די רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ איז געװאָרן אַ באַקװעמער תּירוץ אױפֿצושטעלן באַריערן פֿאַר די ייִדן אין בילדונג און העכערונג מיטן «סאָציאַלן ליפֿט», – אַ היסטאָריקער
אינעם פֿערטן עפּיזאָד פֿונעם צװײטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט “װידעראַשטאַנד. סופּראָטיװ” גײט אינעם לעבן פֿו די ייִדן אױף דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע װי אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין דער תּקופֿה צװישן 1881 און 1884.

Топ 5 за 24 години
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ איך טענה שטאַרק, אַז איר זאָלט לײגן אַכט אױף דער װיכטיקײט פֿונעם סדר פֿון הערן די עפּיזאָדן. באָדײַ אַזױ, לױט מײַן מײן, קער זיך באַקומען אַ פֿולשטענדיק געשטאַלט. צוריק גערעדט, אױב איז זײַט פֿאַראינטערעסירט אין אַ קאָנקרעטער תּקופֿה, גיב איך מיט די עקספּערטן יעדעס מאָל דעם קאָנטעקסט.
מיך אינטערעסירן שטענדיק מער די סאָצילאָקוטורעלע באַציִונגען פֿון די מענטשן, אײדער װי זײ האָבן געהרגען אײנער דעם אַנדערן – יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן
«סע זײַנען דאָ דרײַ היסטאָרישע «אמתן»: טאַראַס טשוכליב װעגן די הײַדאַמאַקעס־אױפֿשטאַנדן און זײערע פּועל־יוצאס
יעלאַטערינע ІІ האָט אין 18טן יאָרהונדערט אױסמאַרקירט 15 גובערניעס, פֿון װעלכע ס’איז געװען אָסור די ייִדן אַרױסצופֿאָרן, – אַ היסטאָריקער
איז װײַטער װעט איר הערן אַ שמועס מיט סערהיִי היריקן, אַ געשיכטע־דאָקטאָר, אַן עלטערער לערער אױף דער מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים אין קיִעװ־מאָהילאַ אַקאַדעמיע, דער װיצעפּרעזידענט פֿון דער אוקראַיִנישער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע לימודים. רב סערהיִי, איך װיל זיך באַגרענעצן מיט אַ היסטאָרישער תּקופֿה. איך װאָלט זי מסתּמא דאַטירט מיט 1880-1884.
דאָס, װאָס געשעט אין דער רוסישער אימפּעריע, דאָס, װאָס געװשעט מיטן מצבֿ פֿון די ייִדן אין דער צײַט. אָט בכלל, אַז מע באַשרײַבט, מיט װאָס באַשעפֿטיקן זײ זיך, װאָס איז זײער שטאַנד, װאָס איז בכלל זײער סאָציאַלער מעמד און זײער אַלגעמײנער מצבֿ?
«סע בײַט זיך דער געזעלשאַפֿטלעכער מעמד פֿון אַלע סאָציאַלע גרופּעס אין דער רוסישער אימפּעריע, בתוכם די ייִדן»
סערהיִי היריק׃ זעט איר דאָך, דאָ דאַרף מען ציִען אַ פּאָר אַזאַ מין «װאַסערשײדן».
דער ערשטער איז דאָס, װאָס הײבט זיך אָן אין דער ערשטער העלפֿט 60ער יאָרן, אַפֿילו פֿונעם סאַמע סוף 50ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אַז אין די ערשטע יאָרן פֿון אַלעקסאַנדער ІІ’ס ממשלה הײבט זיך אָן אַ תּקופֿה פֿון גרױסע רעפֿאָרמען. און בכן בײַט זיך דער געזעלשאַפֿטלעכער מעמד פֿון אַלע סאָציאַלע גרופּעס אין דער רוסישער אימפּעריע און בתוכם די ייִדן. די ייִדן זײַנען נישט געװען קײן אײן פֿולשטענדיקע סאָציאַלע גרופּע.
ס’רובֿ ייִדן האָבן געהערט צו די שטאָטװױנער, אַ טײל – צו די סוחרים. אײנצלנע ייִדן האָבן דװקא אין אַלעקסאַנדער ІІ’ס צײַט באַקומען דעם שטאַנד פֿון אַדללײַט. בדרך־כּלל באַקומען דעם אױסלענדישן שטאַנד פֿון אײדללײַט, און די רוסישע אימפּעריע האָט אים אָנערקענט. זײ, צוזאַמען מיט די אַנדערע נישט־קריסטלעכע אַדללײַט, זײַנען פֿאַרשריבן געװאָרן אין ספּעציעלע ייִחוס־ביכער.
די קריסטן זײַנען פֿאַרשריבן געװאָרן באַזונדערש, די ייִדן און די מוסולמענער באַזונדערש. אָבער דאָס זײַנען גאָר־גאָר אײנצלנע פֿאַלן. און למשל באַראָן גינצבורג – אַ באַקאַנטער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, אַ ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, אַ געבױרענער אין קיִעװער גובערניע, האָט דװקא אױף אַזאַ אופֿן באַשטעטיקט זײַן אַדלשאַפֿט. דהײַנו ער האָט באַקומען דעם טיטל אין אױסלאַנד און דערנאָך אים באַשטעטיקט אין דער רוסישער אימפּעריע.
אין דער צײַט הײבן אָן אַקטיװ אַרבעטן סאָציאַלע ליפֿטן פֿאַר אַלע אין דער רוסישער אימפּעריע. געװעזענע פּױערים פֿאָרן אַריבער אין שטאָט אין די רעמלעך פֿו דער אַנטװיקלונג, סע הײבן זיך אָן בהדרגהדיקע פּראָצעסן פֿון אַנטװיקלונג פֿון דער אינדוסטריע.
ס’איז נאָך נישט די אינדוסטריעלע רעװאָלוציע. מע קען דאָס קױם רופֿן פֿולשטענדיקע אינדוסטריאַליזאַציע. ס’איז אונדז נישט קײן 20סטער יאָרהונדערט. און די רוסישע אימפּעריע איז ממילא עקאָנאָמיש געבליבן דער עיקר אַן אַגראַריש לאַנד.
“די ייִדן זײַנען פֿאַראינטערעסירט, װי אױך װאָסערע נאָר פֿאָרשטײער פֿון װאָסער נאָר סאָציאַלער גרופּע אין פֿאַרבעסערן זײער עקאָנאָמישן מצבֿ»
אָבער אין דער זעלבער צײַט געשעט אױך מיגראַציע פֿון דערפֿער אין שטעט און פֿון שטעטלעך מיט אַ ייִדישער מערהײט אין גרױסע שטעט. בכן ייִדן, װעלכע זײַנען שטאָטװױנער, צוגעשריבן צו אַ קהילה אין עפּעס אַ שטעטל, זײ קענען װױנען װוּ סע זאָל נישט זײַן. און בכן זײַנען די ייִדן פֿאַראינטערעסירט, װי אױך װאָסערע פֿאָרשטײער פֿון װאָסער סאָציאַלער גרופּע סע זאָלן נישט זײַן אין פֿאַרבעסערן זײער עקאָנאָמישן מצבֿ.
און אין דער צײַט, װײַטער גײענדיק פֿון די 1860ער, 1870ער, שולן די ייִדן זיך אַקטיװ אױס. אױב פֿריִער, פֿון דער ערשטער רעדאַקציע פֿון «פֿאַראָרדענונג װעגן די ייִדן», אַזאַן אַלגעמײנעם דאָקומענט, װאָס האָט געריכטעװעט דעם יורידישן מצבֿ פֿון דער ייִדישער מינדערהײט אין דער רוסישער אימפּעריע אין 1804, און שפּעטער די װײַטערדיקע רעדאַקציעס פֿון דעם דאָקומענט, האָט מען אָנגערײצט די ייִדן זיך אױסצושולן. סע זײַנען נישט געװען – אין דער צײַט, אין דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט – סע זײַנען נישט געװען קײן האַרבע מניעות פֿאַר די ייִדן, זײ זאָלן זיך אױסשולן.
ביז דער צײַט פֿון אַלעקסאַנדער ІІ איז דער אָנרײץ נאָך געבליבן, אָבער אױב אין דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהינדער זײַנען די ייִדן אָנגערײצט געװאָרן זיך אױסצושולן – «יאָ, אינטעגרירט זיך יחידיש», אָבער זײ זײַנען נישט געגאַנגען. עטלעכע האָבן זיך אױסגעשולט, די השׂכּלה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, עס האָט זיך באַװיזן ייִדישע פּרעסע נישט אױף ייִדיש, נאָר צװישן אַנדערן אױף רוסיש, דער עיקר אין אָדעס, אָבער דאָס זײַנען געװען אײנצלנע פֿאַלן. און פֿון דער תּקופֿה פֿון די גרױסע רעפֿאָרמען װאַקסט די כװאַליע ייִדן, װאָס װילן באַקומען אַ װעלטלעכע בילדונג און אױף אַזאַן אופֿן זיך באַניצן מיט די סאָציאַלע ליפֿטן, און די רעגירונג הײבט אָן טראַכטן װעגן דעם, אַז מע זאָל שטעלן מניעות.
און די רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ אין 1881 איז געװאָרן זײער אַ באַקװעמער תּירוץ גאַנץ אַקטיװ אָנצוהײבן אױפֿשטעלן אָט די מניעות. הײַנט צו שטערן זײ זיך אױסצושולן, פֿאַרנעמען שטעלעס אין פֿרײַע פֿאַכן, מע הײבט אָן צו שטעלן באַגרענעצונגען, די ייִדן זאָלן נישט אַרײַן אין אַדװאָקאַטור, למשל.
אױב נאָך דער געריכט־רעפֿאָרעם אין די רעמלעך פֿון די גרױסע רעפֿאָרמען אין די 1860ער האָבן די ייִדן, װאָס האָבן באַקומען יורידישע בילדונג, גרינג געקענט אַרײַן אין אַדװאָקאַטור, װערן פּריסיאַזשנע־פּאָװערענע, װי דעמאָלט געהײסן… טאָ נאָך דער רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ, אין די צײַטן פֿון אַלעקסאַנדער ІІІ זײַנען די ייִדן, װאָס זײַנען שױן געװען פּריסיאַזשנע־פּאָװערענע, זײ זײַנען געבליבן, אָבער נײַע הערט מען אױף אָנצונעמען.
“װאָס שײך די רוסן װי דער טיטל־גרופּע, איז שװער צו רעדן פֿון אַ נאַציאָנאַלער באַװוּסטזיניקײט»
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אין װאָס זעט די רעגירונג אַ סכּנה? נו, האָבן די ייִדן זיך סאָציאַלע ליפֿטן, נו האָבן זײ, אָדער װעלכע סע זאָלן נישט זײַן אַנדערע שיכטן, װעלכע סע זאָלן נישט זײַן אַנדערע מענטשן. װאָס איז די פּראָבלעם? הײבט אָן זיך דערװעקן די נאַציאָנאַלע באַװוּסטזיניקײט?
סערהיִי היריק׃ װאָס שײך די רוסן װי דער טיטל־גרופּע, איז שװער צו רעדן פֿון אַ נאַציאָנאַלער באַװוּסטזיניקײט אין דער צײַט. אַװדאַי האָט מען דעמאָלט געניצט דעם טערמין שױן אין דער רוסישער פּרעסע, אָבער די אימפּעריאַלע באַװוּסטזיניקײט און די נאַציאָנאַלע דאַרף מען קלאָר פֿונאַנדערשײדן. אַװדאי איז דער רוסישער נאַציאָנאַליזם דװקא װי נאַציאָנאַליזם אױך דאָ, אָבער דאָס איז שױן אַ פֿענאָמען פֿון 20סטן יאָרהונדערט.
אין דער צײַט איז דאָס גיכער אַ פּרוּװ אָנצונעמען אַלע מינים מאָדערניזאַציע, אַלע מינים באַװעגונג פֿון אונטן אַרױף װי אַ סכּנה. װען די באַװעגונג איז יחידיש, אַז אַ כּיערונדיקער מענטש, נישט אָפּהענגיק אינעם אָפּשטאַם, מאַכט יחידיש אַ קאַריערע, אָדער אַז מע רעדט נישט פֿון די ייִדן, אַ מיליטערישע קאַריערע, װײַל פֿאַר די ייִדן זײַנען געװען זײער האַרבע באַגרענעצונגען. און אין די צײַטן, אַז מע האָט געקענט דורך אַ מיליטערישער קאַריערע זיך דערדינען צו אַ טשין, װאָס האָט געגעבן דאָס רעכט פֿון יחידישע און בפֿרט ירושהדיקע אַדלשאַפֿט, צװישן קריסטן, אַפֿילו די קריסטן, װאָס האָבן נישט געהאַט קײן אַדלדיקן אָפּשטאַם, זײַנען געװען פֿאַלן, אַז אַפֿילו אַ קריסט, װאָס איז געבױרן געבאָרן אַ לײַבקנעכט אַ פּױער, האָט געמאַכט אַ מיליטערישע קאַריערע און מיט דער דינסט זיך צוגעדינט צו די טשינעס, װאָס האָבן געגעבן ירושהדיקע אַדלשאַפֿט.
װאָס שײך די ייִדן, איז דאָס בכלל נישט געקומען אין באַטראַכט. װאָס שײך די קריסטן, איז באַקומען ירושהדיקע אַדלשאַפֿט דורך אַן אַקאַדעמישער קאַריערע געװען זעלטענע פֿאַלן, אָבער מיט כּישרונות האָט מען דאָס געקענט טאָן. צװישן די ייִדן איז נישט געװען קײנער, װאָס האָט זיך נישט גשמדט, דהײַנו נישט אױפֿגעהערט זײַן אַ ייִד פֿון דער אַדמיניסטראַציעס קוקװינקל, װאָס האָט נישט אױפֿגעהערט זײַן אַ ייִד אין יורידישן זינען, און איז דערגאַנגען צום טשין פֿון אַן אָרדינאַרן פּראָפֿעסאָר. און דער טשין פֿון אַן אָרדינאַרן פּראָפֿעסאָר האָט אין דער ראַנגטאַבעלע בערך געשטימט מיטן טשין פֿון אַ גענעראַל־מאַיאָר אױפֿן מיליטער-דינסט.
און האָט לכן באַטײַט, אַז מע באַקומט ירושעדיקע אַדלשאַפֿט.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס איז געװען דער רעגירונגס הױפּט־װעקטאָר אין דער צײַט? אָט למשל, אַז מע רעדט פֿון דער רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ, װײס איך נישט, מסתּמא איז דאָס אַ מיטאָס אָדער עפּעס אַ סטערעאָטיפּ, װײַל דאָס, װאָס מע קען זען אין אינטערנעט, אַזױ און אַזױ, אײנע פֿון די סיבות פֿון די רדיפֿות פֿון די ייִדן, אָדער דער רעגירונגס אומגענוגיקן אָפּרוף אױף די פּאָגראָמען, אױף דער אונטערדריקונג פֿון די ייִדן, איז געװען דאָס, אַז צװישן די פֿאַרטראַכטער-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ איז געװען אַ ייִדענע. און כּלומרשט דערפֿאַר האָט מען אָנגעהױבן זיך אַזױ אָפּרופֿן אױף די ייִדן.
אױף װיפֿל איז דאָס אַ יושרדיקע אָפּטיק? און בכלל אין דער צײַט װאָס קען מען זאָגן פֿון דער רעגירונגס פֿאַרשטאַנד, װאָס מע זאָל בכלל «טאָן מיט די ייִדן»? ס’איז אױף עפּעס אַן אופֿן געװען געפֿורעמט אין עפּעס אַ קאָנטרעטער פּאָליטיק? אָדער איז דאָס פּשוט געװען כאַאָטיש?
“אין די 1880ער, 1890ער װערן אַלע ייִדן אין אַלגעמײן אַװעקגעטריבן פֿון מאָסקװע»
סערהיִי היריק׃ אין דער רעגירונג זײַנען געװען פֿאָרשטײער פֿון אין גאַנצן פֿאַרשײדענע שטעלונגען. און זײער אַ סך מענטשן, געבױרענע פֿון גרױסע רעפֿאָרמען, די, װאָס האָבן געמאַכט אַ קאַריערע אין די צײַטן פֿון גרױסע רעפֿאָרמען, זײַנען געבליבן אין די העכערע שיכטן פֿון דער רעגירונג סײַ אין די 1880ער, סײַ אין די 1890ער.
אַװדאי האָט מען זײ פֿון דאַנען ביסלעכװײַז אַראָפּגעזעצט, זײ האָבן ביסלעכװײַז אַרױסגעקװעטשט מענטשן מיט אַזאַ מער קאָנסערװאַטיװער רעכטער שטעלונג, אָבער פֿונדעסטװעגן זײַנען זײער אַ סך מומחים, מבֿינים, מענטשן, װאָס האָבן אָנגעהױבן זײער קאַריערע, בפֿרט יורידישע קאַריערע, דערנאָך אַדמיניסטראַטיװע, אין די 1860ער, אָט זײ זײַנען געבליבן אין דער רעגירונג.
עטלעכע פֿון זײ האָבן געביטן די מײנונג, אָבער סײַ װי סײַ איז דער ליבעראַלער טאָן, װאָס איז געגעבן געװאָרן אין די 60ער, מע קען נישט זאָגן, אַז ער איז פּשוט נעלם געװאָרן. דהײַנו אין דער רעגירונג איז געשען אַ פֿאַרמעסט פֿון פֿאַרשײדענע שטעלומגען און בכן האָט זיך די רעגירונג די גאַנצע צײַט געװאַקלט.
און צוליב דעם, אין תּוך גענומען, זײַנען די באַגרענעצונגען פֿאַר די ייִדן, װאָס זײַנען אײַנגעפֿירט געװאָרן אין די 1880ער, 1890ער, אַז אַלע ייִדן אין אַלגעמײן װערן אַװעקגעטריבן פֿון מאָסקװע. דער איסור די ייִדן צו װױנען אין מאָסקװע. און די אוקאַזן אָדער למשל דער איסור די ייִדן אין תּחום־המושבֿ זיך צו באַזעצן אין דאָרף. אין נײַע הײַזער. באַזעצן זיך פֿון ס’נײַ.
די װאָס האָבן שױן גשהאַט געװױנט אין דאָרף, זײ בלײַבן. באַזעצן זיך אין דאָרף פֿון ס’נײַ טאָר מען נישט. אַחוץ די ייִדישע דאָרפֿישע ייִשובֿים, באַשאַפֿן נאָך אין אַלעקסאַנדער І’ס צײַטן. און די אַלע באַגרענעצונגען װערן בדרך־כּלל אײַנגעפֿירט נאָשט מיט געזעצן, נאָר מיט סטאַטוטן (נידעריקערע פֿון געזעצן – איבערזעצערין). מחמת אַ סך מענטשן, װאָס האָבן געפֿורעמט זײערע שטעלונגען אין דער תּקופֿה פֿון די גרױסע רעפֿאָרמען, זײַנען געבליבן אױף די העכסטע שיכטן פֿון דער רעגירונג, און ס’איז געװען צו שװער זײ אײַנצופֿירן װי פֿולשטענדיקע געזעצן, אַפֿילו מיט דער סאַמאָדערזשאַװיע.
און בכן װערן אַזעלכע באַגרענעצונגען בדרך־כּלל אײַנגעפֿירט אױף דער מדרגה פֿון סטאַטוטן. אױף דער מדרגה פֿון עפּעס צוגאָב־דאָקומענטן, װאָס דערמעגלעכן מיט עפּעס זײַטיקע װעגן באַשאַפֿן אַזאַ נאָרמאַטיװ רעמל, אין װעלכן דער אַרױפֿגאַנג איז געװאָרן קאָמפּליצירטער פֿאַר די ייִדן.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ סײַ װי סײַ, אַז מע רעדט פֿון דער רעגירונגס באַגינסטיקן אָדער נישט באַגינסטיקן די מאַסעס צו רודפֿן די ייִדן, דאָ איז דאָ זײער אַ טשיקאַװער מאָמענט, פֿאַר װאָס פֿרעג איך בכלל װעגן דער «נאַציאָנאַלער באַװוּסטזיניקײט», פֿאַר װאָס פֿרעג איך נאָך װעגן דער ראָלע פֿון אוניװערסיטעטן, בילדונג, בתוכם װי דאָס פֿאָלק רופֿט זיך אָפּ דערױף. װײַל דװקא אין די יאָרן, 1881-1882, אױף װיפֿל איך פֿאַרשטײ, זעט מען אָט דעם פֿענאָמען פֿון ייִדישן זעלסטשיץ.
ער איז זײער װיכטיק װי אַ פֿאַקטאָר און אַ גורם פֿון דער אַנטװיקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט אין דער צײַט, פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, װײַל מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז «איך מוז עפּעס באַשיצן». דהײַנו איך האָב שױן עפּעס אַן אידענטיטעט, װאָס איך קען באַשיצן. אי דאָס, אױף װיפֿל איך האָב געקענט זען, זײַנען די פֿאַלן פֿון זעלבסטשיץ, האָבן זײ אַפֿילו מצליח געװען.
דהײַנו אין דער צײַט זאָגן אַפֿילו עדי־ראיה, אַז זאָלן אונדז העלפֿן, למשל, די פּאָליצײ, די אָרטיקע געזעץ־היטערײַ, װאָס זײַנען געװען, װאָלטן נישט געװען אַזעלכע פּאָגראָמען, אַזאַן אונטערדריקונג. מע װאָלט זיך דאָס פּשוט פֿיזיש נישט געקענט פֿאַרגינען, אָרגאַניזירן. לכן שטעלט זיך אַ קשיא.
איז דאָס פּשוט אָרטיקע אומטויִקײט אומפֿאַרשטײעניש, מע האָט זיך נישט אױסגעדולט, װאָס מע זאָל טאָן? אָדער איז דאָס טאַקע געװען אַ געצילעװעטע פּאָליטיק, לױט װעלכער ס’איז געװען גינציק, אַז מע זאָל אָרגאַניזירן די דאָזיקע פּאָגראָמען, גראָב געזאָגט? איז די אימפּעריאַלע רעגירונג געװען פֿאַראינטערעסירט, מע זאָל אונטערדריקן די ייִדן און מאַכן פּאָגראָמען אַקעגן זײ?
“די פֿאַלן פֿון זעלבסטשיץ זײַנען געװען סטיכיש»
סערהיִי היריק׃ ערשטנס, איז שװער צו רעדן װעגן דער רוסישער אימפּעריאַלער רעגירונג פֿון דער צײַט װי עפּעס אין גאַנצן אײניקס. אױסגעאײנטס. עמעצער איז געװען פֿאַראינטערעסירט, אַז מע זאָל קאַנאַליזירן די פֿאַלן פֿון גװאַלד אױף אײנער פֿון די דיסקרימינירטע גרופּעס.
עמעצער איז נישט געװען פֿאַראינטערעסירט. און בדרך־כּלל איז דװקא בײַ די געזעץ־היטער די «שיצעװדיקע שטימונג» געװען באַזונדערש שטאַרק. דערפֿאַר װעט זײַן אַ גרױסע גוזמא צו זאָגן, אַז ס’איז געװען אין גאַנצן רעזשיסירט געװאָרן דורך דער רעגירונג.
אָבער אין דער זעלבער צײַט װעט זײַן אַ גוזמא אין גאַנצן אַװעקצוּװאַרפֿן די מעגלעכקײט, אַז אָט די אָרטיקע נאָכגעבעניש די פּאָגראָמען איז אין אַלע פֿאַלן געשען אָן קײַן שום הסכּמה פֿון אױבן. סע זײַנען מסתּמא געװען עפּעס רמזים פֿון אױבן, אַז מע דאַרף נישט באַלד אױפֿהערן, מע דאַרף דאָס נישט באַלד דערשטיקן.
װײַטער לגבי דער זעלבסטשיץ, זײַנען סײַ דער זעלבסטשיץ, סײַ די פּאָגראָמען אין דער צײַט פֿאַרלאָפֿן צו אומאָרגאַניזירטערהײט. ס’איז נישט 1905. ס’איז נישט די צײַט, װען סע זײַנען געװען אַזעלכע גרױסע, שטאַרקע רעכטע אָרגאַניזאַציעס, װי «דער פֿאַרבאַנד פֿונעם רוסישן פֿאָלק» אָדער «מיכאל־המלאכס פֿאַרבאַנד». און אַזױ זײַנען שױן אױך געװען צװישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אָרגאַניזאַציעס, אין גאַנצן געפֿורעמט דורך דער נאַציאָנאַלער און סאָציאַלער באַװוּסטזיניקײט, סײַ לינקע, סײַ ציוניסטישע.
און דאָס איז אַן אַנדער תּקופֿה אין גאַנצן. דהײַנו די פֿאַלן פֿון זעלבסטשיץ זײַנען געװען סטיכיש, כאָטש סע זײַנען אַװדאי געװען צװישן די, װאָס האָבן זײ אָרגאַניזירט, מענטשן אָרגאַניזאַטאָריש־באַגאַבטע, און זע זײַנען געװען מענטשן, װאָס האָבן געהערט צו אַזאַ ליבעראַלער סטודענטן־באַװעגונג.
אַװדאי זײַנען געװען, אױב מע קערט זיך נאָך אַ מאָל צוריק צו דער רציחה פֿון אַלעקסאַנדער ІІ, צו דער אָרגאַניזאַציע «פֿאָלקסװילן» און צו דער פּערזענלעכקײט פֿון העסיע העלפֿמאַנען, װאָס איר האָט זי דערמאָנט, זײַנען געװען ייִדן, װאָס זײַנען צוגעשטאַנען צו דער אַלרוסישער רעװאָלוציאָנערישער באַװעגונג. אָבער די אַלרוסישע רעװאָלוציאָנערישע באַװעגונג אין דער צײַט און דער פֿאָלקיסטישער סאָציאַליזם אין אַלגעמײן איז װײַט נישט אַזאַ סדרדיקע באַװעגונג, װי די, פֿון װעלכער מע רעדט, אַז מע רעדט װעגן אָמהײב 20סטן יאָרהונדערט.
און דער אָנטײל פֿון די ייִדן אין דער רעװאָלוציאָנערישער באַװעגונג, סײַ אין דער מאַרקסיסטישער, סײַ אינעם פֿאָלקיסטישן סאָציאַליזם, איז אין דער צײַט אַ סך קלענער, װי בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט.
און בכלל די פּאָליטיזאַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז געװען אַ סך קלענער. אָבער אַ שפּראָצונג הײבט זיך אָן שױן אין דער תּקופֿה. אָבער אין דער צײַט זײַנען ס’רובֿ פּאָליטיש אַקטיװע ייִדן משׂכּילים.
דאָס זײַנען פּשוט געװײנטלעכע מענטשן מיט אַ משׂכּילישער שטעלונג, װאָס שטעלן זיך אַרױס פֿאַר דעם, אַז די ייִדן זאָלן זיך װעלטלעך אױסשולן, בדרך־כּלל ניצנדיק װי אַ מיטל די רוסישע שפּראַך װי אַ שפּראַך, װעלכע ס’רובֿ ייִדן האָבן אױף אַ געװיסער מדרגה געקענט. אָט די שטאָטישע האָבן זי געקענט ביז אײנעם און בכן איז די פּרעסע פֿון דער צײַט, די ייִדישע פּרעסע, סײַ די רוסיש-שפּראַכיקע, סײַ די העברעיִש-שפּראַכיקע צײַטונג «המליץ», זײ האָבן בדרך־כּלל אַ רײן ליבעראַלע ריכטונג.
אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון דער צײַט איז נישט צו געפֿינען אַפֿילו קײן רמז אױף קײן רעװאָלוציע.
ס’רובֿ פּאָליטיש אַקטיװע ייִדן אין דער צײַט זײַנען ליבעראַלן, און אַזאַ לינקער קער, ער הײבט זיך אָן שפּעטער און אין אַ גרױסער מאָס אונטערן דרוק פֿון דער רוסישער רעגירונג.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס שײך דעם תּוך פֿון דעמאָלטיקע פּאָגראָמען, נעמלעך אין 1881-1882, דאַרף מען דען דערגרונטעװען. אױב ס’איז נישט אונטערגעטריבן געװאָרן פֿון דער רעגירונג, לכל־הפּחות קען מען אַזױ נישט זאָגן, איז, נימצא, זײַנען די לײַט שולדיק. און אָט איז נאָך אַ היפּאָטעז, װאָס איך האָב לכל־הפּחות אױך באַגעגנט, פֿאָרשנדיק דאָס, אַז למשל, אױב מע רעדט פֿון אָדעס און אַזױ װײַטער, האָבן דאָס באַװעגט די גריכן דעמאָלטיקע, אַז כּלומרשט דװקא די אָט באַפֿעלקערונג־שיכט איז געװען שיִער נישט די אַקטיװסטע אָנהײבערין, אַזױ צו זאָגן.
אױף װיפֿל איז דאָס מיטאָלאָגיע?
“אָדעס איז נישט געװען דאָס אײנציקע אָרט, װוּ ס’איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָגראָם»
סערהיִי היריק׃ זײער אָפֿט טרעפֿן זיך פֿאַלן, אַז פֿאָרשטײער פֿון אײן מינדערהײט נעמען אָנטײל אין גװאַלד אַקעגן אַן אַנדער מינדערהײט. און בדרך־כּלל זײַנען קלײנע מינדערהײטן, זײ זײַנען גאַנץ אײניק, ס’איז זײ גרינגער זיך צו אָרגאַניזירן, כּדי דאָס דורכצופֿירן װי גװאַלד. אָבער די כװאַליע פּאָגראָמען אין דער צײַט, דער אַזױ גערופֿענער «שטורעם אין דרום», זי קומט פֿאָר אין אַלע דרום־מערבֿדיקע גובערניעס מיט אַ מאָל, אין גאַנצער כערסאָנער גובערניע, און אין קאַטערינעסלאַװער, און אין קיִעװער גובערניע.
נאָר דאָ מער און דאָ װײניקער. אױב מע קוקט אױף אָדעס, װוּ ס’איז געװען אַ גריכישער ציבור, איז אָדעס נישט געװען דאָס אײנציקע אָרט, װוּ ס’איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָגראָם.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ פּונקט אַזױ, אין קראָפּיװניצקי, אין דעמאָלטיקן יאָלאָסװעט אױך. און סע שטעלט זיך אַ פֿראַגע, פֿאַר װאָס דען? װאָס איז דאָס, צוליב װאָס איז דאָס דערמעגלעכט געװאָרן? סע זײַנען דאָ השערות, אַז די אײַזנבאַן איז שױן געװען גאַנץ אַנטװיקלט אין דער צײַט, און דאָס האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרײטן אַזאַ שטימונג און זי מקײם צו זײַן, נעמלעך אָרגאַניזירן פּאָגראָמען און זײ דורכפֿירן.
סערהיִי היריק: װידער אַ מאָל, אָרגאַניזירן. אױף װיפֿל עס איז בכלל נישט קײן גוזמא צו רעדן פֿון «אָרגאַניזירן» פּאָגראָמען אין דער צײַט. דהײַנו מע האָט נאָר געקענט פֿאַרפּרײטן שמועות.
און צו פֿאַרשפּרײטן שמועות איז די אײַזנבאַן אַװדאי געװען זײער אַ װירקעװדיק מיטל. און שמועות האָבן גרינג געקענט אָנהײבן אַגענטן פֿון צאַרישער אָכראַנקע.
אױב מע זאָגט נישט, אַז די רעגירונג האָט אונטערגעטריבן די פּאָגראָמען, אין דער זעלבער צײַט קען מען אױך נישט זאָגן, אַז די רעגירונג האָט זיך בשום־אָפֿן נישט אַרײַנגעמישט אין דער פֿאַרשפּרײטאונג פֿון דער פּאָגראָם־אַגיטאַציע.
דהײַנו נישט אָפּשטעלנדיק די פּאָגראָמען־אַגיטאַציע און נישט דערשטיקנדיק די פּאָגראָמען, האָט די רעגירונג דערמיט גערײצט די פֿאַרשפּרײטונג פֿון פּאָגראָמען־שמועות. און די פֿראַזע, אַז כּלומרשט «די ייִדן האָבן דערהרגעט דעם מלך», אָט זי, דערצו איז צװישן די אָנטײל־נעמער פֿונעם אַטענטאַט געװען אײן ייִדענע מיט שײכות צום אַטענטאַט, און זי האָט קײן אומפֿאַרמיטלטן אָנטײל נישט גענומען אינעם אַטענטאַט.
איר אָנטײל איז בלױז געװען, אַז זי האָט געװוּסט, אַז מע האָט געגרײט אַן אַטענטאַט. אין די מאַטעריאַלן פֿון די פֿאַרהערן פֿון די געפֿאַנגענע זײַנען דאָ סתּירות. און זי האָט לכל־הפּחות אָרגאַניזירט דאָס אָרט, װוּ מע האָט געגרײט די באָמבע. יאָ, זי האָט אָנטײל גענומען אינעם דינגען פֿון דער קאָנספּיראַטיװער דירה, װוּ די אָנטײל־נעמער פֿונעם אַטענטאַט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט. אָט, זי האָט זיכער געװוּסט, אַז מע האָט געגרײט דעם אַטענטאַט, און דאָס איז שױן געװען גענוג פֿאַר אַ טױטורטײל אין דער צײַט.
אָבער זי האָט בכלל נישט געשפּילט קײן פֿירנדיקע ראָלע אינעם אָרגאַניזירן פֿונעם אַטענטאַט.
און זי איז געװען די אײנציקע ייִדענע, װאָס האָט געהאַט אַ שײכות מיט דעם פּראָצעס. אין אַלגעמײן אינעם «פֿאָלקסװילן», מחמת עס איז אַ פֿאָלקיסטישע סאָציאַליסטישע באַװעגונג, אין אַ מאַרקסיסטישער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין די צאָל ייִדן געװען גרעסער.
אַדרבא אינעם פֿאָלקיסטישן סאָציאַליזם, װאָס האָט זיך דער עיקר אָריענטירט אױף פּױערים, איז די צאָל ייִדן אין אַלגעמײן געװען קלענער. און אַזױ איז געבליבן װײַטער. צװישן די «עסערן», װאָס האָבן געשטאַמט שױן בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט דװקא פֿונעם פֿאָלקיסטישן סאָציאַליזם, איז דער פּראָצענט ייִדן געװען אַ סך קלענער, אײדער צװישן די «מענשעװיקעס» און «באָלשעװיקעס». דהײַנו די «עסדעקן», װאָס זײַנען פֿאָרשטײער פֿון מאַרקסיסטישן סאָציאַליזם.
אָט אַזױ, און דװקא אין די 1880ער איז די צאָל ייִדן צװישן די רעװאָלוציאָנערן געװען אַ סך קלענער. אָבער די ייִדן האָט מען באַשולדיקט, אַז זײ האָבן «דערהרגעט דעם צאַר», און «דער צאַר איז אַ גאָט־געזאַלבטער». דער צאַר איז פֿאָרמעל דער פֿאָרזיצער פֿון דער צערקװע. און די רציחה פֿונעם צאַר, זי האָט מען באַנומען װי… ס’איז געװען באַקװעם צו באַשולדיקן די ייִדן דערין. װײַל כּלומרשט װי זײ האָבן דערהגרעט קריסטוסן, אַזױ האָבן זײ אױך דערהרגעט דעם «גאָט־געזאַלבטן». ס’איז זײער אַ באַקװעמער פּראָפּאַגאַנדע־מאָטיװ.
און די פֿאַרשפּרײטונג פֿון אַזאַ מאָטיװ מיטן צװעק אױפֿצוהעצן פּאָגראָמען, זאָל זי זײַן אָרגאַניזירט אָדער נישט, איז סײַ װי סײַ געװען זײער װירקעװדיק. און די אײַזנבאַן איז געװען אַ באַקװעמער אופֿן צו פֿאַרשפּרײטן אַזעלכע שמועות. װאָרן אָן לאָגיסטיק װאָלט די פֿאַרשפּרײטונג פֿון אַגיטאַציע אין די צײַטן, װען דער גיכסטער פֿאַרבינדונג־מיטל איז געװען די אײַזנבאַן… װאָלטן די שמועות געצאַנקט, אײדער זײ װאָלטן ערגעץ־װוּ דערגאַנגען. און אַזױ האָבן זײ זיך גאַנץ גיך פֿאַרשפּרײט.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אין דער געזעלשאַפֿט דעמאָלטיקער, אַװדאי, אַז מע רעדט פֿונעם דרום פֿון הײַנטצײַטיקער אוקראַיִנע אָדער דער־אָ טעריטאָריע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין דער צײַט, קלאָר איז, אַז אַ סך פֿאַרשײדענע פֿעלקערשאַפֿטן הױבן דאָרט געװױנט שױן דעמאָלט. קלאָר איז, אַז אונדז איז נישט שײך צו רעדן נאָר פֿון אוקראַיִנער, נאָר בכלל װאָס קען מען אױסדרינגען דערפֿון, װאָס ס’איז באַקאַנט?
אױף װיפֿל איז אָט דער עלעמענט פֿון אַנדערשקײט, קלאָר איז, אַז די ייִדן זײַנען אַנדערש, אַנדערע טראַדיציעס, אַן אַנדער אמונה, אַן אַנדער דת. אױף װיפֿל איז ער דעמאָלט געװען אַ גורם פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, אָנצוהײבן אָט די פּראָצעסן פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿון פּאָגראָמען. װאָרן, װידער אַ מאָל, די שמועה האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרשפּרײטן.
דער נאַראַטיװ לגבי די «רצחים פֿונעם צאַר» דאַרף מען פֿאַרשפּרײטן, ער װעט זיך דאָך נישט פֿאַרשפּרײטן אָן קײן גינציקן גרונט.
סערהיִי היריק׃ יאָ, דער באַנעם פֿון די ייִדן װי קודם־כּל רעליגיעז אַנדערע איז געװען זײער לעבהאַפֿטיק און זיך געצױגן יאָרהונדערטער לאַנג. ער איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן אין אַ גרױסער מאָס דורך די פֿאָרשטײער פֿון דער צערקװע.
הערט דעם גאַנצן שמועס אין דער צוגעגעבענער אױדיאָטעקע און דערװיסט זיך מער!
די פּובליקאַציע איז צוגעגרײט געװאָרן אין די רעמלעך פֿון אַ פּאַרטנער־פּרױעקט מיט אונעסקאָ מיט פֿינאַנציעלער שטיץ פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. איר תּוכן איז אַן אױסשליסלעך אַחריות פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט לאַװ־דװקא אָפּ די שטעלונג פֿון אונעסקאָ און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



