דער פּיאַניסט וואָס האָט איינגענומען די וועלט: די געשיכטע פֿון אַ קיִיווער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם — וולאַדימיר האָראָוויץ

ער איז געוואָרן גרויס נאָך אין קיִיוו: וואָס מען ווייס וועגן דער פֿיגור פֿון  וולאַדימיר האָראָוויצן

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס באַדײַט פֿאַר אײַך די פֿיגור פֿון וולאַדימיר האָראָוויץ פֿאַר אײַך?

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: ער איז געווען אַ ריזיקע ענטדעקונג אין מײַן לעבן. פֿאַר פֿיל יאָרן בין איך פֿאַרנומען געווען מיט דער געשיכטע פֿון קיִיוו,  אַממערסטן — מיטן איבערענטדעקן די פֿיגורן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט און האָבן באַווירקט איר קולטור.

ס׳איז געווען איינע פֿון סיטואַציעס, ווען עפּעס פֿירט אונדז דורךן לעבן. איך האָב געאַרבעט ווי אַן עקסקורסיע־פֿירערין אויפֿן „רעטראָ־טראַמווײַ“, ווען צוויי וווּנדערלעכע פֿרויען זענען אַרײַן. מיט זיי איך האָב שוין צוויי יאָר לאַנג דורכגעפֿירט עקסקורסיעס,און דערנאָך זיי אפֿשרהאָבן מיר געזאָגט, אַז זיי מוזן מיך פֿאָרשטעלן צו עמעצן, און אַז ס׳וועט  זײַן טשיקאַווע. יענער מענטש האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן יורי אַבראַמאָוויטש זילבערמאַן, דער וויצע־רעקטאָר פֿונעם גליער־קאָלעדזש. ער האָט דערקלערט, אַז דער באַרימטער קיִיווער היסטאָריקער מיכאַילאָ קאַלניצקי האָט אַנטדעקט אַ צעטל וואָס באַשטעטיקט, אַז וולאַדימיר האָראָוויץ — דער גרויסער פּיאַניסט און דער לעצטער ראָמאַנטיקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — איז געבוירן געוואָרן אין קיִיוו. יורי אַבראַמאָוויטש האָט געפֿרעגט צי איך קען אַרבעטן אין די אַרכיוון און זוכן נאָך עפּעס-וואָס דאָקומענטן.

און עס האט זיך אנגעהויבן פֿאַר מיר אַן אויסערגעווענטליכע אַרבעט. איך האָב געאַרבעט בערך צוויי יאָר אין אַרכיוון, אויפֿדעקנדיג אומגלויבליכע דאָקומענטן. אַלץ איז געווען אָפּגעהיט… וולאַדימיר האָראָוויצעס ערשטער עקזאַמען, זײַנע קאָנצערטן. ביז יענעם מאָמענט זענען געווען דרײַ ביאָגראַפֿיעס פֿון אים – צוויי אין ענגליש און איינע אין דייטש. זיי האָבן געזאָגט אַז האָראָוויץ פֿלעגט זאָגן וואָס ער איז געבוירן געוואָרן אין קיִיוו, אָבער דאָס איז לכאורה, מסתּמא געווען בערדיטשיוו, אָדער עפּעס אַזוינס. אַלע ענציקלאָפּעדיעס האָבן געשריבן זיין געבורטס יאָר אַז 1904.

עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז נישט נאָר איז וולאַדימיר געבוירן געוואָרן אין קיִיוו, נאָר זײַן מוטער און פֿאָטער זענען אויך אין קיִיוו געבוירן געוואָרן. איך האָב געפֿונען די רעגיסטראַציע פֿון זײַערע געבורטן. זײַן טאַטע איז געווען זייער אַ באַרימטער אינזשעניר אין קיִיוו און אַ פֿאַרטרעטער פֿון דער סימענס פֿירמע.

אַ פּאָר חדשים שפּעטער בין איך געקומען צו יורי אַבראַמאָוויטשן און געזאָגט אַז מיר מוזן שאַפֿן אַ בוך, ווייל עס איז דאָ אַ גרויסער אוצר פֿון דאָקומענטן – יעדער איינער מער טשיקאַווע ווי דער פֿאַרגאַנגענער.

איך האַב פֿאַרשטאַנען אַז דער גרויסער אַמעריקאַנישער פּיאַניסט וולאַדימיר האַראַוויץ איז שוין געוואַרן אַ גרויסער אין קיִיוו, אַז ער האָט נישט נאָר געלערנט דאָ, די דרײַ גוואַלדיקע לערער, וואָס האָבן אים אויסגעבילדעט, האָבן געלייגט דעם יסוד, און דערנאָך האָבן זיך אָנגעהויבן זײַנע קאָנצערטן.

עס זענען פֿאַראַן רעקלאַמעס פֿאַר די דאָסיקע קאָנצערטן אין קיִיווער בלעטער, ווי אויך זייער אינטערעסאַנטע רעצענזיעס פֿון צײַטונגען פֿון די 1920ער יאָרן. איך האָב אפילו אַנטדעקט אַז ער האָט געהאַט נאָכגייער-קלובן.

ווען ער איז געפֿאָרן קיין סאַנקט־פּעטערבורג מיט קאָנצערטן, האָבן עטלעכע מיידלעך דאָרטן אָפּגעשניטן די שוואַנצן פֿון זײַן פֿראַק, זיי צעשניטן אויף שטיקלעך כּדי צו מאַכן קליינע ראָזעטן, גענייט דערצו פּאַסיקע גרינע זשאַקעטן און זיי געטראָגן אויף אַלע זיינע קאָנצערטן.

ער איז אַוועקגעפֿאָרן אַזש אין 1925, שוין געווען אַ ווירטואָז, אַ וווּנדערלעכער פּיאַניסט, וועלכער, ווי ער אַליין פֿלעגט שפּעטער זאָגן, האָט געהאַט אין די פֿינגער 120 מוזיק־ווערק און 12 קאָנצערטן. דאָס אַלץ האָט זיך אָפּגעשפּילט אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער קיִיווער מוזיק. דורך וולאַדימיר האָראָוויץ האָב איך אַנטדעקט אַ ברייטן שיכט פֿון דעם מוזיקאַלישן לעבן אין קיִיוו, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן ציקאַווע.

די אַטמאָספֿער וואָס האָט געפֿאָרמט וולאַדימיר האָראָוויצן

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אויב ער פֿאָרט אַוועק אין 1925, איז ער דעמאָלט 22 יאָר אַלט. אין יענע יאָרן האָט ער געוווינט, געלערנט און זיך אַנטוויקלט פּונקט אין קיִיוו פֿון יענער תּקופֿע.

ווי באַקוועם און מעגלעך איז געווען דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון קיִיוו אין יענער צײַט, ווי אַזוי האָט עס אויסגעזען ? וואָסער מין אַטמאָספֿער איז דאָס געווען, וואָס האָט געפֿאָרעמט וולאַדימיר האָראָוויצן?

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: דאָס לעבן פֿון ייִדן אין קיִיוו איז געווען פֿאַרשיידן און שווער. לאָמיר געדענקען אַז אין 1828 זענען אַלע ייִדן פשוט אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון קיִיוו , און פֿאַר פֿיל יאָרן האָבן זיי נישט געקענט וווינען דאָרטן. ערשט נאָך 1859 איז עס ערלויבט געוואָרן פֿאַר אויסגעקליבענע יחידים, די וואָס זענען געהאַלטן געוואָרן «נוצלעכע ייִדן» פֿאַר דער רוסישער אימפּעריע – די, וואָס האָבן באַצאָלט גרויסע איינקומען־שטייַערן אָדער געווען גוט געבילדעט. וולאַדימיר האָראָוויצעס משפּחה דינט ווי אַ טיפּישער בייַשפּיל פֿון אַ קולטורעלער ייִדישער משפּחה. זײַן זיידע איז טאַקע אָנגעקומען קיין קיִיוו ווי אַ צווייטער גילדע־סוחר פֿון בערדיטשיוו.

אין דער זעלבער צײַט, מיט דער גרינדונג פֿון דער קיִיווער צווײַג פֿון דער   אי’רמג (אימפּעריאַלער רוסישער מוזיקאַלישער געזעלשאַפֿט) איז ער געוואָרן איינער פֿון אירע דירעקטאָרן; ער איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר די פּאָזיציע, כאָטש ענדלעך נישט באַשטעטיקט געוואָרן אין פּעטערבורג. טאָ שוין אין די 1860ער יאָרן איז ער נישט נאָר געווען ליידנשאַפֿטלעך וועגן מוזיק, נאָר אויך אַקטיוו באַטייליקט אין דער אַנטוויקלונג פֿון קיִיווער מוזיקאַלישן לעבן. און אַלע האָראוויץ קינדער האָבן אויך געלערנט מוזיק.

די מאַמע, סאָניע באָדיק, האָט נישט נאָר פּשוט געלערנט אין אַ מוזיק שולע, זי האָט אָנטייל גענומען אין קאָנצערטן. הײַנט דאָס איז געווען עליטע, זייער אַ הויכע מדרגה. סאָניע איז נישט געוואָרן אַ מוזיקאנטין, ווײַל זי האָט חתונה געהאַט מיט שמואלן, וואָס איז געווען אַן אינזשעניר, אָבער האָט געשפּילט וויאָלאָנטשעל אין היים-קאָנצערטן. מוזיק איז שטענדיק געווען אַ קולט אין דער משפחה.

די סאַמע ערשטע מענטשן וואָס זענען אָנגעקומען קיין קיִיוו נאָך אַ לאַנגער פּויזע, זענען געווען סוחרים. און זיי האָבן שטאַרק געוואָלט געבן זייערע קינדער אַ בילדונג, און האָבן דעריבער געזוכט זיי אַרײַנצושרײַבן אין אוניווערסיטעטן. דאָס איז שפּעטער געוואָרן שווער צו דערגרייכן. דאָך אין 1878 האָט דער מוזיק־ קאָלעדזש אָנגענומען אַ סטאַטוט וואָס האָט דערלויבט דאָס אַרײַננעמען קינדער פֿון פּויערים, ייִדישע קינדער און פֿרויען. צוליב דעם זענען בערך אַ העלפֿט פֿון תּלמידים געווען ייִדן. דאָס האָט אונדז געגעבן אַ פּלעיאַדע אויסערגעוויינלעכע מוזיקער, וועלכע האָבן זיך שפּעטער פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט.

אָבער דאָס איז שוין געווען די דריטע דור. דאָס הייסט, די ערשטע זענען געווען סוחרים, די צווייטע – אינזשענירן און אַדוואָקאַטן, און די דריטע – די מוזיק און קינסט קאָלעדזש (וואָס האָבן זיך געעפֿנט אין 1900). דער קונסט-קאָלעדזש, ווי דער מוזיק-קאָלעדזש, האָט אָנגענומען אַ סטאַטוט. עס זענען געווען ריזיקע סקאַנדאַלן וועגן די ייִדישע קינדער וואָס זענען אָנגענומען געוואָרן. אָבער וואָלאָדמיר ניקאָלײַעוו — דער דירעקטאָר פֿונעם קאָלעדזש און א באַרימטער קיִיווער אַרכיטעקטאָר — האָט זיך אָנגענומען. און אַזוי האָבן מיר א גאַנצע פּלעיאַדע מוזיקער און קינסטלער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט אין קיִיוו אין יענער תקופה.

ואָס ווייסט מען וועגן דעם לעבן פֿון וולאַדימיר האָראָוויצ׳עס ברידער און שוועסטער?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: די קינדער — יעקבֿ, הריהאָרי, רעגינע און, פֿאַרשטייט זיך, וולאַדימיר — האָבן אַלע שטודירט מוזיק. וואָס איז געוואָרן מיט זיירע דאָליעס שפּעטער, אין וויפֿלער מאָס האָבן זיי געמאַכט מוזיק פֿאַר אַ טייל פֿון זייער לעבן?

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: סײַ הריהאָרי, סײַ יעקבֿ — די צוויי ברידער — האָבן שטודירט אינעם קאָנסערוואַטאָריום, אָבער האָבן עס נישט פֿאַרענדיקט; אָבער רעגינע האָט דאָרט שטודירט און יאָ פֿאַרענדיקט דעם לערנען. וולאַדימיר האָראָוויץ פֿלעגט זאָגן אַז אין עלטער פֿון צוועלף יאָר האָט רעגינע געשפּילט פֿיל בעסער ווי ער. זי איז געווען זייער אַ באַגאַבטע פּיאַניסטין און האָט פֿאַרברענגט איר גאַנצע קאַריערע אַז אַ לערערין אינעם כאַרקאָווער קאָנסערוואַטאָריום.

און מיר האָבן געפֿונען אַ סך דאָקומענטן וואָס וווּ די פֿײַנסטע מוזיקער פֿון דעם דעמאָלטיקן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יענער צײַט האָבן געגעבן רעקאָמענדאַציעס פֿאַר איר באַשטימונג צו אַ פּראָפֿעסאָרשאַפֿט. אָבער זי איז נישט באַשטימט געוואָרן, זיי האָבן איר נישט מוחל געווען פֿאַר איר ברודער אין אויסלאַנד…

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פּונקט ווי זיי האָבן איר נישט געלאָזט פֿאָרן אין אויסלאַנד, נישט געלאָזט זי קיין אירן ברודער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: אָבער זיי האָבן שטענדיק געשריגן, ער האָט געהאָלפֿן ווי ער האָט געקענט. די געשיכטע פֿון אירע צוויי ברידער איז טשיקאַווע — ביאָגראַפֿיעס האָבן געזאָגט אַז זיי זענען פֿאַרשווונדן, אומגעקומען: יעקבֿ האָט זיך אומגעבראַכט, און הריהאָרי איז געהרגעט געוואָרן. ס’איז געשטאַנען אַזוי אין ביאָגראַפֿיעס, אָבער דערנאָך איז אָנגעקומען אַ דעטעקטיוו-געשיכטע.

אַמאָל בין איך געקומען קיין אַדעס מיט אַ בוך־פּרעזענטאַציע, מע האָט געמאַכט אַן אינטערוויו מיט מיר און געדרוקט אין אַ היגער צײַטונג, און די רעדאַקציע האָט אָנגעקלונגען צו זאָגן אַז אַ פֿרוי האָט זיך פֿאַרבונדן און געמאָלדן, אַז זי האָט געקענט הריהאָרי האָראָוויצן. איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט איר, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז אין די 1930ער יאָרן האָט ער געדינגען אַ צימער בײַ איר און איר מוטער, כאָטש אין ביאָגראַפֿיעס איז געשטאַנען אַז ער איז אומגעקומען. מיר האָבן אָנגעהויבן נאָכצופֿאָרשן און אַנטדעקט אַז ער איז נישט געשטאָרבן, נאָר געווען אין אַ לאַגער, נאָך דעם צוריקגעקומען און לאַנג געמוטשעט זיך צו געפֿינען אַרבעט, און סטאָליאַרסקי אין אַדעס האָט אים אָנגענומען ווי אַ לערער. ער איז געווען זייער אַ טאַלאַנטירטער מוזיקער.

און נאָך גאָר אַן אינטערעסאַנטער דעטאַל. עמעצער האָט געזאָגט אַז ער וויל נישט רעדן וועגן זײַנע ברידער און האָט נישט געהאַט קיין קאָנטאַקט מיט זיי. אָבער דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער האָט באַקומען פֿינאַנציעלע הילף פֿון וולאַדמירן. איך האָב געפרעגט ווי זי ווייסט, און זי האָט דערקלערט אַז ער פֿלעגט באקומען סערטיפֿיקאַטן. אינעם סאָוועטן -פֿאַרבאַנד זענען די זאַכן געווען קאָמפּליצירט, ער האָט באַקומען סערטיפֿיקאַטן, וואָס מע האָט געקענט נוצן צו קויפֿן סחורה אין ספּעציעלע קראָמען. זי האָט געזאָגט, אַז ער פֿלעגט איר צומאָל מיטנעמען, און איין מאָל האָט ער פֿאַר איר געקויפט אַ רויטע בערעט.

פֿאַר וואָס איז וולאַדימיר האָראָוויץ אַוועקגעפֿאָרן קיין בערלין?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אַזוי קומט עס דערצו, אַז וולאַדימיר האָראָוויץ פֿאָרט אַוועק אין 1925 קיין בערלין און קומט קיין מאָל מער נישט צוריק?

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: דאָס פֿאַרלאָזן פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז דעמאָלט געווען זייער שווער. דערצו איז 1925 געווען דאָס יאָר ווען האָראָוויץ און נתן מילשטיין האָבן דערגרייכט דאָס עלטער פֿאַר מיליטער־דינסט. האָט גריגאָרי האָראָוויץ געביטן זײַנע דאָקומענטן; אין אַלע ענציקלאָפּעדיעס שטייט געשריבן אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1904, נישט אין 1903. איך האָב געפֿונען דעם רעגיסטער פֿון זײַן געבורט אין ,1903; און שוין שפּעטער פֿלעגט נתן מילשטיין געשריבן אַז זיי האָבן געמוזט אַוועקפֿאָרן, און אַז אויך ער האָט געביטן זײַנע דאָקומענטן.

פֿאַרוואָס בערלין? ווייל אין יענער צײַט איז עס געווען אַ קולטורעלער צענטער — די בעסטע קאָנסערוואַטאָריע, ביבליאטעקן, געוואַלדיקע אוניווערסיטעטן.

און זיין טאַטע, געדענקט, אַ סימענס פֿאַרטרעטער — איך דענק אַז ער האָט געהאַט זייער נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט עמעצן אין בערלין. דערצו, וולפֿאַדימיר איז געווען דער יינגערער זון וואָס איז שטענדיק געווען אַלעמאָל אין דער משפחה, אָבער דאָ האָט ער געדאַרפֿט אינגאַנצן אַוועק… זיי זענען אַוועק, ווײַל זיי האָבן גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, וואָס די סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און סאָוועטישע רשות זענען געווען. זיי האָבן נישט געהאַט קיין אילוזיעס.

ווי אַזוי וולאַדימיר האָראָוויץ איז אָנגעקומען אין די פֿאַראייניגטע שטאַטן

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אַזוי אַנטוויקלט זיך דאָס לעבן ווײַטער? ווי אַזוי קומט ער אָן סוף־כּל־סוף קיין אַמעריקע

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: ער הייבט אָן אין דײַטשלאַנד און פֿאָרט אויף קאָנצערט־טורנעעס איבער אייראָפּע, אָבער ער איז דאָרט נישט באַזונדערס באַקאַנט.

און אַ ווונדער, איז אַ פּיאַניסט, וואָס האָט געזאָלט שפּילן טשײַקאָווסקיס אַ קאָנצערט — קראַנק געוואָרן. וולאַדימיר האָראָוויץ איז אַרײַנגעקומען אַנשטאָט אים — און עס איז געווען אַ סענסאַציע. דערנאָך איז ער געוואָרן מער ווי בלויז באַרימט…

אָבער לאָמיר פֿאַרשטיין, אָז אייראָפּע איז אין די 1930ער יאָרן געווען זייער אַ שווער אָרט, טאָ ער און נתן סוף־כּל־סוף פֿאָרן אַוועק קיין אַמעריקע.

דאָרט איז אויך געווען זייער אַ טשיקאַווע סיטואַציע, אויך צו טאָן מיטן טשײַקאָווסקיס־קאָנצערט. יענע צײַט איז ער נאָך נישט געווען אַלעמען ברייט באַקאַנט. דער דיריגענט טרײַבט דעם טעמפּאָ, און וולאַדימיר שפּילט נאָך גיכער. פּונקט דעמאָלט האָט ער געזאָגט: «מײַן גאָט, איך קום פֿון קיִיוו, און איך וועל ווײַזן וואָס איך קען אויספֿירן». זײַן גאַנץ לעבן ווענדט ער זיך צו קײִוו…

וולאַדימיר האָט חתונה מיט דער טאָכטער פֿונעם באַרימטן דיריגענט אַרטוראָ טאָסקאַניני. זי האָט צוערשט באַגלייט איר פֿאָטער אויף טורנעען, און שוין שפּעטער וואָלאָדיען, שטענדיק בײַ זײַן זײַט — די איטאַליענערין וואַנדאַ טאָסקאַניני.

וואָס ווייסט מען וועגן די שווערע קאַפּיטלען אין דעם לעבן פֿונעם גרויסן פּיאַניסטן?

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: האָראָוויץ האָט געהאַט זייער אַ שווער לעבן…

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: מע זאָגט, אַז ער האָט זייער לאַנג געליטן פֿון דעפּרעסיע, אפֿשר האָט מען אים אַפֿילו באַהאַנדלט מיט עלעקטראָ־שאָק.

יוליאַ סמיליאַנסקאַ: יאָ, דאָס אַלץ איז אמת. זײַן טאָכטער איז ניפֿטר געוואָרן זייער יונג, און דאָס איז געווען אַ ריזיקע טראַגעדיע פֿאַר אים.

איך האָב נישט געזען דעם מעדיצינישן באַריכט; איך ווייס בלויז, אַז זי איז געשטאָרבן. איך ווייס, אַז דערנאָך האָט ער אינגאַנצן אויפֿגעהערט צו געבן קאָנצערטן אויף אַ סך יאָרן. עטלעכע יאָר שפּעטער, האָט מען אים איבערגערעדט סוף־כּל־סוף צוריקצוקומען, און ער האָט רעקאָרדירט פּלאַטעס.

ווען ער איז צוריקגעקומען, און אין אַמעריקע שטייט מע נישט געוויינטלעך אין אָטשערעד, האָט מע טאַקע געוואַרט אין אָטשערעד די גאַנצע נאַכט כּדי צו קויפֿן בילעטן אינדערפֿרי, איז מע געווען עולה-רגל. דאָס האָט טיף גערירט וואַנדאַ טאָסקאניני, איז זי האָט געקויפֿט קאַווע פֿאַר יעדן אינעם אָטשערעד צו העלפֿן זיי זיך אויפֿוואַרעמען.

אין 1986 האָט ער געגעבן אַ קאָנצערט אין מאָסקווע און האָט פּלאַנירט צו באַזוכן קיִיוו, אָבער טשאָרנאָביל איז געשען… אַזוי איז ער קיין קיִיוו נישט אָנגעקומען; ער איז ערשט שפּעטער צוריקגעקומען מיטן האָראָוויץ-קאָנקורס…

דאָס איז געווען אַ ריזיקע גלאָבאַלע געשעעניש, מיט קאָנקורסן אין אויסטראַליע, אייראָפּע, כינע און די פֿאַראייניגטע שטאַטן,עס זענענן הי צוגעקומען די בעסטע מוזיקאַנטן…

זיי זענען געווען ווונדערלעכע, זייער טשיקאַווע קאָנקורסן און קאָנצערטן, דערנאָך פֿלעגן די פּרײַז־געווינער אויפֿטרעטן בחינם אין מאַריִינסקי פּאַרק. פֿאַרוואָס? ווייל ווען האָראָוויץ האָט אָנגעהויבן, פֿלעגן ער און נתן מילשטיין אויך שפּילן אין קיִיווער פּאַרקן – דאָס הייסט, יעדער אײַנוווינער אָדער באַזוכער פֿון קיִיוו האָט געקענט הערן נישט פּשוט מוזיק, נאָר וועלט־קלאַס מוזיק, בחינם.

די פּאַנדעמיע האָט צעשטערט די טראַדיציע; קאָנקורסן קומען נאָך פֿאָר, אָבער צום באַדויקרן נישט אין קיִיוו. אָבער די אָרגאַניזאַטאָרן חלומען, אַז זיכערלעך צו פֿרידלעכער אוקראַיִנע וועט דער קאָנקורס צוריקקומען …


די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.


 

Теги: