די אוקראַיִנישע קאַנטן האָבן געבױרן ייִדישע כּישרונות, ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטישע טעטיקײט — אַ היסטאָריקער
דאָס איז דער פֿינפֿטער עפּיזאָד פֿונעם צװײטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט “װידערשטאַנד. סופּראָטיװ”, און מע דערגײט צו אײנעם פֿון די קאָמליצירטסטע זײַטלעך פֿון דער געשיכטע פֿון די פּאָגראָמען – צום יאָר 1905. װי געװײנטלעך, רעדט מען אַ סך פֿונעם קאָנטעקסט און פֿון דעם, װי באַשטימענדיק ס’איז די ראָלע פֿון דער מלוכה און איר אָנטײל אין די פּראָצעסן, װאָס זײַנען גורם טראַגישע געשעענישן. דער גאַסט פֿונעם עפּיזאָד איז דער היסטאָריקער אַנאַטאָליִי פּאָדאָלסקי.

Топ 5 за 24 години
דאָס יאָר 1905
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ רב אַנאַטאָליִי, מע רעדט הײַנט װעגן די 1900ער יאָרן, קאָנקרעט װאָלט איך אַפֿילו פֿאָרגעלײגט אָנהײבן פֿון 1905 װי דעם יאָר, װען די פּראָטעסטן אױף דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע פֿאַרשפּרײטן זיך און פֿאַרברײטערן זיך שיִער נישט צום מערסטן אָדער לכל־הפּחות כּמעט צום מערסטן. װי געװײנטלעך, אין די שמועסן זײַנען דאָ פֿראַגעס קודם־כּל װעגן דעם קאָנטעקסט.
װאָס געשעט אױף אונדזער טעריטאָריע אין דער תּקופֿה, אין דער רגע? װאָס איז דער מצבֿ פֿון די בירגערס און בפֿרט די ייִדן?
אַנאַטאָליִי פּאָדאָלסקי׃ אַ דאַנק, מרת ליזאַ. די פֿראַגע איז קאָמפּליצירט, װײַל מיר האָבן נישט געהאַט קײן אײגענע מלוכהשאַפֿט. און אַז מע רעדט פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט, די ערשטע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זײַנען די הײַנטצײַטיקע אוקראַיִנישע קאַנטן געװען פֿאַרטײלט צװישן צװײ אימפּעריעס, דער רוסישער און דער עסטרײַך־אונגערישער.
צענטראַלע גרױסע אוקראַיִנע, דרום־מיזרח־אוקראַיִנע זײַנען געװען אונטערן צאַר. און די קאַנטן פֿון טראַנסקאַרפּאַטיע, בוקאָװינע, מיזרח־גאַליציע זײַנען געװען עסטרײַך־אונגעריש. און דער פּױלישער קולטור-קאָנטעקסט איז דאָרט געװען.
װאָלין איז געװען אונטער דער רוסישער אימפּעריע אין דער תּקופֿה. און מע רעדט פֿונעם לעבן פֿון אוקראַיִניש־ייִדישער קעגנזײַטיקײט, פֿונעם לעבן פֿונעם ייִדישן ציבור. ס’איז געװען פֿאַרשײדן.
“דער צאַרישער רעזשים פֿון די ראָמאַנאָװס איז געװען אַנטיסעמיטיש בעצם»
אָבער קלאָר איז, אַז איר זאָגט פֿונעם אָנהײב, אַז מע קאָנצענטרירט זיך אױפֿן גורל פֿון די ייִדן אונטער דער רוסישער אימפּעריע, איז דאָס איז די תּקופֿה פֿונעם לעצטן פֿון די ראָמאַנאָװס, ניקאָלײַ ІІ.
דאָס האָבן אַפֿילו נישט אױסבאַהאַלטן די פֿאָרשטײער פֿון דער יודאָפֿאָבישער אָדער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק. דער צאַרישער רעזשים, די דאָזיקע רעגירונג פֿון דער רוסישער צאַרישער אימפּעריע, ער איז געװען אַנטיסעמיטיש בעצם.
דהײַנו דער אַנטיסעמיטישער באַשטאַנדטײל איז געװען די מלוכה־פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע. װאָס װאָלט נישט געװען אין די עסטרײַך־אונגערישע קאַנטן, װי ס’האָט געשריבן אונדזער אוקראַיִנישער װיסנשאַפֿטלער באָטשקאָװסקי. ער האָט אַ מאָל געשריבן, אַז «די עסטרײַך־אונגערישע אימפּעריע איז געװען אַן עטנאָגראַפֿישער מוזײ».
“אונטער די באָלשעװיקעס און קאָמוניסטן איז פֿאַקטיש געװען צװאַנג־אַסימילאַציע…»
דאָרט האָט מען נישט געדאַרפֿט… די אידענטיטעט נאַציאָנאַלע, קולטורעלע האָט מען נישט גערודפֿט און נישט געלײקנט, װי אין די קאַנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אַזױ צו זאָגן, האָבן די ייִדן פֿון לעמבעריק זיך געפֿילט ייִדן פֿון לעמבעריק. די ייִדן פֿון קיִעװ אױך.
אָבער שפּעטער אונטער די באָלשעװיקעס און קאָמוניסטן איז שױן פֿאַקטיש געװען צװאַנג־אַסימילאַציע. אָבער דאָרט האָט די ייִדישע קהילה פֿון, לאָמיר זאָגן, מיזרח־גאַליציע געהאַט מער זיכערקײט אין איר קולטורעלן, רעליגיעזן לעבן. דאָ איז קײן סך זיכערקײט נישט געװען.
און ס’איז אױך װיכטיק צו זאָגן װעגן דעם קאָנטעקסט אױך. אין 1897 איז געװען די באַקאַנטע צײלונג פֿון דער רוסישער אימפּעריע, װאָס האָט אַפֿערגעשטעלט אַ ריזיקע צאָל ייִדן אין די קאַנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע, נישט בלױז אין די אוקראַיִנישע קאַנטן, נאָר אױך אין די בעלאַרוסישע, ליטװישע.
ס’איז געװען אַזאַ באַקאַנטע צאָל – 5 מיליאָן און 200 טױזנט מענטשן פֿון ייִדישן דעת. די צײלונג, זי איז באַקאַנט, צוטריטלעך אין אַרכיװן. אָבער ס’איז װיכטיק, װאָס דעמאָלט זאָגט מען בכלל, אַז בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט זײַנען אױף דער װעלט געװען בערך 10 מיליאָן ייִדן. אױך בערך דרײַ מיליאָן זײַנען געװען אין די קאַנטן פֿון הײַנטצײַטיקער אוקראַיִנע.
דהײַנו סײַ אין די קאַנטן אונטער דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, סײַ אין די, װאָס זײַנען אונטער דער רוסישער אימפּעריע. דהײַנו 30% װעלט־ייִדנטום האָבן געװױנט פֿון לעמבעריק ביז לוגאַנסק, פֿון טשערניכעװ ביז סימפֿעראָפּאָל, אין די הײַנטצײַטיקע קאַנטן פֿון דער אוקראַיִנישער מלוכה. און אַװדאי איז דאָס געװען דער קאָנטעקסט פֿון אײן אימפּעריע, פֿון דער אַנדערער.
ס’איז געװען אַ סך־קולטוריקער קאָנטעקסט. אָבער לױט דעם, װי פּראָפֿעסאָר מאַרטין פֿײלער האָט אַלע מאָל געשריבן, איז די הױפּט־ליניע פֿון די באַציִונגען צװישן די אוקראַיִנער און די ייִדן אַזאַ, אַז סע זײַנען אין דער אמתן געשען קעגנזײַטיקע השפּעות פֿון אוקראַיִנישער און ייִדישער קולטור. און אָט איז נאָך אַ מאָדנע מעשׂה צום אַלגעמײנעם קאָנטעקסט.
בלי־ספֿק האָבן די ייִדן אונטער דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע אַרױסגעגעבן אַזעלכע פּערזענלעכקײטן, װי ברונאָ שולץ, װי שמואל עגנון, װי יאָזעף ראָט. אָבער אונטער דער רוסישער אימפּעריע האָט מען שלום־עליכמען, מענדעלע מוכר־ספֿרימען. אָבער ס’איז אַן אַנדער קולטור.
יאָ, אמת, אַן אַנדערע. ברונאָ שולץ, שמואל עגנון, יאָזעף ראָט זײַנען געװען אַזאַ טיפֿע אינטעלעקטועלע ליטעראַטור. די ליטעראַטור פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, דהײַנו אַבראַמאָװיטש פֿון אָדעס, אָדער שלום־עליכם, דהײַנו ראַבינאָװיטש פֿון פּרעיאַסלעװ, דאָס זײַנען געװען די קלאַסיקער פֿון דער ליטערטור אױפֿן לשון. זי איז געװען פֿאָלקס־ליטעראַטור.
«די אוקראַינישע קאַנטן האָבן געבױרן ייִדישע כּישרונות, ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטישע טעטיקײט»
חײם ביאַליק איז פֿאַר דער הײַנטצײַטיקער ישׂראלדיקער ליטעראַטור געװאָרן װי שעװטשענקע פֿאַר דער אוקראַיִנישער. ער איז געבױרן געװאָרן אין װאָלין בײַם סוף 70ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און האָט בײַם אָנהײב געשריבן אױף ייִדיש, און דערנאָך אױף הענרעיִש. צו װאָס זאָג איך דאָס – די אוקראַינישע קאַנטן האָבן געבױרן ייִדישע כּישרונות, ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטישע טעטיקײט.
ס’איז זיך נישט פֿאָרצושטעלן ציוניזם, די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַװעגונג, אָן זשאַבאָטינסקין אָדער אחד־העמען. אין די אוקראַיִנישע עטנישע היסטאָרישע קאַנטן זײַנען די מענטשן געבױרן און אױסגעפֿורעמט געװאָרן אונטער דער השפּעה פֿון דער אוקראַיִנישער קולטור. סע זײַנען געװען קעגנזײַטיקע השפּעות, ס’איז װיכטיק.
אָבער הײַנט, בשעת דער רוסישער אַגרעסיע קעגן אונדז, װײסן מיר, װי די, װאָס זײ פּסקענען, אױב זײ זײַנען פֿאַרברעכער און רוצחים, װי דאָס גאַנצע לעבן דאָס קולטורעלס, ליטעראַרישס, שטײגערישס, טאָג־טעגלעכס װענדט זיך אין די, װאָס האָבן די מאַכט.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ און דאָ װיל איז זיך אָפּשטעלן אױף די חילוקים. אַז מע רעדט פֿון אימפּעריעס און פֿון פֿאַרשײדענע השפּעות, קלאָר איז, אַז פֿאַרשײדענע ממשלה־צענטערס, פֿאַרשײדענע צוגאַנגען צום אָנפֿירן מיט דער מלוכה, בתוכם אין דער אַרבעט פֿון די אָדער ִיענע געזעץ־היטערײַ-קערפּערשאַפֿטן.
װאָס שײך דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אױף דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע און אונטערשײד פֿון דעם מצבֿ, געװענדט אין דעם, אונטער װעלכער אימפּעריע די טעריטאָריע איז געװען, אין װאָס איז ער באַשטאַנען? צי קען מען זאָגן, אַז די רוסישע אימפּעריע איז געװען אױף דער מלוכה־מדרגה פֿאַראינטערעסירט אין דעם, אַז די רעכט, למשל, פֿון די ייִדן זאָלן געבראָכן װערן. צי פֿאַרבײַטן מיר איצט נישט די באַגריפֿן, אַז אַזעלכע פּאָגראָמען זײַנען דאָס אַחריות פֿון דער מלוכה אין אַזאַ פֿאַל? צי מאַניפּולירן מיר נישט?
אַנאַטאָליִי פּאָדאָלסקי׃ אַ כּלל, זעט איר דאָך, האָב איך געהאַלטן בײַם זאָגן דאָס אַפֿילו אָן אײַער פֿראַגע. דער אונטערשײד איז געװען, און װעגן דעם אונטערשײד האָבן אַ סך מחברים געשריבן.
דער אונטערשײד איז געװען, אַז אױב מע רעדט פֿון די אוקראַיִנישע קאַנטן, פֿון די אוקראַיִנישע ייִדן, איז װיכטיק צו שטעלן דעם טראָפּ, װי מאַרטין פֿײלער און װאָלף מאָסקאָװיטש האָבן מיט 35 יאָר צוריק, נאָכן צעפֿאַל פֿון דער סאָװעטישער אימפּעריאַלער דיקטאַטור, געזאָגט, אַז ס’איז װיכטיק, װײַל, נישט געקוקט אױף דעם, אַז ס’איז נישט געװען קײן מלוכהשאַפֿט, צי די קאַנטן זײַנען געװען אונטער עסטרײַך־אונגערן, צי אונטער דער רוסישער אימפּעריע, איז דער קולטורעלער קאָנטעקסט געװען צװישן די אוקראַיִנער און די ייִדן, דערפֿאַר האָט מען דאָס כּשערע היסטאָרישע, מאָראַלישע, קולטורעלע, װיסנשאַפֿטלעכע רעכט צו רעדן פֿון אוקראַיִנישע ייִדן. און דערפֿאַר ניץ איך דעם אױסדרוק, דעם טערמין אין מײַנע טעקסטן די גאַנצע צײַט.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ עטלעכע היסטאָריקער װעלן זיך מיט אײַך דאָך אַמפּערן.
אַנאַטאָליִי פּאָדאָלסקי׃ יאָ, יאָ, יאָ, לאָזן זײ זיך אַמפּערן, ס’איז זײער רעכט, מיר װױנען דאָך נישט אין צפֿון־קאָרעע, נישט אין רוסלאַנד. אָבער מײַן טעזע איז זײער פּשוט, דאָס זײַנען אוקראַיִנישע ייִדן.
און דערנאָך זאָגט מען פֿונעם אונטערשײד, פֿונעם בולטן אונטערשײד. בײַם סוף 18טן יאָרהונדערט זײַנען געװען דרײַ באַקאַנטע צעטײלן פֿון דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה. אַז זי האָט אױפֿגעהערט עקזיסטירן װי אַ מלוכה, זײַנען די קאַנטן אױסגעטײלט געװאָרן צװישן עסטרײַך, פּרײַסן און רוסלאַנד.
דער שאַנדפֿלעק פֿון «אַנדער־אמונער»
אױך דעמאָלט, װײסט איר, דעמאָלט זײַנען אַ סך ייִדן אַרײַנגעפֿאַלן אונטער דער שליטה, געװאָרן אונטערטאַנער פֿון דער רוסישער אימפּעריע. און דעמאָלט איז דאָס געװען יעקאַטערינאַ ІІ, דאָס יאָר 1792, עס באַװײַזט זיך דער אַזױ גערופֿענער «תּחום־המושבֿ». מע האָט דערלױבט מענטשן צו װױנען ערגעץ, ערגעץ האָט מען נישט דערלױבט.
און דװקא דערפֿאַר איז זיך אַזױ באַקומען, אַז דאָס לעבן פֿון אוקראַיִנישע ייִדן אונטער דער רוסישער אימפּעריע אין 19טן יאָרײונדערט און בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט אין געװען אַ שטעטלש לעבן. דאָס לעבן נישט אין קײן גרױסע שטעט, אין קיִעװ איז אױך געװען אָסור צו װױנען. נאָר דאָס לעבן, דער פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון דער שפּעטער רוסישער אימפּעריע און די 20ער־30ער יאָרן פֿון באָלשעװיקיש רוסלאַנד, דאָס איז דער פֿענאָמען פֿון לעבן אין אַ שטעטל.
דאָס שטעטל איז אױפֿן ייִדישן לשון סײַ באַזונגען, סײַ קריטיקירט געװאָרן פֿון ייִדן אַלײן. אָבער ס’איז געגאַנגען אין דעם, אַז פֿונעם קוקװינקל, אַז מע ניצט די הײַנטצײַטיקע טערמינאָלאָגיע פֿון אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ, איז דאָס אַ גאָרער בראָך פֿון די רעכט און פֿרײַהײטן פֿון די מענטשן, זײ האָבן נישט געקענט אױסקלײַבן דאָס אָרט, װוּ צו װױנען.
און דערצו אַזאַ שאַנדפֿלעק, און דאָס אַלץ האָבן יעקאַטערינאַ ІІ און די ראָמאַנאָװס, די רוסישער קײסאָרים, ממשיך געװען, דעם שאַנדפֿלעק פֿון «אַנדער־אמונער», «אַנדער־שטאַמיקע».
און דאָס האָט משפּיע געװען אױף דעם, אַז סע האָט נישט געקענט זײַן קײן נאָרמאַלע ייִדישע בילדונג. און דאָס געשעפֿט האָט זיך אױך שװער אַנװיקלט. אָבער עס האָט זיך יאָ אַנטװיקלט.
און אין דער זעלבער צײַט אַז מע שרײַבט װעגן דעם לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־גאַליציע אָדער אונטער עסטרײַך־אונגערן, שרײַבט מען װעגן אונטערטעניקײט. מען איז געװאָרן אַן אונטערטאַנער, אָבער קײנעם איז אַפֿילו אױפֿן זינען נישט געקומען צו רודפֿן אַ מענטש, װײַל ער גײט נישט אין קלױסטער, נאָר אין שול, װײַל ער לערנט די קינדער ייִדישקײט און ליטעראַטור. דהײַנו דאָס נאַציאָנאַל־קולטורעלע לעבן איז געװען פֿרײַער.
און דאָס האָט מען אַגבֿ געזען בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה און דעם חורבן, אַז די ייִדן, װאָס האָבן געהאַט אַן אַנדער לעבנס־דערפֿאַרונג, אַ לעבן נישט אונטער רוסלאַנד, נישט אונטער סאָװעטן־לאַנד, אָט זײ האָבן פּשוט געהאַט אַן אַנדער צוגאַנג, אַן אַנדער קוקװינקל.
דערצו, װי סע שרײַבן אַלע פֿאָרשער, הענרי אַבראַמסאָן, װאָס איז, לױט מײַן מײנונג, אײנער פֿון די העכסטע מיושבֿדיקע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון פּאָגראָמען, דער שװערער געשיכטע. אָבער זײַן פֿאָרשונג, װײסט איר דאָך, די איבערגעזעצטע אױף אוקראַיִניש «תּפֿילה פֿאַר דער רעגירונג», «Prayer for the Government». ער אַנאַליזירט די פּאָגראָמען פֿון די צײַטן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער תּקופֿה פֿונעם נאַצינאַל־קולטורעלן קאַמף.
אָבער מיר רעדן פֿונעם אָנהײב. און די־אָט באַגרענעצונג, װי סע שרײַבן דער זעלבער אַבראַמסאָן און די אַנדערע, אַז דאָס װאָרט «פּאָגראָם» האָט נישט קײן איבערזעצונג. ס’איז אַ רוסיש װאָרט, אָן איבערזעצונג.
דהײַנו דער גװאַלד אַקעגן די ייִדן, אונטערגעשטיצט דורך דער מלוכה, אָנגעהױבן דורך פֿאָרשטײער פֿון דער מלוכה־רעגירונג, און דערצו שטײען צו בעלנים. און די טראַגעדיע האָט זיך באַװיזן נאָכן אײַנפֿיר פֿון תּחום־המושבֿ, נאָך דעם, אַז די פּױלישע ייִדן זײַנען געװאָרן רוסישע ייִדן. דהײַנו בפּועל־ממש די קאַנטן פֿון װאָלין און אַנדערע.
װאָס דען האָט מען? מע האָט אַזאַ שװערע תּקופֿה פֿון 1871-1882, אַז אונטער אַלעקסאַנדער ІІ זײַנען געװען פּאָגראָמען. סע זײַנען געװען פּאָגראָמען אין צענטראַלער אוקראַיִנע, אין יאָלאָסװעט, אין קאַטערינעסלאַװ, אין דניפּראָ, אין קראָפּיװניצקי.
װאָס האָט גורם געװען די כװאַליע אין 1905? פֿאַר װאָס האָט זי זיך דװקא דעמאָלט אָנגעהױבן? 1905 איז דער שפּיץ, לױט מײַן מײנונג.
דהײַנו די הינטערגעשיכטע, דער קאָנטעקסט איז אַזאַ, אַז יעקאַטערינאַ ІІ’ס אױפֿפֿיר און אירע באַגרענעצונגען האָבן גורם געװען דאָס יאָר 1905. דהײַנו בפּועל־ממש, שטעלט זיך פֿאָר, אין 100 יאָר אָדער מער האָבן זיך געפֿורעמט אַזױ פֿיל דורות, װאָס האָבן זיך באַצױגן צום ייִדישן ציבור ביטולדיק. און זײ האָבן געזען, אַז אַזאַ ביטולדיקע באַציִונג האָט די אימפּערישע רעגירונג אונטערגעשטיצט.
דאָס יאָר 1905 איז אַ מעשׂה־נורא. די מעשׂה־נורא האָט זיך אָנגעהױבן דערפֿון, אַז ניקאָלײַ ІІ האָט זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ נאָך גרעסערן אַנטיסעמיט פֿון אַלעקסאַנדער ІІІ. און אַגבֿ איז די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק שטענדיק געװען אין אײנעם מיט אוקראַיִנאָפֿאָבישער פּאָליטיק.
ס’איז אַזאַ היסטאָרישער קאָנטעקסט. װאַלוּיעװס צירקולאַר, עמסער אוקאַז, דער איסור פֿון דער אוקראַיִנישער שפּראַך, די פּאָגראָמען פֿון ייִדן – זײ זײַנען אין אײנעם.
כראָנאָלאָגיש איז דאָס סוף 19טן־אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט. דערנאָך איז דער-אָ שרעקלעכער טעקסט «פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון», עמעצער קרושעװאַן, אָדער װי ער זאָל נישט הײסן. װאָס פֿאַר אַ טעקסט איז דאָס? דער טעקסט פֿון די «פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון», װאָס האָט זיך באַװיזן אין קעשענעװ ערבֿ קעשענעװער פּאָגראָם.
דאָס יאָר 1902. פֿאַקטיש האָט דער טעקסט געהאָלפֿן די מעשׂה־נראים פֿון 1905.
***
פֿאָרשער פֿון די «פּראָטאָקאָלן» זײַנען געװען אַ סך. אײנער פֿון די באַקאַנטע פֿאָרשער, אונדזער אוקראַיִנישער פֿילאָסאָף, פֿילאָלאָג װאַדים סקוראַטיװסקי האָט אַרױסגעגעבן אַ ביכל, ס’איז געװען מיט אַ סך יאָר צוריק, װוּ ער האָט סתּם פֿונעם סעמאַנטישן קוקװינקל געפֿאָרשט די טעקסטן און געװיזן זײער גאָרע ליגנערישקײט.
אָבער אױך דעמאָלט האָט ער געשריבן, אַז דאָס איז געפֿונען געװאָרן אין אַרכיװן שױן לאַנג, אַז ניקאָלײַ ІІ – מע האָט אים דעמאָלט געגעבן דעם דאָקומענט. דער מײן איז געװען, אַז די «פּראָטאָקאָלן» זאָלן װערן דער פּראָגראַם־דאָקומענט פֿאַר אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס ניקאָלײַ ІІ האָט מיסד געװען.
און דער מײן איז געװען, אַז דאָס איז דער שװאַרצער הונדערט פֿון אַנטיאוקראַיִנישע אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן באַקומען געלט פֿונעם מלוכה־אוצר. און דער־אָ דאָקומרנט זאָל העלפֿן אײַנגעדן פּראָסטע לײַט, אַז «די זשידעס» זײַנען געפֿערלעך» און אַזױ װײַטער.
ס’איז געװען װיכטיק אַװעקצופּטרן די ייִדן. מע האָט געדאַרפֿט אַ מעטאָדאָלאָגישן יסוד אױף דעם גרונט.
דהײַנו אַנטיסעמיטיזם אין עסטרײַך־אונגערן איז געװען. אָבער ער איז זיכער נישט געװען אַזאַ סיסטעמישע מלוכישע פּאָליטיק, װי אין דער רוסישער אימפּעריע. סע װערן באַשאַפֿן ספּעציעלע אינסטיטוציעס, אױפֿגעהאַלטן אױפֿן חשבון פֿון דער מלוכה, װאָס פֿאַרשפּרײטן די «פּראָטאָקאָלן», כּדי צו פֿורעמען שׂינאה צו די שכנים־ייִדן. דאָס זײַנען דװקא די יאָרן 1903-1905. אָט אַזױ.
“דער אַדרעס פֿון צרות איז שױן אַ סך יאָרהונדערטער דער זעלבער – מאָסקװע»
און אין 1903-1905 האָט דאָס געפּועלט. אין 1903 – אַ שרעקלעכער פּאָרגאָם אין קעשענעװ. 49 מענטשן דערהרגעט.
דאָס זײַנען באַקאַנטע דאַטן. ס’איז געװען שרעקלעך, אין דער אמתן. איבער 600 מענטשן זײַנען פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן, הײַזער זײַנען חרובֿ געװאָרן. מיר דאַרפֿן װיסן, װאָס עס איז קעשענעװ, ס’איז אפֿשר אַ פֿערטל פֿון קיִעװ.
די פּאָליצײ האָט געװיזן די פּאָגראָמשטשיקעס װוּ צו גײן. דאָס אַלץ איז געװען אין קעשענעװ אין 1903. ס’האָט זיך איבערגעחזרט אין קיִעװ און אין אָדעס.
די באַפֿעלן זײַנען געװען פֿון פּעטערבורג, פֿון מאָסקװע. איך זאָג איצט שטענדיק מײַנע קאָלעגעס, לערער, סטודענטן. דער אַדרעס פֿון צרות איז שױן אַ סך יאָרהונדערטער דער זעלבער – מאָסקװע. דער אַדרעס פֿון צרות פֿאַר אונדז, פֿאַר די בירגער פֿון אוקראַיִנע מיט פֿאַרשײדענע אָפּשטאַמען. דער אַדרעס איז דער זעלבער.
און עס קומט אױס אַזױ. די פּאָגראָמען פֿונעם קאָנטעקסט פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1903-1905.
אין סאָװעטישע לערנביכער, לױט װעלכע מיר איז אױסגעקומען זיך צו לערנען, האָט זי געהײסן בורזשואַזע. אין דער אמתן איז זי פֿאַרשײדן. און אין אַזאַ קאָנטערסט איז אַרױס דער מאַניפֿעסט.
צום ערשטן מאָל האָט די אימפּעריע געגעבן געװיסע פֿרײַהײטן. װי סע שטײט געשריבן אין די טעקסטן, האָט דער פֿאַרבאַנד פֿונעם רוסישן פֿאָלק, אַחוץ די «פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון» געמאַכט אַ טאַראַראַם אין קיִעװ און אין אָדעס. די שטעט האָבן געהאַט אַ ייִדיש פּנים, נישט געקוקט אױפֿן תּחום־המושבֿ.
זײ האָבן געזאָגט, אַז די «זשידעס» האָבן פֿאַרומװערדיקט דעם פּאָרטרעט פֿונעם צאַר־באַטיושקאַ». אָט זײַנען די פֿרײַהײַטן פֿונעם מאַניפֿעסט פֿונעם 17טן אָקטאָבער אין דער רוסישער אימפּעריע, װײַל נאָך דער אומגעראָטענער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה האָט די רעװאָלוציע דערשראָקן ניקאָלײַ ІІ.
רבונו־של־עולם, װי מע קען הײַנט אַלץ פֿאַרגלײַכן… שרעקלעך. דער «קאַרטאָן-מײַדאַן» (די פּראָטעסטן אין אוקראַיִנע אין 2025 און 2026, װוּ ס’רובֿ «טראַנספּאַרענטן» זײַנען געװען פֿון קאַרטאָן – די איבערזעצערין) האָט דערשראָקן – דאַרף מען אָפּטרעטן. איך בעט זיך איבער.
מיר װעלן קײן מאָל נישט צוריק צו דיקטאַטור. קײן מאָל נישט. אָבער עס קאָסט אונדז הײַנט.
װײַל די זעלבע היסטאָרישע דערפֿאַרונג העלפֿט אונדז. און דערפֿאַר זײַנען מיכאל־המלאכס פֿאַרבאַנד און דער פֿאַרבאַנד פֿון רוסישן פֿאָלק געװען אונטערן שיץ פֿון דער פּאָליצײ אין קיִעװ און אין אָדעס דרײַ אַ האַלב טעג. דער פּועל־יוצא איז שרעקלעך. אַזאַ צאָל… 47 מענטשן. כּמעט די זעלבע צאָל דערהרגעטע ייִדן איז אין קיִעװ, די זעלבע צאָל דערהרגעטע אין קעשענעװ.
עטלעכע טױזנט מענטשן האָבן אָנגעװאָרן װױנערטער. דאָס גאַנצע געשעפֿט. די קראָמען אין פּאָדיל זײַנען חרובֿ געװאָרן.
און אין 1933 אין בערלין זײַנען אַלע קראָמען חרובֿ געװאָרן נאָך 20-30 יאָר. און פּאָדיל איז כּמעט פֿאַרברענט געװאָרן.
אַ מלוכה שטימט מיט די מײנונגען, װאָס זײַנען דאָ אין דער געזעלשאַפֿט. אָדער אין דער אמתן װאָלט אַזאַ פּראָצעס זיך קײן מאָל נישט אָנגעהױבן. זעט איר דאָך, מילא, פֿאָרש איך דעם גאַנצן לעבן די תּקופֿה פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען עס איז געװען אַ שרעקלעכער פּאָגראָם אין די פּױלישע קאַנטן. דאָרט קײן דײַטשישער אָפֿיציר האָט קײן אָנטײל נישט גענומען. דאָרט די ייִדן האָבן די פּאָליאַקן אַלײן געהרגעט. אָבער דער אמת איז, אַז אָן דער אָקופּאַציע פֿון פּױלן, אָנהײב צװײטער װעלט־מלחמה, באַקומען דעם סיגנאַל און פֿאַרשטײן, אַז דאָס װעט נישט באַשטראָפֿט װערן, אַזאַ פּאָגראָם װאָלט קײן מאָל נישט געװען.
נאָר די נאַציסטישע אידעאָלאָגיע, די אַנטיסעמיטישע ראַסיסטישע, װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט, און ס’איז געװען אַ דערקלערונג, אַז רציחות און רדיפֿות פֿון ייִדן װעלן נישט באַשטראָפֿט װערן, דאָס געפֿיל דערפֿון האָט גערײצן די טעטיקײט פֿון פֿאַרשײדענע מאַרגינאַלע און נישט מאַרגינאַלע גרופּעס.
הערט דעם גאַנצן שמועס אין דער צוגעגעבענער אױדיאָטעקע און דערװיסט זיך מער!
די פּובליקאַציע איז צוגעגרײט געװאָרן אין די רעמלעך פֿון אַ פּאַרטנער־פּרױעקט מיט אונעסקאָ מיט פֿינאַנציעלער שטיץ פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. איר תּוכן איז אַן אױסשליסלעך אַחריות פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט לאַװ־דװקא אָפּ די שטעלונג פֿון אונעסקאָ און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



