אין פּראָסקעראָוו האָט מען אויף די ייִדן געלייגט אַ קאָלעקטיווע אַחריות פֿאַרן אויפֿשטאַנד פֿון די באָלשעוויקעס, — דער היסטאָריקער
שוין צום צווייטן מאָל אין דעם נײַעם סעזאָן איז דער היסטאָריקער סערהיי היריק געקומען צו גאַסט אין פּאָדקאַסט. מיר רעדן וועגן דעם פּראָסקעראָווער פּאָגראָם פֿון 1919, וואָס איז געווען איינער פֿון די גרויזאַמסטע פּאָגראָמען פֿון יענער תּקופֿה. אין דעם פּאָגראָם זײַנען אומגעקומען, לויט פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען, מסתּמא ביז מער ווי 10% פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט. ווידער אַ מאָל קלערן מיר אויס די פֿראַגע פֿון אַחריות, פֿאָרשן דעם קאָנטעקסט און שטעלן זיך אָפּ אויף קאָנקרעטע פּערזענלעכקייטן.

Топ 5 за 24 години
„ס׳איז פֿאַראַן אַ געשיכטע, ווי סעמעסענקאָ האָט אין לובני געסטראַשעט די אָרטיקע ייִדישע קהילה, ווײַל ער האָט זי גלײַך געהאַלטן לויט דער דעפֿיניציע — פֿאַר ניט־לויאַל…“
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: דאָס יאָר 1919, פּראָסקעראָוו — הײַנט כמעלניצקי — וווּ עס קומען אַרײַן די זאַפּאָראָזשער קאָזאַקן־בריגאַדע אויפֿן נאָמען פֿון סימאָן פּעטליוראַ און דער 3טער הײַדאַמאַקער פּאָלק אונטער דער קאָמאַנדע פֿונעם אַטאַמאַן סעמעסענקאָ. דווקא וועגן אים וועלן מיר רעדן באַזונדערס, און פֿאַר וואָס — וועט איר זיך ווײַטער דערוויסן.
סערהיי היריק: מע דאַרף זיך פֿריִער פֿאָרשטעלן, וואָס איז אין יענער צײַט בכלל געווען אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע. דער פֿראָנט האָט זיך באַוועגט, די חיילות פֿון דער דירעקטאָריע האָבן זיך צוריקגעצויגן אויף מערבֿ אונטערן דרוק פֿון דער רויטער אַרמיי.
און דווקא די אָפּטיילונג, וואָס דער אַטאַמאַן סעמעסענקאָ האָט קאָמאַנדירט — די אַזוי גערופֿענע זאַפּאָראָזשער בריגאַדע — איז אויך אַריבער פֿונעם לינקן ברעג פֿון דניעפּער אויפֿן רעכטן ברעג, האָט זיך צוריקגעצויגן און זיך אײַנקוואַרטירט אין פּראָסקעראָוו. די חיילות זײַנען געווען שטאַרק דעמאָראַליזירט פֿון דעם שטענדיקן צוריקציִען זיך, פֿונעם דרוק פֿון די באָלשעוויקעס, און האָבן זיך דעריבער באַצויגן מיט מיסטרויען צו יעדער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. און אַז מיר רעדן קאָנקרעט וועגן סעמעסענקאָ, איז פֿאַראַן אַ געשיכטע, ווי ער האָט, למשל, אין לובני געסטראַשעט די אָרטיקע ייִדישע קהילה, ווײַל ער האָט זי גלײַך געהאַלטן לויט דער דעפֿיניציע פֿאַר ניט־לויאַל. דאָס זעלבע איז געווען אויך אין פּראָסקעראָוו.
אין פּראָסקעראָוו האָבן דעמאָלט ייִדן געמאַכט אַרום אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג. די שטאָט האָט סוף 1910ער, אָנהייב 1920ער יאָרן געהאַט אַרום 20 טויזנט תּושבֿים, און אַרום 10 טויזנט פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן. און דעריבער, אַז סעמעסענקאָ האָט זיך געפֿונען אין אַ שטאָט מיט אַזאַ באַדײַטנדיקן חלק ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט ער זיך קלאָר געפֿילט שטאַרק „ניט אין זײַנע כּלים“.
אַחוץ דעם, זײַנען די מערסטע דעמאָראַליזירט, ווי אַ כּלל, אַזעלכע חיילות, וואָס מע קען זיי אָנרופֿן רעגולערע נאָר גאַנץ באַדינגלעך. דווקא סעמעסענקאָס בריגאַדע איז אַ ביישפּיל דערפֿון. דאָס איז אַן אָפּטיילונג, וואָס האָט זיך, בעצם, געפֿורעמט פֿון אונטן, און וואָס איז נאָר גאַנץ באַדינגלעך געווען אונטערגעאָרדנט דער העכערער קאָמאַנדע.
און דעריבער איז זי געווען מער לויאַל פֿאַר אַלץ צו איר אייגענעם אַטאַמאַן, ווי צו דער צענטראַלער קאָמאַנדע. כאָטש אין יענער צײַט איז נאָך געבליבן מער־ווייניקער עפּעס אַ קאָנטראָל פֿון דער צענטראַלער קאָמאַנדע פֿון די חיילות פֿון דער דירעקטאָריע איבער די אַטאַמאַנען. בפֿרט נאָענט צום אָרט, וווּ ס׳איז געווען די הויפּט־קוואַרטיר פֿון דער דירעקטאָריע: פֿון קאַמענעץ ביז פּראָסקעראָוו, דעם הײַנטיקן כמעלניצקי, איז ניט אַזוי ווײַט.
נו, און פֿאַר דעם פּאָגראָם גופֿא, פֿאַרן 15טן פֿעברואַר, איז פֿאָרגעקומען אַן אומגעלונגענער פּרוּוו פֿון אַן אויפֿשטאַנד, אָרגאַניזירט פֿונעם אָרטיקן קאָמיטעט פֿון דער רק״פּ(ב) (דער היסטאָרישער נאָמען פֿון דער רוסישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (באָלשעוויקעס) — רעד.), וואָס מע האָט אונטערגעדריקט, און פֿאַר וועלכן, הייסט עס, די קאָלעקטיווע אַחריות… סעמעסענקאָ, וואָס האָט געהאַט אַזעלכע אָפֿן אַנטיסעמיטישע איבערצײַגונגען — מיטן לייגן די קאָלעקטיווע אַחריות אויף ייִדן פֿאַר יעדע מעשׂים פֿון די באָלשעוויקעס, מיטן שטעלן אַ גלײַכהייט־צייכן צווישן ייִדן און באָלשעוויקעס, ניט קוקנדיק דערויף, וועגן וועלכע ייִדן ס׳גייט, וואָסערע השגות די ייִדן האָבן אין דער קאָנקרעטער שטאָט.
און אַז ער האָט ניט געקענט באַשטראָפֿן גלײַך די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם דאָזיקן אומגעלונגענעם אויפֿשטאַנד, ווײַל מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסשפּירן, געפֿינען די באָלשעוויסטישע אָרגאַניזאַציעס… זיי האָבן געאַרבעט אונטערערדיש, און מע האָט געקענט באַשטראָפֿן די, וואָס זײַנען אויפֿן אייבערפֿלאַך, וועמען מע קען לײַכט אויסגעפֿינען, דערצו נאָך אין אַ שטאָט מיט אַזאַ באַדײַטנדיקן חלק ייִדישער באַפֿעלקערונג.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: יאָ, און צי האָט ער געהאַט — סעמעסענקאָ — אַ יסוד צו האַלטן, אַז די מורדים, די אויפֿשטענדלער זײַנען געווען ייִדן? אָדער איז דאָס פּשוט געווען אַ תּירוץ, פֿאַר וואָס מע האָט, למעשה, אָנגעהויבן דעם גוואַלד קעגן ייִדן?
סערהיי היריק: יאָ, טאַקע, אין דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי האָבן ייִדן געמאַכט אַ באַדײַטנדיקן פּראָצענט פֿון די מיטגלידער. פֿאַר יענער צײַט האָבן מיר ניט קיין קאָנקרעטע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם, ווער ס׳איז געווען דער קערן פֿון דער באָלשעוויסטישער יאַטשייקע קאָנקרעט אין פּראָסקעראָוו. אָבער פֿאַרשטייט זיך, דאָרט זײַנען געווען סײַ ייִדן, סײַ אוקראַיִנער, סײַ רוסן, סײַ אָרטיקע פּאָליאַקן. יאָ, ס׳איז ניטאָ קיין אינפֿאָרמאַציע, וועמען ס׳איז דאָרט געווען מער. גאַנץ מעגלעך, אַז אין אַ שטאָט, וווּ די העלפֿט באַפֿעלקערונג זײַנען ייִדן, זײַנען אַ העלפֿט אָדער מער פֿון די אַקטיוויסטן פֿון דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי געווען ייִדן, ווײַל, נו, די דעמאָגראַפֿישע סיטואַציע אין דער שטאָט איז געווען אַזאַ, אַז ס׳האָט זיי פּשוט ניט געקענט זײַן ווייניקער.
„די פֿאָרשטעלונג, אַז דווקא ייִדן בכלל זײַנען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די מעשׂים פֿון דער באָלשעוויסטישער יאַטשייקע, — דאָס זײַנען סעמעסענקאָס פּערזענלעכע סטערעאָטיפּן…“
און דאָס איז דאָך ניט קיין נאַציאָנאַלע פּאַרטיי. הייסט עס, אין די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַלע פּאַרטייען איז דער עטנישער באַשטאַנד געווען בעיקר אוקראַיִניש, און נאָר איינצלנע זײַנען געווען פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע גרופּעס. ס׳האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, געטראָפֿן, אַז אין די אוקראַיִנישע פּאַרטייען זײַנען געווען סײַ עטנישע פּאָליאַקן, סײַ ייִדן, סײַ רוסן. אָבער זיי זײַנען געווען איינצלנע מיטגלידער, ווײַל אין די נאַציאָנאַלע פּאַרטייען האָט זיך דער קאַדער־באַשטאַנד, דער באַשטאַנד פֿון די מיטגלידער, געפֿורעמט פֿון פֿאָרשטייער פֿון דער גרופּע, וואָס די פּאַרטיי האָט פֿאָרגעשטעלט.
אין די ייִדישע פּאַרטייען, הייסט עס, — אויסשליסלעך ייִדן. די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי איז ניט געווען קיין נאַציאָנאַלע פּאַרטיי, און זי האָט מער־ווייניקער אָפּגעשפּיגלט דעם באַשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דער דאָזיקער שטאָט, און דעריבער זײַנען דאָרט ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, געווען פֿאָרגעשטעלט. אָבער אָט די פֿאָרשטעלונג, אַז דווקא ייִדן בכלל זײַנען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די מעשׂים פֿון דער דאָזיקער באָלשעוויסטישער יאַטשייקע, — דאָס זײַנען סעמעסענקאָס פּערזענלעכע סטערעאָטיפּן, וואָס ער האָט אַרויסגעוויזן לאַנג פֿאַר דעם.
יאָ, די געשיכטע אין לובני, וווּ ער האָט געסטראַשעט די דעלעגאַטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, ווען זײַן אָפּטיילונג איז דאָרט געווען אײַנקוואַרטירט… דאָס ווײַזט, אַז דער געדאַנק פֿון דער קאָלעקטיווער אַחריות פֿון ייִדן, פֿון גלײַכשטעלן ייִדן מיט באָלשעוויקעס — וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט בעיקר שפּעטער, וואָס די ווײַסגאַרדיסטישע עמיגראַנטן האָבן פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע — אָט דער געדאַנק איז געווען אייגן פֿאַר אים.
און בכלל איז דאָס געווען אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס איז געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט צווישן אַ סך געוועזענע דינער פֿון דער רוסישער אימפּעריאַלער אַרמיי, און ער איז געווען אַ פּראַפּאָרשטשיק אין דער רוסישער אימפּעריאַלער אַרמיי ביזן אָנהייב פֿון דער אוקראַיִנישער רעוואָלוציע.
און איינער איז געפֿאַלן אונטער די דאָזיקע פֿאָרשטעלונגען, אַן אַנדערער — ניט. בכלל, די פֿאָרשטעלונג, אַז אין דער באָלשעוויסטישער פֿירערשאַפֿט זײַנען געווען אַ סך ייִדן — יאָ, דאָס איז פֿאַרשטענדלעך. פֿאַר דער רעוואָלוציע האָבן ייִדן ניט אָנטייל גענומען אינעם אָפֿיציעלן פּאָליטישן לעבן, ווײַל ס׳זײַנען געווען באַגרענעצונגען אויף זייערע בירגערלעכע רעכט.
דעריבער האָט מען דאָס אויפֿטויכן פֿון ייִדן אויף רעגירונג־שטעלעס און בכלל אויפֿן שפּיץ פֿון דער מאַכט גלײַך אויפֿגענומען ווי אַ נאָך אַ באַווײַז פֿון דער „ייִדישער נאַטור“ פֿון דער דאָזיקער נײַער מאַכט.
און פֿאַרשטענדלעך, אַז דאָס איז געווען אַ צוגאָבלעכער באָדן פֿאַר קלאַנגען און פֿאַר דעם, אַז, אויסגייענדיק פֿון אַזאַ הנחה — אַז אָט זײַנען דאָרט ייִדן פֿאָרגעשטעלט אין דער מאַכט — זאָל מען מאַכן די געהעריקע אויספֿירן. אָבער די פֿאָרשטעלונג דווקא וועגן דער קאָלעקטיווער אַחריות פֿון ייִדן פֿאַר די מעשׂים פֿון דער באָלשעוויסטישער יאַטשייקע — דאָס איז שוין, למעשה, די אַחריות קאָנקרעט פֿון סעמעסענקאָ אַליין.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס פֿאַר אַ באַפֿעל האָט ער געהאַט פֿון אָנהייב אָן, ווען ער איז אָנגעקומען קיין פּראָסקעראָוו? דאָרט האָבן זיי פּשוט געזאָלט זיך אײַנקוואַרטירן, ווי איך פֿאַרשטיי?
סערהיי היריק: זיך אײַנקוואַרטירן, אָנהאַלטן אָרדענונג אין דער שטאָט בכלל, יאָ. אַזאַ באַפֿעל ווי אַזאַ… הייסט עס, דאָס איז ניט קיין שטח פֿון קאַמף־אַקציעס. ער האָט זיך אײַנקוואַרטירט נאָכן צוריקציִען זיך.
דאָס איז אַ שטאָט ניט ווײַט פֿונעם גובערניע־צענטער, קאַמענעץ פֿון דער פּאָדאָליער גובערניע — אַ גרויסע קרייז־שטאָט מיט אַ לײַכטער פֿאַרבינדונג מיט קאַמענעץ. הייסט עס, אין פּרינציפּ האָט מען געריכט, אַז ער וועט אויספֿירן די באַפֿעלן פֿון דער קאָמאַנדע. מע האָט גאַנץ לײַכט געקענט זיך מיט אים פֿאַרבינדן.
„די ידיעה וועגן דעם פּאָגראָם האָט מען זייער גיך איבערגעגעבן קיין קאַמענעץ“
די טעלעגראַף־פֿאַרבינדונג איז ניט געווען איבערגעריסן, די טראַנספּאָרט־פֿאַרבינדונג איז ניט געווען איבערגעריסן. און, למעשה, די ידיעה וועגן דעם פּאָגראָם האָט מען זייער גיך איבערגעגעבן קיין קאַמענעץ. און דער הויפּט־שפּיץ פֿונעם פּאָגראָם האָט זיך, ווי מיר ווייסן, אויפֿגעהערט נאָך 3 שעה.
הייסט עס, דאָס באַטײַט, אַז מע האָט גאַנץ גיך געמעלדט קיין קאַמענעץ וועגן דעם, וואָס קומט פֿאָר אין פּראָסקעראָוו. און פֿון קאַמענעץ איז אָנגעקומען אַ טעלעגראַמע מיט אַ באַפֿעל אָפּצושטעלן דעם פּאָגראָם. דאָס איז געשען במשך פֿון 3 שעה, און דערנאָך האָט מען אָפּגעשטעלט די הויפּט־פּאָגראָם־אַקציעס.
אָבער אין דער צײַט האָט מען באַוויזן צו דערהרגענען, לויט פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען, מער ווי טויזנט תּושבֿים. טויזנט זעקס הונדערט — דאָס איז לויט די העכסטע אָפּשאַצונגען, טויזנט זעקס הונדערט קרבנות — אָבער דאָס רעכנט אַרײַן אויך די, וואָס זײַנען געשטאָרבן פֿון די וווּנדן אין די קומעדיקע טעג.
קאָנקרעט אין די 3 שעה זײַנען דערהרגעט געוואָרן אַרום טויזנט, און נאָך אַרום זעקס הונדערט זײַנען געשטאָרבן פֿון די וווּנדן במשך פֿון די קומעדיקע טעג, אָדער זײַנען דערהרגעט געוואָרן בעת באַזונדערע אינצידענטן — אַזאַ המשך פֿונעם פּאָגראָם, אָבער שוין ניט קיין מאַסנהאַפֿטער — אויך אין די קומעדיקע טעג. דערצו קען מען נאָך צורעכענען צום פּראָסקעראָווער פּאָגראָם די פּאָגראָם־אַקציעס אין די שכנישע שטעטלעך, וואָס זײַנען אין פּרינציפּ געווען אַ טייל דערפֿון, אָבער מע רעכנט זיי, ווי אַ כּלל, באַזונדער. אָבער אויך אין די פֿאָרשטעט פֿון פּראָסקעראָוו זײַנען אומגעקומען עטלעכע הונדערט ייִדן.
„אין דעם פּאָגראָם זײַנען אומגעקומען מער ווי 10% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, אַ סך פֿרויען און קינדער…“
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: הייסט עס, אַזאַ אויסמעסטונג, אַזאַ פֿאַרנעם און אַזאַ ווילדע אַכזריות — ווײַל ס׳זײַנען פֿאַראַן עדות־באַשרײַבונגען, ווי דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען, און עס האָט אויסגעזען אַבסאָלוט שוידערלעך — דאָס אַלץ איז געווען באַדינגט אויסשליסלעך מיט סעמעסענקאָס פּערזענלעכער שׂינאה צו ייִדן?
סערהיי היריק: ניט אויסשליסלעך, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אין אַ היפּשער מאָס — די פּערזענלעכקייט פֿונעם קאָמאַנדיר, בתּנאַי אַז זײַנע אונטערגעבענע זײַנען לויאַל צו אים, שפּילט אַ גאָר באַדײַטנדיקע ראָלע. און בעת ער האָט געפֿורעמט זײַן אָפּטיילונג, האָט ער צוגעקליבן צו איר פּאַסיקע מיליטערלײַט, פּאַסיקע סאָלדאַטן, און זײַנע סאָלדאַטן זײַנען, משמעות, געווען… ערשטנס, קען מען משפּטן וועגן זייער דיסציפּלין, און צווייטנס, האָבן זיי אויך געהאַט די געהעריקע השגות.
און ווען חיילות — ניט קוקנדיק דערויף, צי דאָס זײַנען חיילות פֿון דער דירעקטאָריע, צי פֿאַרשידענע אַטאַמאַן־גרופּעס, צי לויאַל צו דער דירעקטאָריע, צי ניט, צי ווײַסע, צי רויטע, צי גריגאָריעווצעס — ער האָט אויך געביטן זײַן לויאַלקייט צו פֿאַרשידענע זײַטן פֿונעם דעמאָלטיקן קאָנפֿליקט.
ניט קוקנדיק דערויף, ווער ס׳האָט אַליין געמאַכט די פּאָגראָמען, האָט די לויאַלקייט צו דעם, וואָס האָט גלײַך געגעבן דעם באַפֿעל, געשפּילט די הויפּט־ראָלע. און די פּערזענלעכקייט פֿון דעם, וואָס האָט געגעבן דעם באַפֿעל.
און אַ גאָר וויכטיקער מאָמענט — ווי אַזוי, אין וועלכער פֿאָרעם ער האָט פֿאָרמולירט דעם דאָזיקן באַפֿעל. ער האָט פֿאָרמולירט דעם באַפֿעל ניט צו רויבן, נאָר גלײַך צו הרגענען. פֿאַרשטייט זיך, האָט מען דעם באַפֿעל איבערגעטראָטן. פֿאַרשטייט זיך, ס׳זײַנען געווען עדות־זאָגונגען פֿון די, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם פּאָגראָם, און זיי ווײַזן, אַז ס׳זײַנען געווען רויבערײַען, אָבער פֿאַרגלײַכלעך ווייניק, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פּאָגראָמען. אַ סך פּאָגראָמען האָבן זיך געענדיקט אָן קרבנות און זיך באַגרענעצט מיט רויבערײַ. אַ סך פּאָגראָמען האָבן זיך באַגרענעצט, האָבן געהאַט ווייניק קרבנות און זײַנען פֿאַר אַלץ געווען געצילט אויף רויבן.
דאָ זעען מיר אַ שטרעבונג נוקם צו זײַן אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה פֿאַר דער שולד, וואָס מע האָט איר צוגעשריבן — דעם פּרוּוו פֿון אַן אויפֿשטאַנד פֿון דער אָרטיקער באָלשעוויסטישער יאַטשייקע. אָט, און נוקם צו זײַן אויף דעם מערסט גרויזאַמען אופֿן און מיט אַ סך מאָרדן. און די פֿאָלגן קאָנקרעט פֿון דעם דאָזיקן פּאָגראָם, ווען ס׳זײַנען אומגעקומען מער ווי 10% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, ווען אַ היפּשע צאָל קרבנות — דאָס איז, ווידער אַ מאָל, אַן אויסנאַם־פֿאַל. נאָר עטלעכע פּאָגראָמען האָבן געהאַט ענלעכע שטריכן. אַ היפּשער טייל קרבנות — דאָס זײַנען פֿרויען, אַ היפּשער טייל קרבנות — דאָס זײַנען קינדער. אָט, אַ גאַנץ גרויסער פּראָצענט.
אין אַ סך פּאָגראָמען, וואָס זײַנען באַגלייט געווען מיט מאָרדן — ווידער אַ מאָל, ניט אַלע פּאָגראָמען זײַנען באַגלייט געווען מיט מאָרדן — זײַנען אין אַ סך פּאָגראָמען די קרבנות געווען נאָר מענער. קעגן פֿרויען האָט מען באַגאַנגען סעקסועלן גוואַלד, אָבער פֿרויען האָט מען, ווי אַ כּלל, ניט געהרגעט בעת די פּאָגראָמען, און אויך ניט קיין קינדער. אינעם פֿאַל פֿונעם פּראָסקעראָווער פּאָגראָם האָט מען געהרגעט גאַנצע משפּחות.
אָט, און דאָס ווײַזט די שטימונג קאָנקרעט פֿון דער דאָזיקער אָפּטיילונג, וואָס איז געווען אײַנקוואַרטירט אין פּראָסקעראָוו.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: צי האָט די אָרטיקע מאַכט אין פּראָסקעראָוו דעמאָלט געהאַט אַ מעגלעכקייט זיך עפּעס אַנטקעגנצושטעלן דערצו? עפּעס געזעץ־היטער, למעשה?
סערהיי היריק: נו, ס׳זײַנען געווען פּרוּוון. ס׳איז געווען אַ קליינע פּאַראַמיליטערישע פֿאָרמירונג פֿון דער אָרטיקער מיליץ, אַזאַ סאָרט אָרטיקע לאַנדווער. דאָס איז ניט געווען קיין ייִדישע זעלבשוץ. אָט, בכלל, די אַקציעס פֿון דער ייִדישער זעלבשוץ קעגן פּאָגראָמען האָבן געקענט זײַן עפֿעקטיוו נאָר אין יענע פֿאַלן, ווען די פּאָגראָמשטשיקעס זײַנען געווען ספּאָנטאַנע, ווען די פּאָגראָמשטשיקעס זײַנען געווען אָרטיקע, וואָס האָבן, למשל, אויך געהאַט ניט קיין שווערע באַוואָפֿענונג, און זײַנען ניט געווען באַדינגלעך דיסציפּלינירטע סאָלדאַטן.
דאָ זעען מיר, אַז דעם פּאָגראָם האָבן דורכגעפֿירט, לויט אַ דירעקטן באַפֿעל, קאַדער־מיליטערלײַט, כאָטש פֿון אַ באַדינגלעך רעגולערער אָפּטיילונג. און אין אַזאַ פֿאַל האָבן די זעלבשוץ־גרופּעס אָדער די אָרטיקע געזעץ־היטער — ווידער אַ מאָל, ווי אַזוי זיי זײַנען געפֿורעמט געוואָרן אין די באַדינגונגען קאָנקרעט פֿון 1919 — געקענט זײַן… זיי זײַנען פּשוט, אין זין פֿון באַוואָפֿענונג, געווען אין אַן אַנדער וואָג־קאַטעגאָריע. זיי האָבן זיך ניט געקענט אַנטקעגנשטעלן רעגולערע מיליטערישע אָפּטיילונגען.
אַ מיליטערישע אָפּטיילונג מיט רײַטנדיקער אינפֿאַנטעריע, טיילווײַז מיט שווערער באַוואָפֿענונג, מיט מאַשין־געווערן, מיט אַ גרויסער צאָל ביקסן, קעגן אַפֿילו עטלעכע הונדערט מענטשן מיט לײַכטער באַוואָפֿענונג, מאַקסימום מיט רעוואָלווערן — דאָס איז געווען אוממעגלעך אָפּצושטעלן.
מע האָט געקענט פּרוּוון דאָס אָפּשטעלן מיט מאָראַלישער השפּעה. צווישן די קרבנות פֿונעם פּאָגראָם איז אויך אַ ניט־ייִד — אַן אָרטיקער פּריסטער, וואָס האָט געפּרוּווט ווירקן.
מע האָט געקענט פּרוּוון באַהאַלטן ייִדן — אַזעלכע פֿאַלן זײַנען אויך געווען, און עטלעכע ייִדן זײַנען דאַנק דעם געבליבן לעבן, ווײַל אָרטיקע ניט־ייִדן האָבן זיי באַהאַלטן.
אָבער אַ מאַסנדיקע דערשײַנונג האָט דאָס ניט געקענט ווערן, ווידער אַ מאָל, אַז מע נעמט אין באַטראַכט, וויפֿל פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון פּראָסקעראָוו זײַנען געווען ייִדן. אָבער ווער דווקא האָט געמעלדט קיין קאַמענעץ — מסתּמא זײַנען דאָס געווען דווקא פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער זעלבסטפֿאַרוואַלטונג.
מע האָט געמעלדט קיין קאַמענעץ, מע האָט באַקומען דעם געהעריקן באַפֿעל, אַז דער פּאָגראָם זאָל אויפֿהערן, און אָן דער אַרײַנמישונג פֿון דער אָרטיקער מאַכט וואָלט דאָס געווען אוממעגלעך.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



