יעקאַטערינע ІІ האָט אין 18טן יאָרהונדערט אױסמאַרקירט 15 גובערניעס, פֿון װעלכע ס'איז געװען אָסור די ייִדן אַרױסצופֿאָרן, — אַ היסטאָריקער
אָט איז דער דריטער עפּיזאָד פֿונעם צװײטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט “װידערשטאַנד. סופּראָטיװ”. אין פֿריִערדיקע פּאָדקאַסטן האָט מען געפֿאָרשט די באַדינגונגען און היסטאָרישן קאָנטעקסט אין די קאַנטן פֿון אוקראַיִנע, און אױך דעם שטאַנד פֿון די ייִדן פֿון 1648 ביז דער הײַדאַמאַקערײַ – בײַם סוף 18טן יאָרהונדערט. הײַנט װעט מען אָנהײבן אַ תּקופֿה זײער אַ רײַכע מיט געשעענישן און פֿאַרשײדענע כּוחות. סע װעט גײן אינעם אָנהײב 19טן יאָרהונדערט.

Топ 5 за 24 години
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אין די קאַנטן פֿון אוקראַיִנע זײַנען פֿאָרגעקומען היפּשע איבערבײַטן פֿון פּאָליטיק, עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע תּקופֿה. װאָס האָט די רוסישע אימפּעריע געטאָן מיט די אוקראַיִנישע קאַנטן און בכן מיט די ייִדן דאָרט? װאָס זײַנען פּאָגראָמען? דער פֿענאָמען פֿון די פּאָגראָמען װי אַן אַרױסװײַז פֿון צװישן־עטנישן גװאַלד, װאָס עקזיסטירט נישט «אין װאַקוּום», נאָר ער קומט פֿאָר אין דער מלוכה, װוּ סע גילטן געװיסע געזעצן און אַ געזעץ־היטערײַ-סיסטעם. און בכן איז דאָ אַ קאָנקרעט אַחריות. דאָס אַלץ װעלן מיר גרונטעװען מיטן געשיכטע־דאָקטער קירילאָ האַלושקאָן.
רב קירילאָ, עס װיל זיך שמועסן װעגן דעם מצבֿ אין די קאַנטן פֿון אוקראַיִנע דװקא בײַם אָנהײב 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט װעגן דעם, װאָס געשעט מיט אונדזער טעריטאָריע מחמת דער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע. װאָס זײַנען בכלל די אָנהײב־פּונקטן, פֿון װעלכע מע זאָל אָנהײבן? װאָס דאַרף מען פֿאַרשטײן װעגן דער צײַט?
“יעדע אימפּעריע דאַרף אינטעגרירן נײַ־אײַנגענומענע, פֿאַרכאַפּטע טעריטאָריעס, אַז זײער באַפֿעלקערונג זאָל זײַן לאָיאַל»
קירילאָ האַלושקאָ׃ מע דאַרף זיך פֿאַרטאָן אַ ביסל פֿריִער. דהײַנו גרונטיקע איבערבײַטן פֿון די מערבֿדיקע גרענעצן פֿון דער רוסישער אימפּעריע, בתוכם אינעם קאָנטעקסט פֿון אוקראַיִנע, זײ זײַנען פֿאָרגעקומען בעת יעקאַטערינאַ ІІ-ס ממשלה. און דאָס זײַנען די דרײַ צעטײלן פֿון דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה. און מע קען גרינג זאָגן, אַז אין די 1790ער האָט די רוסישע אימפּעריע אײַנגענומען װאָלין, לסוף דערגריכן די מערבֿדיקע גרענעצן פֿון בעלאַרוס. און די קײסעריניע האָט געקראָגן זײער אַ פֿאַרשײדנדיקן ציבור פֿאַר אונטערטענער. מע פֿאַרגעסט נישט, אַז דער «רוסישער סאָלדאַט» איז דערגאַנגען צום שװאַרצן ים. נאָך די נצחונדיקע רוסיש־טערקישע מלחמות, בפֿועל־ממש איז דרום־אוקראַיִנע, דהײַנו טאַװריע, אָדעסער, מיקאָלײַעװער, כערסאָנער געגנטן, זײַנען זײ אױך אַרײַן אין דער רוסישער אימפּעריע.
יעדע אימפּעריע דאַרף אינטעגרירן נײַ־אײַנגענומענע, פֿאַרכאַפּטע טעריטאָריעס, אַז זײער באַפֿעלקערונג זאָל זײַן לאָיאַל, זי זאָל נישט אונטערשטיצן קײן דרױסנדיקן קאָנקורענט און בכלל קאָנטראָלירט װערן. װי אַ פּועל־יוצא האָט אוקראַיִנע מיט זיך פֿאָרגעשטשלט זײער פֿאַרשײדענע שטיקלעך. דהײַנו דער דרום, פֿאַרכאַפּטער בײַ דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, דער מערבֿ, פֿאַרכאַפּטער בעת די צעטײלונגען פֿון דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה. סע האָבן געקענט זײַן אין גאַנצן פֿאַרשײדענע צוגאַנגען צו די אָרטיקע סאָציאַלע סטרוקטורן.
װאָס זײַנען געװען די סטרוקטורן?
דהײַנו אויפֿן רעכטן ברעג, למשל אין אונטערלאַנד זײַנען געװען פּראַװאָסלאַװנע פּױערים, בראָש פּױלישע פּריצים־קאַטױלן, מיט װעלכע די אימפּעריער האָבן געװאָלט מושװה װערן, כּדי זײ זאָלן נישט צוריקשטעלן די געװעזענע פּױליש־ליטװיש־רוטענישע מלוכה.
דער דרום איז אַ נײַ־קאָלאָניזירטע טעריטאָריע, פֿון װעלכער סע זײַנען דעפּאָרטירט געװאָרן די תּושבֿים, װאָס פֿלעגן דאָרט װאַנדערן. למשל פֿלעגן די נאָגײַער באַדריקן די קרים־טאָטערן און אַזױ װײַטער. ס’איז געװען אַ גאָרער כאַאָס אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, װאָס די מאָסקװער מלוכה האָט געהאַט פֿריִער. דהײַנו פֿריִער זײַנען געװען די «עטנישע רוסישע קאַנטן», װוּ «סע זײַנען נישט געװען קײן ייִדן, פּאָליאַקן, גריכן». אַװדאי זײַנען געװען װאַנדערנדיקע פֿעלקער, אָבער מיט זײ זײַנען געװען אײגענע באַשײדן. אין די נײַע קאַנטן האָט מען געדאַרפֿט אױסאַרבעטן באַשײדן «אױף אײן פֿוס».
און דאָס סודותדיקסטע פֿאָלק פֿאַר דער פּעטערבורגער אַדמיניסטראַציע, װאָס איז געקראָגן געװאָרן, בעסער צו זאָגן, אַ טײל פֿון דעם פֿאָלק, אָדער עלעמענטן פֿון ישובֿ אָדער דיאַספּאָרע, זײַנען די ייִדן, װאָס זײ זײַנען נישט געװען קײן קריסטן׃ נישט קאַטױלן, נישט פּראַװאָסלאַװנע. זײ זײַנען געװען ייִדן, גערעדט אַן אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַך. זײ זײַנען געװען אַ סך.
דהײַנו, גראָב געזאָגט, ביזן 19טן יאָרהונדערט זײַנען די ייִדן אין רוסלאַנד געװען 5%. און זײ אַלע זײַנען געװען קאָנצענטרירט אױף דער טעריטאָריע פֿון – נאָך די קומענדיקע געאָפּאָליטישע איבערבײַטן – דעם פּױלישן קיניגרײַך, דער הײַנטצײַטיקער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע, דער טעריטאָריע פֿון בעלאַרוס. װאָס זי זאָל מיט זײ טאָן, האָט די רוסישע אימפּעריע נישט געװוּסט.
דאָס אײַנפֿירן פֿון תּחום־המושבֿ
באשר זײ פֿלעגן זיך לעבן לױט די נאָרמעס, אײַנגעפֿירט דורך די מלכים פֿון דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה, דהײַנו זײ האָבן נישט געטאָרט האָבן לאַנדפֿאַרמאָג און זײַנען מערסטנס געװען בעל־מלאָכות, בעלי־הלװאָות און אַזױ װײַטער. דהײַנו די מלוכישע מאַכט נאָך פֿון דער פֿריִערדיקער מלוכה, דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער, האָט זײ געגעבן אַ געװיסע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע נישע. װאָס האָט גורם געװען אַזאַ פֿענאָמען, װי דאָס שטעטל.
דהײַנו אין דאָרף פֿלעגן װױנען אוקראַיִנער, אין שטעטל ייִדן. איך זאָג נישט, אַז אין גאַנצן, נאָר אַ גרױסער טײל. אין הױפֿן פֿלעגן װױנען פּױלישע פּריצים, און אין שטאָט פֿלעגט זיצן די רוסישע אימפּערישע אַדמיניסטראַציע.
ס’איז געװען זײער אַ קאָמפּליצירטע סיסטעם. און די ערשטע זײַט צו לײזן «די ייִדישע פֿראַגע» פֿון יעקאַטערינאַ ІІ’ס זײַט איז געװען דער אײַנפֿיר פֿון תּחום־המושבֿ. אין תּוך גענומען, אָט אַזױ איז דאָס געשען, אָט אַזױ איז דאָס מעכאַניש פֿאַרװירקלעכט געװאָרן.
עס קומט אַרױס דער אוקאַז, ער איז בכן דער באַשלוס. און מע גיט װערטערלעך עפּעס אַ טערמין.
װי שאַרף סע בײַט זיך בכלל אָט די דאָזיקע סאָציאַלע לאַנדשאַפֿט, אַזױ צו זאָגן? און װי בײַט זי זיך? שאַרף בײַט זי זיך. דהײַנו מע מײנט, אַז דער פֿאָרמעלער גרונד אײַנצופֿירן דעם תּחום־המושבֿ, דהײַנו די טעריטאָריע, פֿון װעלכער ס’איז געװען באַרגענעצט די ייִדן אַרױסצופֿאָרן אין דער רוסישער אימפּעריע, איז געװען דאָס געבעט פֿון רוסישע סוחרים אין 1791, װײַל נאָכן פֿאַרכאַפּן די דערבײַיקע קאַנטן פֿון אַ טײל פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה האָבן זיך באַװיזן ייִדישע סוחרים, דהײַנו נישט־קריסטן, עפּעס סודותדיקע «אַנדער־אמונער», װאָס האָבן געװיסע רעסורסן, און זײ שטעלן מיט זיך פֿאָר עפּעס אַ קאָנקורענץ.
אפֿשר איז דאָס געװען איבערגעטריבן, אָבער מיט אַ «גדלותדיקן מאַך פֿון דער האַנט» פֿון יעקאַטערינאַ ІІ זײַנען אױסמאַרקירט געװאָרן 15 גובערניעס, פֿון װעלכע ס’איז געװען אָסור די ייִדן אַרױסצופֿאָרן. דערנאָך האָט מען גיך דערמינערט זײער צאָל, ביז די גרענעצן פֿון דער געװעזענער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה און דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע, דהײַנו דעם לינקן ברעג, טאַװריע, אַ טײל דאָנבאַס, מיזרח־בעלאַרוס און אַזױ װײַטער.
דהײַנו אַ הײַנטצײַטיקער מענטש, װאָס קוקט אױף דער לאַנדקאַרט, קען זיך אין גאַנצן גרינג אָפּמאָלן דעם תּחום־המושבֿ מיט די טעריטאָריעס פֿון אוקראַיִנע, בעלאַרוס, פּױלן, ליטע. די קשיא איז געװען – גרונטיק האָט מען דערצו צוגעגאַנגען שפּעטער, שױן אין 19טן יאָרהונדערט, אַז די «פֿרעמדקײט פֿון די ייִדן» לאָזט זײ נישט באַצײכנען װי «אַנדער־מיניקע» בײַם אָנהײב 19טן יאָרהונדערט, װײַל די «אַנדער־מיניקע» זײַנען די װאַנדערנדיקע, קאַזאַכישע שבֿטים, דהײַנו מענטשן נישט־קריסטלעכע. אָבער די ייִדן זײַנען געװען פֿאָרשטײער פֿון אַ קדמונישער בכּבֿודיקער רעליגיע, זײ זײַנען געקומען פֿון אײראָפּע, און מע האָט געדאַרפֿט מיט זײ עפּעס טאָן, אָבער דאָס הױפּט־װעלעניש איז געװען אַסימילאַציע.
צװינגען זײ בהכרח זיך צו שמדן לױט פּראַװאָסלאַװיע, סאַמאָדערזשאַװיע, װאָס מע האָט אָפֿיציעל דערגריכן אין דער רוסישער אימפּעריע אין די 20ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, װאָלט מען נישט געקענט. מע האָט געדאַרפֿט שאַפֿן עפּעס באַדינגונגען, זײ זאָלן אױסקלײַבן.
“אָדער דו שמדסט זיך, אָדער דו ביסט באַגרענעצט מיט אַ רײ איסורים»
אַרױס פֿון תּחום־המושבֿ, למשל, האָבן געקענט נאָר סוחרים פֿון געװיסע גילדיעס, דהײַנו מענטשן מיט אַ גרױסן בודזשעט, װאָס האָבן זיך פֿאַרגונען װײַט נישט קײן סך ייִדן, אָדער, װי געזאָגט, די אָרטיקע אָליגאַרכן, מענטשן מיט העכערער בילדונג. אָבער ביז מיטל 19טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן פֿאַקטיש נישט באַקומען קײן רוסישע העכערע בילדונג. אַ מין «גימנאַזיע און אוניװערסיטעט».
“דער מלך האָט געהאַט די אידעע צו פֿאַרװאַרפֿן די ייִדן אין קריסטן…»
דערצו װעט דערגײן אין דער צװײטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט. דער מלך ניקאָלײַ І, װאָס איז טראַדיציאָנעל באַטראַכט פֿאַר אַ ראַדיקאַלן רעאַקציאָנער, קאָנסערװאַטאָר, כאַפּט גאָר נישט דעם אָנבליק פֿון די באַשאַפֿער פֿון אַמעריקאַנישער זעלבסטשטענדיקײט, די גרינדער־פֿאָטערס, װאָס זײַנען אױך געװען אַריסטאָקראַטן.
ער האָט געהאַט די אידעע צו פֿאַרװאַרפֿן די ייִדן אין קריסטן, צונעמענדיק זײערע קינדער װי רעקרוטן אין אַרמײ. נאָר דער טערמין פֿון דער דינסט איז דעמאָלט געװען 25 יאָר, על־כּן האָט דער מענטש, װאָס איז אַפֿילו קינדערהײט צוגענומען געװאָרן פֿון אַ שטעטל, האָט במשך 25 יאָר געדאַרפֿט װערן אַ קריסט, אַ רוסישער סאָלדאַט, אַ װעטעראַן פֿון די מלחמות, װאָס זײַנען דעמאָלט געשען, די דעמאָלטיקע «פֿלײש־אָנגרײַפֿן». אָבער דאָס איז נישט געװען געראָטן.
דער מצבֿ האָט זיך נאָר געביטן אין דער צװײטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט. אָבער אױך צום ערשטן מאָל זײַנען געשען די זאַכן, װאָס מע קען אונטערן טערמין «פּאָגראָם». זײ זײַנען נאָך געװען «אײנמאָליק», אָבער סע האָט מיך אַ מאָל פֿאַרחידושט אַ קאָלעגע, װאָס האָט געלײענט דאָס ביכל פֿון אַ װוּנדערלעכן בריטישן מחבר נאָרמאַן דײװיס «די געשיכטע פֿון אײראָפּע», און ס’איז דאָרט געװען אַזאַ לאַנדקאַרט, װעלכע טערמינען זײַנען פֿאַרבונדן מיט װעלכן לאַנד. און איך האָב מיט עגמת־נפֿש געזען אין אוקראַיִנע נאָר צװײ – טשערנאָבל און פּאָגראָמען.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס שײך דעם פֿענאָמען פֿון פּאָגראָמען און זײער אָנהײב, אין װעלכע רעגיאָנען, װוּ הײבן זײ זיך אָן, בפֿועל־ממש, פֿאַר װאָס? קען מען אױספֿירן, צוליב װאָס?
קירילאָ האַלושקאָ׃ זעט איר, דאָ איז דער מצבֿ קאָמפּליצירט, װײַל מע דאַרף ערשט באַשטימען, װאָס עס איז אַ פּאָגראָם.
אַ פּאָגראָם איז אַן עטנישע «רײניקונג», װאָס קומט פֿאָר בשעת קאַמף. דאָרט, װוּ סע זײַנע די פֿראָנטן, דאָרט, װוּ ס’איז דער קעגענער, זײַן ציװילע באַפֿעלקערונג, «מיר קױלען זי אױס, כּדי אױסצולײדיקן די טעריטאָריע, װעלכע מיר װעלן פֿאַרכאַפּן».
אַ פּאָגראָם איז צװישן־עטנישער גװאַלד, װאָס געפֿינט זיך, געשעט אין אַ סטאַבילער מלוכה, װאָס האָט אַן אַדמיניסטראַציע, פּאָליצײ, געזעץ־היטערײַ. אױב עס געשעט אַזױנס, דאַרף דאָס האָבן געװיסע סיבות.
און אױב מע קוקט אױפֿן 19טן יאָרהונדערט, אױב מע נעמט דעם גאַנצן שטח, װוּ סע האָבן זיך פֿאַרשפּרײט די ייִדישע קהילות אין מיזרח־אײראָפּע, זעט מען נישט קײן פּאָגראָמען אױף דער טעריטאָריע פֿון עסטרײַך־אונגערישן קיניגרײַך. שפּעטער װעט דאָס זיך אױך דאָרט באַװײַזן. דהײַנו דאָס זײַנען גאַליציע, בוקאָװינע, טראַנסקאַרפּאַטיע. מע זעט נישט קײן פּאָגראָמען אױף װאָלין, נײַ־צוגעשטעלט צו פּױלן.
ביז 1881 זעט מען נישט קײן פּאָגראָמען אין קיִעװ, װאָס איז געװען אַ מיטלפּונקט, דער אַדמיניסטראַטיװער צענטער אױפֿן מערבֿ־עק,דער צענטער פֿון דער ציװילער און מיליטערישער אַדמיניסטראַציע. אַלץ הײבט זיך אָן אין דרום, װאָס איז געװען גאַנץ אומדערװאַרט. די געגנטן װוּ סע זײַנען נישט געשען קײן פּאָגראָמען – האָבן די סלאַװישע באַפֿעלקערונג, לאָמיר זאָגן, כאָטש אוקראַיִנישע, בעלאַרוסישע, פּױלישע און די ייִדן געלעבט צוזאַמען במשך 500 יאָר. און זײ האָבן זיך װי עס איז אױסגעלערנט צו לײזן די סתּירות, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען.
פֿאַרשטײט זיך, אַז סע זײַנען געװען קאָנפֿליקטן, דערפֿון דערצײלט איר, אױף װיפֿל איך פֿאַרשטײ, אין אײַערע פּאָדאַסטן. דהײַנו קריזיסן אין די דאָזיקע באַציִונגען.
דער ערשטער פּאָגראָם, דערװעגן זי היסטאָריקער שפּאַרן זיך, צי ס’איז געװען, װי מע זאָגט, אַ קלאַסישער רוסישער אימפּעראיאַלער פּאָגראָם, ס’איז געװען אָדעס, 1821. עטלעכע יאָר נאָך דעם, אַז עס האָט פֿאַרלאָזט אָדעס איר «פֿאָטער», דער פֿראַנצײזישער דוקס רישעליע (אַרמאַן־עמאַנועל דיו פּלעסי – רעד.), װאָס האָט זי איבערגעװאָרפֿן אין אַן עקאָנאָמישן נס פֿון איר תּקופֿה, װאָס איז געװען אײניק אין דער רוסישער אימפּעריע, און בשעת װעמענס ממשלה זײַנען נישט געשען קײן צװישן־עטנישע און צװישן־רעליגיעזע קאָנפֿליקטן.
אָבער רישעליע איז אַװעק, און סע האָבן זיך באַװיזן נײַע טשינאָװניקעס, און סע האָט זיך געביטן, ס’איז קײן חידוש נישט, די געאָפּאָליטישע סיטואַציע.
הײבט זיך אָן אַן אױפֿשטאַנד פֿון די גריכן אַקעגן דער אָטאָמאַנישער ממשלה. די מיטלפּונקטן פֿון די רעװאָלוציאָנערע געשעענישן זײַנען געװען דװקא די פּאָרטן פֿון דרום־אוקראַיִנע, דהײַנו אָדעס און טאַגאַנראָג מיט אַ גרױסער גריכישער דיאַספּאָרע.
דער קאָנפֿליקט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, דהײַנו סטאַמבול האָט געברענגט צום טױטשטראָף פֿונעם אַלװעלטלעכן פּאַטריאַרך.
װעלכע שמועות זײַנען געװען פֿאַרבונדן דערמיט? אין אָדעס האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרמאָסטן די נאָר װאָס געקומענע נאָך דער פֿאַרװאַנדלונג פֿון כאַדזשיבײ אין אָדעס ייִדישע קהילה און די אַלטע גריכישע, װאָס איז דאָרט געװען פֿון די אָטאָמאַנישע צײַטן.
דאָס זײַנען געװען פֿאַרמעסטנדיקע סבֿיבות. בײַ די גריכן האָט, װי געזאָגט, געצײַטיקט אַ רעװאָלוציאָנעלע באַװעגונג, זײ זײַנען געװען גוט באַװאָפֿנט, און נאָך דעם, אַז רישעליע איז אַװעק, איז די אָרטיקע רוסישע אַדמיניסטראַציע געװען שװאַך און האָט זיך נישט זײער גוט אָריענטירט אין די אַלע באַציִונגען.
און לסוף האָבן די גריכן באַשולדיקט די ייִדן אין אַ סימפּאַטיע צו די אָטאָמאַנען, און סע האָט זיך אָנגעהױבן דאָס, װאָס הײסט צװישן־עטנישער גװאַלד, דהײַנו רציחות, גזלות, חרבנות פֿון ייִדישע קװאַרטלען. דעמאָלט, אין פֿאַרגלײַך, למשל, מיט 1905, אַז די רוסישע אימפּעריע האָט זיך שױן געהאַלטן אין אײן דערנעענטערן צום סוף, אַז סע זײַנען אומגעקומען הונדערטער מענטשן, דעמאָלט זײַנען אומגעקומען 17. לסוף, פֿאַרשפּעטיקט איז דער קאָנפֿליקט בײַגעקומען געװאָרן פֿון דער רוסישער אַדמיניסטראַציע, אָבער ס’איז געװען אַ קאָנפֿליקט נישט פֿון די רוסן דורך דער רוסישער אַדמיניסטראַציע מיט די ייִדן, נאָר אַ קאָנפֿליקט פֿונעם גריכישן און ייִדישן ציבור.
אַן ענלעכע סיטואַציע װעט זיך איבערחזרן נאָך דער קרים־מלחמה, אַז צוליב דעם קאַמף האָבן זיך פֿאַרקירצט די האַנדלװעגן, און דאָס גריכישע געשעפֿט אין אָדעס איז אונטערגעגאַנגען. נאָך אַ מאָל דעמאָלט, מחמת די ייִדן זײַנען מסתּמא געװען דער צװײטער ציבור אין אָדעס נאָך די גריכן, האָבן די גריכן באַשולדיקט די ייִדן און ס’איז װידער פּאָרגעקומען אַ פּאָגראָם. אָבער ס’איז נישט געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער סיסטעמישער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ: נישט געקוקט אױף דער טבֿע פֿון פֿי געשעענישן, סײַ װי סײַ איז דאָ די מלוכה, ס’איז דאָ דאָס געזעץ־היטערײַ, װאָס האָט סײַ װי סײַ דאָס געדאַרפֿט באַװירקן, אָדער באַשיצן די באַפֿעלקערונג, דאָס אײַנהאַלטן װי עס איז. װאָט טוט בכלל די אימפּעריע? אױף װיפֿל האָט די סיסטעם פֿון געזעץ־היטערײַ השפּעה אױף די פּראָצעסן?
קירילאָ האַלושקאָ׃ די סיסטעם פֿון געזעץ־היטערײַ, װען זי װיל, האָט זי השפּעה. דהײַנו פֿאַר דער קרים־מלחמה, בעסער געזאָגט, פֿאַר דער רציחה פֿונעם מלך אַלעקסאַנדער ІІ דורך די רעװאָלוציענאָנערישע טעראָריסטן אין 1881, די ייִדן האָט מען געמעגט «אַ ביסעלע שלאָגן», דאָס האָט «אַ ביסעלע דערלױבט» די מלוכה, װײַל סײַ װי סײַ זײַנען זײ געװען «אַנדער־אמונער». דהײַנו זײ זײַנען נישט געװען קײן קריסטן.
און אַז סע זײַנען געװען אַזעלכע קריטישע זאַכן, אַז מע האָט געמעגט זײַן אומצופֿרידן מיט דער פּעטערבורגער רעגירונג, און קײנער װאָלט נישט געזאָגט, חס ושלום, אַ װאָרט אַקעגן דעם מלך און אַזױ װײַטער, אָדער װעגן דער מפּלה אין דער קרים־מלחמה – שפּעטער װעט דאָס געשען לגבי דער רוסיש־יאַפּאַנישער – װער איז דער אינעװײניקסטער שׂונה פֿון דער רוסישער אימפּעריע? דאָס זײַנען נישט געװען די אוקראַיִנער, װײַל אַז מע זאָגט נישט, אַז מען איז אַן אוקראַיִנער, נאָר מע זאָגט, אַז מען איז אַ «קלײן־רוס», איז מען אַ מיטגליד פֿון אײנעם פֿון «די שבֿטים פֿונעם רוסישן פֿאָלק». מען איז אַ פּראַװאָסלאַװנער, און מען איז אַ «רוס».
אױב מע זאָגט, אַז דאָס אוקראַיִנישע פֿאָלק איז באַזונדערס, איז מען אַ «מאַזעפּער», און מע װערט פֿאַרשיקט. אָבער די אוקראַיִנישע באַװעגונג איז נישט געװען אַזױ אָנזיכטיק, מע װײסט דאָס פֿון די סיטואַציעס מיט װאַלוּיעװס צירקולאַר, עמסער אוקאַז. דהײַנו די רוסישע רעגירונג האָט געהאַלטן באַװוּסטזיניקע אוקראַיִנער פֿאַר «מאַרגינאַלן», און דערפֿאַר װי אַ פּועל־יוצא «נישט זײער שעדלעך». און ס’איז נישט געװען קײן זינען צו װענדן אױף זײ די שׂינאה פֿון דער אָפּגעשטאַנענער פּראַװאָסלאַװנער באַפֿעלקערונג. נאָר די ייִדן זײַנען אַ פּנים געװען «פֿרעמדע».
די שפּראַך איז «נישט צו פֿאַרשטײן», «נישט קײן סלאַװן». און אַױף דעם, אַז די רוסישע רעגירונג זאָל זײ דיסקרימינירן, איז געװען גענוג זײער «אַנדערשקײט». דהײַנו זײ האָבן זיך נישט אײַנגעפּאַסט.
און ס’איז געװען אַ פּרוּװ פֿון ליבערלאַיזאַציע פֿון דער פּאָליטיק לגבי די ייִדן אונטערן רעפֿאָרמאַטאָר־מלך אַלעקסאַנדער ІІ אין די 1860-1879ער. דהײַנו מע האָט געקענט, נו, מע פֿלעגט טראַכטן אַזױ, דהײַנו אַז ייִדיש, «עס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון דײַטשיש», און אין רוסלאַנד איז «דײַטשיש אַ גימנאַזיע־שפּראַך», ס’איז בכלל די הױפּט פֿרעמדע שפּראַך אין דער בילדונג־סיסטעם. די ייִדן זײַנען פֿון אָנהײב אױסגעשולט. זײ קענען לײענען און שרײַבן. מע דאַרף זײ אַסימילירן, דערציִען אין רוסישן גײַסט און זײ אָנמונטערן זיך צו שמדן.
אײנער פֿון די רוסישע טוערס פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט פּאָבעדאָנאָסצעװ, אַ בעל־יועץ פֿון מלכים, ער האָט געזאָגט, אַז «אַ דריטל ייִדן װעלן זיך שמדן, אַ דריטל װעלן אַװעק, און אַ דריטל װעלן אױסשטאַרבן».
אָבער מע האָט דערלױבט באַגרענעצטן אַרײַנטריט אין גימנאַזיעס און אוניװערסיטעטן, מע האָט דערלױבט זײַן מחוצן תּחום־המושבֿ סוחרים, אונטערנעמער פֿון אַ געװיסן «הײַ־לעװעל», מענטשן מיט העכערער בילדונג און אַזױ װײַטער. און װאָס דאָס לעצטע איז שײך, װײס איך נישט, אָבער, װי געזאָגט, בײַט דאָס נישט דעם פֿאַקט. און װי אַ פּועל־יוצא הײבט זיך אָן אַזאַ מין «טײַכעלע» פֿונעם תּחום־המושבֿ צו די הױפּטשטעט, דהײַנו צו סאַנקט־פּעטערבורג און מאָסקװע, װוּ די ייִדישע אונטערנעמער – אײנער האָט זיך געשמדט, אײנער האָט זיך נישט געשמדט – האָבן זײ אָנגעהױבן מיט זיך פֿאָרשטעלן אַזאַ מין געװיסע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע טשינעס.
אָבער דאָס זײַנען אײנצלען און די געזעלשאַפֿטלעכע פּני. בײַם סוף 19טן יאָרהונדער פֿילט רוסלאַנד אַ קריזיס פֿון איר נאַציאָנאַלער אידעאָלאָגיע. אונדז איז הײַנט מאָדנע דאָס הערן, מחמת מיר מײנען, אַז די רוסן זײַנען אַלע מאָל געװען, װי געזאָגט, אידעאָלאָגיש זאָמבירט. אַלץ איז אין גאַנצן נאַטירלעך, אָבער בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט האָט מען דאָס געדאַרפֿט פֿאָרמולירן מיט געװיסע אײראָפּעיִשע טערמינען, נישט אַזיאַטישע, װי די מאָסקװער מלוכה פֿון איװאַן IV’ס צײַטן.
די געזעלשאַפֿט האָט געפֿאָדערט איבערבײַטן, עס האָט זיך געװאָלט דעמאָקראַטיע, פּאָליטישע רעכט און אַז מע זאָל אײַנצאַמען, אַראָפּנעמען די סעגרעגאַציע און דיסקרימינאַציע, װאָס האָט געװעלטיקט במשך מערסטן 19טן יאָרהונדערט. און װי אַ פּועל־יוצא אין דער צװײטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט פֿורעמט זיך דער דור ייִדישע קינדער, װאָס זײַנען שױן געװען אַדאַפּטירט צו דער רוסישער געזעלשאַפֿט, װאָס האָבן געהאַט אַ בילדונג, אָבער זײ האָבן נישט געהאַט קײן רעכט, קײן געלעגנהײטן און זײַנען באַגרענעצט געװאָרן. און װי אַ פּועל־יוצא זײַנען אַ היפּשע צאָל ייִדן אַרײַן אין דער אַל־רוסישער רעװאָלוציאָנערישער באַװעגונר.
דהײַנו די קאָנטרעליטעס, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיטן רעװאָלוציאָנערישן קאַמף, טעראָריזם, האָבן געקענט זײַן פּאָליאַקן, רוסן, אוקראַיִנער, ייִדן, אָבער די ייִדן האָבן פֿאָרגעשטעלט זײער אַ היפּשן פּראָצענט, װי אױסגעשולטע, גאַנץ ראַדיקאַלע און מער באַגרענעצטע פֿון זײערע חבֿרים, װאָס זײַנען געװען פּראַװאָסלאַװנע, דהײַנו רוסן, אוקראַיִנער און בעלאַרוסן.
דערפֿאַר באַװײַזן זיך אָנגעזעענע טעראָריסטן, אַזעלכע װי גערשוני, װעמען מע האָט געכאַפּט אין 1903 אין קיִעװ.
יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ רעדנדיק פֿון אָנהײב 19טן יאָרהונדערט און פֿון דער פּאָליטיק, װאָס די רוסישע אימפּעריע הײבט אָן אײַנצופֿירן, װי דאָס באַװירקט די מיגראַציע־פּאָליטיק, צי הײבט זיך אָן דער מיגראַציע־פּראָצעס סתּם דערפֿאַר, אַז סע זײַנען דאָ געװיסע באַגרענעצונגען, אַז מע צװינגט צו עפּעס, פֿאַר װאָס זאָל מען בכלל נישט אַרױספֿאָרן איבער די גרענעצן פֿון דער רוסישער אימפּעריע?אָדער איז דאָס נאָך נישט געװען אַזאַ פֿאַרשפּרײטער פֿענאָמען אין דער צײַט?
קירילאָ האַלושקאָ׃ אין פּרינציפּ האָט קײן מענטש אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר די 1860ער, פֿאַר די רעפֿאָרמען, נישט געהאַט קײן דאָקומענטן, אַ חוץ ספּעציעלע אָנפֿרעגן, כּדי פּשוט צו פֿאָרן אין אַן אַנדער געגנט פֿון דער אימפּעריע. דהײַנו דער באַגריף «פּאַשפּאָרט» איז געװען אַקטועל מערסטנס אין אױסלאַנד, כּדי אַריבערצופֿאָרן די גרענעצן פֿון אַ מלוכה. פֿאַרן אַרומפֿאָרן אין אַ לאַנד, װוּ ס’רובֿ באַפֿעלקערונג איז געװען לײַבקנעכט און פּױערים, דהײַנו שקלאַפֿן, אױב מען אַנטלױפֿט ערגעץ־װוּ, מוז מען האָבן אַ דאָקומענט. און אַזױ, אַ חוץ דעם גװאַלד, מיט װעלכן מע האָט געמאַכט פֿון ייִדישע קינדער קאַנטאָניסטן, דהײַנו רעקרוט־דינסט – 25 יאָר, האָבן די ייִדן זיך נאָך נישט אָריענטירט, װי מע קען אַװעק פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
די דעמאָלטיקע געפֿאָרװעגן האָבן נישט געלאָזט, װי בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט, זיך װערבירן, באַקומען אַ פּאַס, פֿאָרן קײן האַמבורג, זיך אַרײַנזעצן אױף אַ פּאַראַכאָד און פֿאָרן קײן ניו־יאָרק, װוּ ס’איז אײַך מקבל־פּנים די סטאַטוע פֿון פֿרײַהײט.
דהײַנו די ערשטע העלפֿט 19טן יאָרהונדערט איז אַ פֿינצטערע צײַט פֿאַר די ייִדן, אַז זײ האָבן זיך אַלײן באַמיט זיך אײַנלעבן אין דער דאָזיקער רוסישער אימפּעריע, זיך צופּאַסן צו די דאָזיקע נײַע כּללים. און צוליב רײן סאָציאָ־קאָמוניקאַטיװע זאַכן, װי מע קען טעכניש אַװעקפֿאָרן פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער רוסישער אימפּעריע, װאָסער אײַזנבאַן ס’איז דאָ, װאָס איז שײך פֿאַרבינדונג מיט דער דרױסנדיקער װעלט בכלל, זײ האָבן זיך באַװיזן נאָר אין די 1860ער. דער קומענדיקער װיכטיקער שטאַפּל אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין די קאַנטן פֿון אוקראַיִנע איז די רציחה פֿונעם מלך אַלעקסאַנדער ІІ, דער אױפֿקום פֿון קעגנשטעל־באַװעגונגען און אָנהײב פֿון מיגראַציע־פּראָצעסן. דאָס אַלץ, װאָס װעט װײַטער אַ שטופּ געבן דער אַנטװיקלונג פֿון נײַע מלוכות, דער פֿורעמונג פֿון שעלטאָנפֿירער און אױך געשעפֿטס-אימפּעריעס, װאָס פֿונקציאָנירן ביז הײַנט.
פֿאַרפֿעלט נישט דעם פֿערטן עפּיזאָד פֿונעם צװײטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט «װידערשטאַנד. סופּראָטיװ». די געשיכטע פֿון די פּאָגראָמען».
___________________________________________________________________
די פּובליקאַציע איז צוגעגרײט געװאָרן אין די רעמלעך פֿון אַ פּאַרטנער־פּרױעקט מיט אונעסקאָ מיט פֿינאַנציעלער שטיץ פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. איר תּוכן איז אַן אױסשליסלעך אַחריות פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט לאַװ־דװקא אָפּ די שטעלונג פֿון אונעסקאָ און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



