע יחידישע טיילן אויסגעלייגט, דאָס איז זייער קאָמפּליצירט. און עס איז געווען פּונקט יענע אַרבעט, דורכגעפֿירט אין קאָנסערוואַטאָריע אונטער ליאַטאָשינסקיס פֿירערשאַפֿט, וואָס האָט דעם-אָט מענטשן געטריבן צו שטענדיק אַרבעטן.

דערנאָך האָט ער שוין געהאַט אַ משפּחה צו שטיצן, און דאָס זענען געווען די שווערע, הונגעריקע נאָך-מלחמה יאָרן. ער האָט זיך צעריסן צווישן זײַן שאַפֿונג און זײַן אַרבעט אין דער אַרסענאַל זאַוואָד, ער האָט קאָמפּאָנירט מוזיק פֿאַר פֿילמען.

ווען מען רעדט וועגן ברודערשאַפֿט – איז דמיטראָ לוצענקאָ, זײַן נאָענטסטער מיטשר מיטשרײַבער, מיט וועמען ער האָט באַשאַפֿן אַממערסטן ווערק, אַרײַנגערעכנט דאָס ליד «קיִיוו, מײַן שטאָט». זיי ביידע זענען געווען וועטעראַנען, און גאָרנישט פֿאַרבינדט מענטשן ווי צו האָבן געטיילט די דערפֿאַרונג פֿון מלחמה.

און טאַקע, ווען מע רעדט וועגן יענער תּקופֿה, קען מען עס נישט בעסער אויסדריקן ווי דמיטראָ לוטסענקאָ האָט עס געטאָן:

 «מיר האָבן נישט געדינט דער מאָדע,

וואָס די נשמה־לאָזע ריטמען האָט ארײַנגעוועבט די צײַט,

און אַלעמאָל געזוכט דעם פֿאָדעם

פֿונעם געזאַנג פֿון פּראָסטן אָדם

און רײַכע פֿעלדער פֿול מיט וואָרט – נאָר גיי און קלײַב;

און שיכּור זענען מיר געוואָרן:

קאַלינעס שולדיקט און טימיאַן!

אויף אייביק האָבן מיר געוואַרעמט

די לידער מיט די ליבשאַפֿט-צרות

פֿון הערצער און פֿון וויי און פּײַן.»

מיר פֿאַרשטייען, אַז זיי האָבן געמוזט אַרבעטן אין יענער קאָמפּליצירטער סטאַליניסטישער און נאָך־סטאַליניסטישער טאָטאַליטאַרער מלוכה. אַ טייל פֿון שאַמאָס ווערק פֿאַראייביקן טאַקע קאָמסאָמאָל־מיטגלידער און אַזוי אַרום, אָבער ער האָט נישט געשריבן קיין לויב־ווערק פֿאַר דער פּאַרטיי, סטאַלינען אָדער לענינען. ס’טײַטש, ער האָט געפֿונען נישעס וווּ ער האָט לכאורה רעזאָנירט מיא די פֿאַרלאַנגען פֿון סאָצרעאַליזם אָן צו שאַפֿן פֿאָרמאַלע ווערק. אָנשטאָט, האָט ער געשריבן פֿון האַרץ, באַזונגען יוגנט, העלדישקייט און ליבע – און דערפֿאַר איז זײַנע ליריק אזוי טיף באַרירנדיק.

וועלכע פֿיגורן האָבן באַאײַנפֿלוסט דעם קאָמפּאזיטאָר’ס אַנטוויקלונג

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿיגורן וואָס האָבן באַאײַנפֿלוסט איהאָר שאַמאָן. קלאָר, דאָס איז געווען זײַן מײַסטער, זײַן לערער באָריס ליאַטאָשינסקי, אָבער איך ווייס אויך, אַז ער האָט באוווּנדערט באַכן. וועלכע אַנדערע פֿיגורן, פֿונעם אויסבליק פֿון קינסטלערישער באַדײַטונג, מוזיקאַלישן איינפֿלוס קענען מיר נאָכפֿאָלגן אין זײַן ווערק?

האַנאַ קאַראַס: יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס יהאָר שאַמאָ האָט מערסטנס באַוווּנדערט, אויך אין זכרונות שטייט עס, אַז ווען אַן אָרגל האָט איבערגעלעבט אין אַ באָמבאַרדירטער דײַטשישער שטאָט, פֿלעגט שאַמאָ שפּילן דעראויף באַך’ס טאָקאַטעס און פֿוגעס, שטאַרק פֿאַרוווּנדערנדיק סײַ זיינע מיטזעלנער און סײַ די דײַטשע איינוווינער פֿון דער שטאָט אַליין .

אָן ספק, באַך’ס השפּעה רעזאָנירט אין פֿילע ווערק; אַפֿילו אין איינע פֿון זיינע ציקלישע קאָמפּאָזיציעס איז דאָ אַן אַריע – אַן אָפּשפּיגלונג פֿון די פֿאָרמען וואָס יאהאַן סעבאַסטיאַן באַך האָט געאיבט. רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן אויך געשפּילט אַ באַדײַטנדיקע ראָלע אין יהאָר שאַמאָ’ס פֿאָרעמען.

אָבער איך וואָלט געזאָגט, אַז ער האָט יאָ פּראָבירט פּערזענליך אויסצופֿאַרשן פֿאָלקס-קונסט, אוקראַיִנישע פֿאָלקלאָר פֿון פֿאַרשידענע ראַיאָנען, די פֿאָלקלאר פֿון די פֿעלקער פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטן פֿאַרבאַנד – בפֿרט מאָלדאָווע, די באַלטישע לענדער, אַרמעניע, פֿאָלקלאָר פֿון סלאָוואַקן און פּוילן. ער האָט עס נישט פּשוט אויסגעפֿאַרשט, נאָר שטודירנדיק, האָט ער איינגעאַרבעט די אינטאָנאַציעס אין זײַנע אייגענע קאָמפּאָזיציעס.

די געשיכטע פֿון שאַפֿונג קיִיוו’ס עיקרדיקן ליד

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וכּמה קענען מיר זאָגן אַז איהאָר שאַמאָ איז געווען עפּעס אַ מוזיקאַלישער רעבעל אין זײַן צײַט?

האַנאַ קאַראַס: איך קען נישט זאָגן, אַז ער איז געווען אַ רעבעל, ווייל זײַנע ווערק זענען געפֿאַלן אין די ראַמען פֿון סאָצרעאַליזם, זיינע כוונות און געפֿילן האָט ער, וואָלט איך זאָגן, בעיקר איבערגעגעבן דורך ליריק.

איהאָר שאַמאָ איז, לויט מײַן מיינונג, נישט געווען קיין רעבעל, דאָך זײַן ווערק וועט בלײַבן באמת פֿילפֿאַרביק — אַזוי לאַנג ווי קיִיוו שטייט און זינגט „קיִיוו, מײַן שטאָט” — אַ ליד וואָס איז געבוירן געוואָרן אונטער שווערע אומשטענדן.

אין יאָר 1962 האָט מען אים גערופֿן צום מיניסטער פֿון קולטור און געהייסן באַלד, ממש איבערנאַכט, צונויפֿשטעלן אַ מוזיק־שטיק. איר ווייסט, ס’איז יאָ שווער צו שאַפֿן אַ קאָמפּאָזיציע אין איין נאַכט. נאָר ער האָט עס געטאָן, און דער ערשטער, וואָס האָט עס אויפֿגעפֿירט, איז געווען יורי הוליאַיעוו.

זיך צוגעגרייטנדיק צו אונדזער אינטערוויו, האָב איך געפֿונען אַ יוטוב־ווידעאָ פֿון יורי הוליאַיעוו’ס ערשטער אויפֿפֿירונג, מיט הינטערגרונט פֿון קיִיוו אין 1962. מען זעט אונדזער באַליבטע קיִיוו,  אונדזער טײַערע הויפּטשטאָט, מע הערט דאָס ליד – און מיט וויפֿל ליבשאַפֿט און וואַרעמקייט ווערט די  דאָזיקע שטאָט באַזונגען…

דאָס אויסקלײַבן די הויפּטשטאָט פֿונעם האַרץ: פֿאַרוואָס האָט שאַמאָ געזאָגט „ניין“ צו מאָסקווע.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: זייער אַ וויכטיקער אַספּעקט איז דער פֿאַקט אַז איהאָר שאַמאָ איז געבוירן געוואָרן, אויפֿגעוואַקסן און האָט געלעבט זײַן גאַנץ לעבן אין קיִיוו. איך ווייס אַז ער האָט באַקומען פֿאָרשלאָגן צו ציען זיך קיין מאָסקווע פֿאַר אַ בעסערער שטעלע — איז עס באַקאַנט, פֿאַרוואָס ער האָט דאָס אָפּגעוואָרפֿן?

האַנאַ קאַראַס: איך גלייב אַז אַ מענטש וואָס האָט ליב זײַן שטאָט, זײַן געבורטס־אָרט, וווּ מע פֿילט זיך היימיש, וועט קיינמאָל נישט קיינמאָל אַוועקגיין צו אַנדערע וועלטן.

פּונקט אַזוי ווי פֿילע אוקראַיִנער הײַנט, ווי איך אַליין, פֿאַרלאָזן נישט אונדזער לאַנד לטובֿת אַנדערע קאָנטינענטן, וווּ עס איז זיכער, וווּ עס איז בעסער, ווײַל מיר זענען דאָ געבוירן געוואָרן — דאָס איז אונדזער לאַנד.

און איך טראַכט, אַז ער האָט געפֿילט: נו, וואַס וואָלט ער געווען אין מאָסקווע? בלויז איינער פֿון טויזנטער מוזיקער? בעת אין קיִיוו איז ער טאַקע געווען אַנערקענט. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז ער איז געווען אַ נאַציאָנאַלער אַרטיסט פֿון אוקראַיִנע און אַ לאַורעאַט פֿונעם שעווטשענקאָ־פּרײַז. ער האָט גענאָסן פֿון אַנערקענונג; אוקראַיִנע האָט אים אָנערקענט. ער האָט ליב געהאַט קיִיוו מיט יעדן פֿאָדעם פֿון זײַן וועזן.

אָן פּויזעס: איהאָר שאַמאָ’ס אומאויפֿהערלעכע אַרבעט

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס שײַך דעם איבעריקן טייל פֿון איהאָר שאַמאָ’ס שעפֿערישן לעבן, ביז זײַן פֿאַרשטאַרבן — ער איז געווען קראַנק מיט ראַק און איז געשטאָרבן אין 1982. ווי אַזוי האָט אויסגעזען זײַן שעפעריש לעבן? האָט ער שטענדיק געאַרבעט אַקטיוו און אויסהאַלטנדיק?

האַנאַ קאַראַס: ער האָט געלעבט זייער ווייניק, 57 יאָר. פֿאַר אַזאַ פּערזענלעכקייט איז דאָס זייער אַ יונגע עלטער.

אָבער אויב מיר קוקן אויף די אינטענסיטעט פֿון זײַן אַרבעט, זעען מיר, אַז זײַן שעפֿערישע ירושה איז געווען ריזיק. דער קאָמפּאָזיטאָר אַליין פֿלעגט זאָגן, «נישט קיין טאָג אָן אַרבעט»; ער האָט געאַרבעט יעדן איינציגן טאָג, אָן פֿײַערטעג.

צוגעגרייטנדיק צו דעם אינטערוויו, בין איך געווען איבערראַשט צו לייענען, אַז ער האָט קאָמפּאָזירט אָן אַן אינסטרומענט. עס דאַרף אַן אויסערגעווענליכן מוזיקער צו שרײַבן מוזיק אָן קיין אינסטרומענט, אָן שפּילן אויף אַ קלאַוויאַטור, נאָר האַלטן דעם קלאַנג אין אייגענער פֿאַנטאַזיע, הערן עס, און דערנאָך אויפֿשרײַבן. דאָס האָט דערשטוינט אַ סך מענטשן. ער האָט שטענדיק פֿאַר זיך געהאַט ליידיגע בלעטער פּאַפּיר גרייט, און ער האָט שטענדיק געשריבן.

זיינע ווערק זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן דורך פֿילע זינגערס, כאָרן, געקלונגעןן אין פֿילמען, אין טעאַטראַלע שטיקלעך – אן עדות צו זייער פּאָפּולאַריטעט.

אַן עדות צו דער אינטענסיווקייט פֿון זײַן אַרבעט איז זײַן שעפֿערישע פּראָדוקציע און די ריזיקע צאָל פֿון זײַנע ווערק. געשריבן מוזיק פֿאַר פֿערציק פֿילמען און פֿערציק טעאַטער־אויפֿפֿירונגען – מע דאַרף בלויז באַווונדערן דעם אויסמאַס פֿון דער אַרבעט. דער הויפּט־כאַראַקטער־צוג פון זײַן שאַפֿן, ווי האָט געזאָגט דער באַרימטער דיריגענט וואַדים הניעדאַ ,איז עס, אַז ער האָט געגעבן אַ קלאַנג צו אַן עפּאָכע. יאָ, ער האָט געגעבן אַ קלאַנג בפֿרט צו די פֿאַרוואַנדלונגס־רײַכע יאָרצענדלינגען פֿון די 1950ער, 1960ער און 1970ער יאָרן.

ער איז נישט געווען קיין דיסידענט, נאָר זײַן מוזיק הילפֿט באַשטעטיקן דעם עצם־מהות פֿון אוקראַיִנישקײַט און דער אוקראַיִנישער אידענטיטעט, כאָטש, ווי מיר האָבן הײַנט אונטערגעשטראָכן, איז ער עטניש נישט געווען קיין אוקראַיִנער. דאָך ער האָט אַ סך בײַגעטראָגן צו אוקראַיִנע, און מיר דאַרפֿן אים כּבֿוד געבן.

און למעשה, וואָלט איך זיך געוואָלט ווידער אומקערן צו דער פּאָעזיע פֿון דמיטראָ לוטסענקאָ, וועלכער האָט געשריבן:

 «ער איז שוין צווישן שטערן, אין לירע,

פֿון וואַנען קומט מען נישט קייןמאָל צוריק.

ער האָט איבערגעלאָזט די קלאַווירן —

פֿון ליבשאַפֿט און אמונה די קאָלירן,

אין וועלכע ‘ס פֿליסן ווי אייביק לעבן און גליק.»

דאָס גרעסטער דאַנק און כּבֿוד פֿאַר אים איז דערפֿאַר, אַז זײַנע ווערק לעבן ווײַטער ביזן הײַנטיקן טאָג.

די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.

 


 

Теги: