Аудіоплеєр

Готово до відтворення прямого ефіру.

--:--
--:--

מיך אינטערעסירן שטענדיק מער די סאָצילאָקוטורעלע באַציִונגען פֿון די מענטשן, אײדער װי זײ האָבן געהרגען אײנער דעם אַנדערן — יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן

װאָס קומט פֿאָר אין די קאַנטן פֿון אוקראַיִנע בײַם סוף 16טן – בײַם אָנהײב 17טן יאָרהונדערט? װאָס איז דער שטאַנד פֿון די ייִדן און װי באַװירקט דאָס דעם סאָציאַלן און פּאָליטישן פּאָראָנדיק? דער גאַסט פֿונעם פּאָדקאַסט איז יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן, אַ היסטאָריקער, איבערזעצער, פֿילאָלאָג און עסײיִסט.

מיך אינטערעסירן שטענדיק מער די סאָצילאָקוטורעלע באַציִונגען פֿון די מענטשן, אײדער װי זײ האָבן געהרגען אײנער דעם אַנדערן — יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן
Додати Громадське радіо як бажане джерело в Google
--:--
--:--
Відкрити аудіофайлВідкриває вихідний аудіофайл у новій вкладці.

דער שטאַנד פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע בײַם סוף 16טן – אָנהײב 17טן יאָרהונדערט

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ איך דערמאָן זיך אין זיך אַלײן, אַ קלײן מײדעלע בײַם אָנהײם צװײטױזנטער. און עפּעס אַן אַגבֿדיקן עפּיזאָד, װי מײַן טאַטע, אָפּרופֿנדיק זיך אױף אַ מענטשנס אױפֿפֿיר, זאָגט די װערטער׃ «נו, ער איז דאָך אַ ייִד». איך געדענק נישט די אומשטאַנדן, אין װעלכע ס’איז געשען, נישט די מענטשן, די געשטאַלטן.

ס’איז מיר נאָר פֿאַרקריצט געװאָרן אין זכּרון דאָס קינדערשע אומפֿאַרשטײעניש, אױף װאָס ס’איז דאָ די־אָ כאַראַקטעריסטיק. װאָס גענױ זאָל דערקלערן דאָס־אָ «ער איז דאָך אַ ייִד»? אַגבֿ, געדענק איך פֿונעם טאַטן נישט קײן ענטפֿער אױף מײַן קשיא, װאָס דאָס באַטײַט.

איר הערט דעם ערשטן עפּיזאָד פֿונעם צװײטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט «װידערשטאַנד. סופּראָטיװ». אין דעם שמועס־ציקל בין איך אױסן צו פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס צו כּמעט 33 יאָר האָב איך נאָך אַלץ נישט קײן ענטפֿערס לגבי דער טבֿע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע.

פֿון װאַנען שטאַמט ער? פֿאַר װאָס דער ייִד? ס’איז אַ מאַרקירער. אױף װאָס װײַזט ער? װי אַזױ איז מען משׂיג אוקראַיִנע, די ייִדישע באַציִונגען? װער זײַנען זײ, די אוקראַיִנישע ייִדן? װאָס זאָל מען טאָן מיט די זײַטלעך פֿון דער געשיכטע, װוּ סע שטײט װעגן די פּאָגראָמען? פֿאַר װאָס דאַרף מען אַרומרעדן און דעקן די היסטאָרישע פֿאַקטן?

און װי גענױ װעט דאָס אונדז העלפֿן בױען אַ מאָדערנע מלוכה, װוּ ס’איז נישטאָ קײן אָרט פֿאַר אומטאָלעראַנץ, אלא ס’איז דאָ אָרט פֿאַר די אַנדערע, ס’איז דאָ דאָס־אָ פֿאַרשמטע «פֿאַרשײדענע», אָבער גלײַכע?

װי מע זעט, זײַנען דאָ אַ סך קשיות, און פֿאַר אונדז שטײט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע נסיעה צו זוכן די ענטפֿערס. אינעם ערשטן עפּיזאָד פֿאַר אַן אַרױספּונקט פֿון דער פֿאָרשונג פֿון דער טעמע נעמט מען כמעלניצקי־תּקופֿה.

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן׃ מע קען אָנהײבן פֿון כמעלניצקיס קאָזאַקן־רעװאָלוציע, פֿון אָנהײב 17טן יאָרהונדערט. מע קען אָנהײבן פֿריִער, מע קען אָנהײבן שפּעטער.

און עס דאַכט זיך מיר, אַז ס’איז בכלל נישט אַזױ װיכטיק צו פֿאַרשטײן, אין װאָס עס גײט זיך אין יעדן באַשטימטן פֿאַל. װײַל, אַװדאי, אױב מע װיל שטעלן די פּאָגראָמען און גװאַלד איבער די ייִדן אינעם צענטער פֿון ייִדיש־אוקראַיִנישער געשיכטע, װעט מען קײן גרױס הצלחה נישט האָבן.

מיך אינטערערסירט שטענדיק מער, װי די מענטשן פֿלעגן לעבן, זיך געזעלן, זײַן אין פֿאַרשײדענע אינטעראַקטיװע באַציִונגען, אָדער עקאָנאָמישע, אָדער סאָציאָ־קולטורעלע, אָדער פֿינאַנציעלע, אײדער װי זײ פֿלעגן הרגענען אײנער דעם אַנדערן אָדער זיך געפֿינען אין אַ מצבֿ, אַז דער גװאַלד איז געװענדט אַקעגן זײ. 

איך װעל אײַך געבן אַזאַ דוגמא, װאָס, לױט מיר, אַנטדעקט על־רגל־אַחת, װאָס איך װיל זאָגן. אין אַ באַשטימטן פֿאַל קוק איך דורך די װערק פֿון אוקראַיִנישע היסטאָריקער פֿון יאַקאָװענקאָן ביז סיסינען, פֿון, לאָמיר זאָגן, אױף יענער זײַט פּאָלוסקרײַז, אין עדמאָנטאָן, קאַנאַדע, ביז די קיִעװער אָדער אַפֿילו כאַרקעװער היסטאָריקער, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון היסטאָרישן געװאַלד אָדער מיטן אוקראַיִניש־ייִדישן אומפֿאַרשטײעניש און אַזױ װײַטער.

און אָט איז עס, אַװדאי, פֿון װאַנען הײבן זײ אָן, זײ הײבן אָן פֿון די פּאָגראָמען בעת כמעלניצקיס אױפֿשטאַנד אָדער, װי עס האָט סובטעלני דאָס גערופֿן, דער קאָזאַקן־רעװאָלוציע, דאָס יאָר 1648.

און זײ רעדן פֿון עפּעס טױזנטער, צענדליקער טױזנט, אַ מאָל הונדערטער טױזנט קרבנות. און דאָס גאַנצע גערײדערײַ גײט אין דעם, װוּ, װער און װי ס’איז געהרגעט געװאָרן. בשעת דעם, אַז מע קוקט אױף אַלגעמײנע אוקראַיִנישע געשיכטעס פֿון הרושעװסקין ביז פּלאָכיִיען, זעט מען גאָר נישט קײן צענדליקער זײַטלעך גערײדערײַ פֿון דעם, מיט װאָס די ייִדן האָבן זיך פֿאַרנומען, אַז זײ זײַנען אַהער אין אוקראַיִנע, אױף די אוקראַיִנישע קאַנטן, פֿאַר װאָס, אין װאָס פֿאַר אַ דעמאָגראַפֿיע, סטאַטיסטיק עס גײט זיך.

פּלוצעם זעט מען די צענדליקער טױזנט קרבנות. און אַלע, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם תּחום, זאָג איך װידער אַ מאָל, פֿון די פֿירנדיקסטע קיִעװער היסטאָריקער ביז די פֿירנדיקסטע, לאָמיר זאָגן, דײַטשיש־אַמעריקאַניש־קאַנאַדישע, זײ אַלע רעדן פֿון דער צאָל קרבנות.

זײַט זשע מיר מוחל, װער זײַנען די מענטשן, מיט װאָס האָבן זײ זיך פֿאַרנונען, װוּ האָבן זײ געװױנט?

אױב מע רופֿט זײ רענדאַרן, נו קענען נישט זײַן 20-30 טױזנט רענדאַרן אין די אוקראַיִנישע קאַנטן אינעם 17טן יאָרהונדערט. ס’איז אַבסורד. אין יעדן שטעטל, אין יעדן פּריװאַטן פּױלישן שטעטל אָדער אַ שטעטל, װאָס איז געװען אונטער אוקראַיִנישע פּריצים, אױך אין רשות־היחיד, קענען זײַן נו, 5-6 רענדאַרן אָדער מענטשן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דעם.

און די רעשט צענדליקער טױזנט, מיט װאָס פֿאַרנעמען זיך זײ, מיט הלװאָות? װיפֿל בעלי־הלװאָות דאַרף מען אױף אײן שטעטל פֿון 2000 מענטשן? נו אײנעם, נו צװײ, מאַקסימום. און די רעשט, מיט װאָס האָבן זײ זיך באַשעפֿטיקט? איז, איך זאָג אײַך דאָס, כּדי צו דערקלערן זײער אַ פּשוטע זאַך.

מיך אינטערעסירט אַ סך מער, מיט װאָס די ייִדן האָבן זיך פֿאַרנומען, לאָמיר זאָגן, אינעם 16טן, אין דער ערשטער העלפֿט 17טן יאָרהונדערט, אײדער ס’איז געקומען דער אַרײַנדרינג און זיך אָנגעהױבן די רעװאָלוציע אָדער, װי סע זאָגט פּלאָכיִי, «די בירגער־מלחמה», װאָס געפֿעלט מיר מער, אין װעלכער סע זײַנען געװען אַ סך ייִדישע קרבנות. דאָס איז מײַן פּרינציפּיעלע באַציִונג צום ענין.

אײדער מע זאָגט, װאָס עס איז דאָרט געשען, מיך אינטערעסירט, װער סע זײַנען די מענטשן.

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אין װאָס פֿאַר אַ שטאַנד זײַנען זײ געװען, מיט װאָס האָבן זײ זיך פֿאַרנומען, װאָס פֿאַר אַ סאָציאַלער שיכט זײַנען געװען די ייִדן אין אָט דער תּקופֿה, װעגן װעלכער מיר שמועסן? דאָס הײסט, דאָס איז דער אָנהײב 17טן יאָרהונדערט – דער סוף 16טן יאָרהונדערט. װי זעט זײער לעבן אױס?

און נאָך אַ מאָל, פֿאַרשטײען מיר, אַז ס’איז װידער דאָ צעטײלונג אױף אימפּעריעס, װײַל ס’איז נאָך אַלץ דאָ די פּױליש־ליטװיש־רוטענישע מלוכה.

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן: אַװדאי, איז דאָ די פּױליש־ליטװיש־רוטענישע מלוכה, און ס’איז דאָ דער ליטװישער פֿירשטנטום. 

דאָס הײסט, אין די אוקראַיִנישע קאַנטן זײַנען דאָ שטחים, װאָס געפֿינען זיך אונטער ליטע, און שטחים, װאָס געפֿינען זיך אונטער דעם, װאָס מע רופֿט «די קרױן», דהײַנו דאָס פּױלישע קיניגרײַך. און אַז בײַם סוף 16טן יאָרהונדערט קומט פֿאָר די פֿאַראײניקונג פֿון די שטחים, קומט אַװדאי אױך פֿאָר דאָס, װאָס מע רופֿט דער צונױפֿגאָס דער לאָגיסטישער, דער יורידישער, פֿון די צװײ קיניגרײַכן, אַ פּױליש־ליטװישע קיניגרײַך.

«Servi camerae»

און אַװדאי זײַנען די ייִדן געװען אונטערטעניק אײן סיסטעם. אָבער מע דאַרף זאָגן, אַז סײַ אױף דער זײַט, סײַ אױף דער אַנדערער זײַט איז דער אײגענער שטאַנד פֿון די ייִדן געװען דער עיקר זײער ענלעך. די ייִדן הײסן «Servi camerae».

זײ זײַנען אומפֿאַרמיטלט אונטערטעניק דעם מלך, דעם אָנפֿירער פֿון דער מלוכה. און זײער סטאַטוס איז דער עיקר דער סטאַטוס פֿון פּריװילעגירטע שטאָטװױנער. סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס װױנען אין דאָרף.

זײ זײַנען נישט קײן סך, אָבער זײ זײַנען דאָ. סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס, לאָמיר זאָגן, דינען אין אַרמײ. סע זײַנען אױך דאָ אַזױנע. און אַפֿילו זײ דערמאָנען ייִדישע היסטאָריקער פֿון מיטל 17טן יאָרהונדערט. סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל.

אױך װעגן זײ געפֿינט מען נישט װײניק דאָקומענטן אױף צאָלאַמטן. למשל, קענען ייִדן פֿאָרן דורך גראָדנע קײן צענטראַל פּױלן. זײ פֿאָרן דורך אַנדערע גרענעץ־שטחים סײַ פֿון ליטװישע קאַנטן, סײַ פֿון פּױלישע קאַנטן בײַם סוף 16טן – בײַם אָנהײב 17טן יאָרהונדערט. 

סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט מלאָכות און פֿאַרשײדענע באַרופֿן אין שטעטלעך. ייִדן־באָנדערס, ייִדן־זילבערשמידן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט זילבער, גאָלד, שלאָסערײַ. דהײַנו אַ סך ייִדן זײַנען בעל־מלאָכות.

אַ קלײנער שיכט איז, אַװדאי, ייִדן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט האַנדל, אינטערנאַציאָלנאַלן האַנדל. ס’איז אַװדאי דאָ אַ קלײנער שיכט, לאָמיר זאָגן, אָליגאַרכן, אױב מע ניצט דאָס מאָדערנע װאָרט, פֿון װעלכע קומט אױף אַזאַ פֿינאַנציעל־עקאָנאָמישער אָליגאַרכאַט. אין יעדן שטעטל זײַנען זײ נישט מער, װי 10-15 מענטשן. 

דהײַנו אין אײנעם, מאַקסימום צװײ פּראָצענט אַלגעמײנע באַפֿעלקערונג אין יעדן שטעטל, װוּ ס’קענען זײַן פֿון 800 ביז 1500 ייִדן. און זײ זײַנען, װידער אַ מאָל, דער עיקר שטאָטװױנער, זײ װױנען אין שטעט. זײ זײַנען נישט קײן בירגער, נישט פּונקט, װײַל זײ האָבן נישט קײן קריסטלעכן אָפּשטאַם, נאָר זײ האָבן אַ ספּעציעלן פּריװילעגירטן סטאַטוס, װאָס דערמעגלעכט זײ זיך צו באַשעפֿטיקן אָדער מיט קרעטשמערײַ, אָדער מיט האַנדל, אָדער מיט מלאָכות.

און אין יעדן פֿאַל האָבן זײ אױף דעם אַ באַזונדערע פּריװילעגיע. די אַלגעמײנע פּריװילעגיע, װאָס די ייִדישע קהילה באַקומט פֿונעם מלך אָדער פֿון די האַרן פֿון די שטעטלעך, און קאָנקרעטע פּריװילעגיעס, װאָס זײ באַקומען אין די שטעטלעך, װוּ זײ װױנען. אין די שטעטלעך, װאָס מע זעט למשל אינעם ביכל פֿון נתן האַנאָװער «יװן מצולה» («טיפֿער זומפּ»), האָבן די ייִדן אַ באַשטימטן סטאַטוס, לאָמיר זאָגן, אין דער עקאָנאָמיק פֿון דער זעלבער באַפֿעלקערונג, װאָס איז זײער באַװעגלעך, װאָס איז אַ פֿאַרמיטלער צװישן, לאָמיר זאָגן, די מערק פֿון פּאַריז, לײַפּציג, נײַשטאָט און אַנדערע צענטראַל־אײראָפּעיִשע מערק און, לאָמיר זאָגן, די מערק פֿון נעמערעװ, טאָלטשין, זבאַרעזש, זאַמישטש און אַזױ װײַטער.

“טיפֿער זומפּ» (העבר. יון מצולה) – דאָס היסטאָריש־פּובליציסטישע װערק, געװידמעט די געשעענישן פֿון כמעלניצקיס צײַטן, די יאָרן 1648-1649. דער מחבר איז אַ זאַסלאַװער רבֿ נתן האַנאָװער. דאָס װערק איז אַרױס אױף העברעיִש אין װענעציע אין 1653.

 

זײ זײַנען שטאָטװױנער, און זײ זײַנען אַװדאי iudaei. אַז ייִדן באַקומען עפּעס אַ פּריװילעגיע, למשל, די פּריװילעגיע יונה דעם דאָקטער פֿון לעמבעריק, שטײט אין דער פּריװילעגיע געשריבן, אַז די פּריװילעגיע איז געגעבן געװאָרן דעם דאָקטער, װעלכער איז אַ iudaeus perfidus, דהײַנו אײנער פֿון די־אָ «מיאוס־ומאָוסע», «שרעקלעכע ייִדן». די פּריװילעגיע איז זײער גוט, זי דערמעגלעכט דעם-אָ דאָקטער אַרבעטן פֿאַר אײנער פֿון די קיניגלעכע משפּחות אין לעמבעריק. 

אָדער, לאָמיר זאָגן. שפּעטער, בײַם סוף 17טן יאָרהונדערט, די פּריװילעגיע, װאָס איז געגעבן געװאָרן דעם דרוקער פֿון אַמסטערדאַם, װאָס עפֿנט אַ דרוקערײַ אין זשאָלקװע. דאָרט שטײט אױך געשריבן «iudaeus perfidus». אַװדאי קען מען זאָגן, אַז דאָס איז אַ טיפּישער באַװײַז, אַזױ רופֿט מען ייִדן.

ס’קען זײַן װיכטיק, און עס קען נישט זײַן זײער װיכטיק. אָבער לאָמיר האַלטן אין זינען, אַז אַזױ פֿלעגט מען רופֿן און אַזױ פֿלעגט מען זיך באַציִען צו די ייִדן. זײ קענען זיצן אױף פֿאַרשײדענע שטעלעס, זיך פֿאַרנעמען מיט װיכטיקע, חשובֿע זאַכן.

דער עיקר איז די באַציִונג צו זײ סײַ בײַ פּראַװאָסלאַװנע מאַגנאַטן, סײַ בײַ קאַטױלישע מאַגנאַטן פּאָזיטיװ, װײַל זײ באַלעבן דעם האַדל, זײ באַשעפֿטיקן זיך מיט זײער װיכטיקע אױסאַרבעטונגען אין די שטעטלעך. זײ זײַנען אױך דאָקטױרים. אַפֿילו אָט דער דאָזיקער פּױלישער בלאָקבאַסטער «מיט שװערד און פֿײַער» דערמאָנט, אַז ייִדן קענען אױך זײַן דאָקטױרים.

אָבער זײ אַלע זײַנען סײַ װי סײַ iudaei perfidi. דהײַנו «שענדלעכע ייִדן», זײ זײַנען נישט קײן קריסטן. און אין אַ באַזונדערער רגע, אַז סע װאַכן אױף, לאָמיר זאָגן, נעגאַטיװע געפֿילן צו מינדערהײטן, בפֿרט רעליגיעזע מינדערהײטן, װערן די־אָ «perfidi» בולט.

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ איז, װי קען מען פֿאַרטײַטשן די-אָ טבֿע פֿון אומטאָלעראַנץ, װאָס באַװײַזט זיך אַזױ אין 1648 אין גאַנצן אין דער פּאָליטיק, אין דער הױפּט־ליניע פֿון כמעלניצקיס הילוך בפֿרט, און בכלל קאָזאַקן? װײַל, פֿאַר װאָס װיל איך זיך פֿאָרט פֿאַררופֿן אױף «טיפֿן זומפּ» פֿונעם פֿאַרלאַג «רוח און אות», װײַל סע זײַנען דאָ זײער טשיקאַװע קאָמענטאַרן אױף דער אױסגאַבע, װוּ די װיסנשאַפֿטלעכע רעדאַקטאָרשע און מחברטע פֿון די קאָמענטאַרן איז די פּראָפֿעסאָרשע נאַטאַליאַ יאַקאָװענקאָ.

אין תּוך גענומען, זאָגט זי, אַז די ייִדן האָבן זיך געפֿונען צװישן דער פּױלישער שליאַכטע און, אין תּוך גענומען, די אוקראַיִנישע קאָזאַקן, און זײ האָבן גענומען אַחריות פֿאַר דער באַדריקונג, װאָס האָבן בפֿירוש נישט זײ געשאַפֿן. װי פֿאַרטײַטשט דאָס איר? װי שטעלן די באַדינגונגען זיך אַרױס לױט אײַער באַשײד? װי אַזױ קוקט איר אָן דעם מצבֿ?

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן׃ זעט איר, איך װאָלט קודם־כּל אַרױסזאָגן מײַן גרױסן כּבֿוד דער פּראָפֿעסאָרשע יאַקאָװענקאָן. איך קען זי פּנים־אל־פּנים, מיר האָבן זיך אפֿשר אַ פּאָר מאָל איבערגעשריבן אױף עטלעכע סיבות, אַז איך בין געװען אַ פֿולברײַט־גאַסט בײַ דער קיִעװ־מאָהילע אַקאַדעמיע. פֿונדעסטװעגן װאָלט איך געװאָלט זאָגן, אַז דער קוקװינקל פֿון דער חשובֿער פּראָפֿעסאָרשע שטימט מיטן קוקװינקל פֿון די 30ער, 50ער, 70ער יאָרן פֿון יענעם יאָרהונדערט. הײַנט קוקט קײנער נישט אַזױ, קײנער קוקט נישט אָן דעם מצבֿ פֿון 1648 בנוגע, לאָמיר זאָגן, די קאָזאַקן פֿון אײן זײַט, נישט בנוגע די פּױלישע מאַגנאַטן און נישט בנוגע ייִדן. 

דער מצבֿ איז אַ סך קאָמפּליצירטער און אַ סך טשיקאַװער. ערשטנס, װידער אַ מאָל, זעט מען אין 1648 נישט סתּם עפּעס אַן אױפֿשטאַנד פֿון אונטערגעדריקטע פּױערים פּלוס קאָזאַקן אונטער דער הנהגה פֿון כמעלניצקי קעגן דער «שענדלעכער פּױלישער שליאַכטע». דער מצבֿ איז אַ סך טשיקאַװער און אַ סך קאָמפּליצירטער, װײַל עס גײט אין אַ בירגער־מלחמה. 

ס’איז דאָ, לאָמיר זאָגן, פּראַװאָסלאַװנע באַפֿעלקערונג סײַ אױף דער זײַט, סײַ אױף יענער זײַט. סע זײַנען דאָ קאַטױלישע מאַגנאַטן סײַ אױף דער זײַט, סײַ אױף יענער, אױף דער אַנדערער זײַט. און סע זײַנען דאָ, לאָמיר זאָגן, קאָזאַקן, װאָס האָבן פֿײַנט קאַטױלן און אױך גריכישע קאַטױלן. 

און סע זײַנען דאָ גריכישע קאַטױלן, װאָס שטיצן אונטער דעם קאָזאַקישן אױפֿשטאַנד. סע זײַנען דאָ פּױערים, װאָס גײען, לאָמיר זאָגן, סתּם אַקעגן דער שטאָט, װאָס אין דער-אָ שטאָט זאָל נישט זײַן. דהײַנו גײט אין אַ בירגער־מלחמה. 

«די ייִדן האָבן אַקטיװ אָנטײל גענומען אין די מלחמה־געשעענישן סײַ אױף דער, סײַ אױף יענער זײַט»

אַז עס גײט אין אַ בירגער־מלחמה, קען מען נישט אַזױ אַקוראַט מחלק זײַן׃ אױף דער זײַט זײַנען די פּראַװאָסלאַװנע קאָזאַקן, אױף דער זײַט די פּױלישע מאַגנאַטן, די ייִדן אין מיטן און אַזױ װײַטער. מע זעט, אַז די ייִדן זײַנען גאָר נישט אין מיטן. זײ זײַנען נישט קײן סך, נאָר עטלעכע באַװײַזן, אַז סע זײַנען געװען אײנצלדיקע פֿאַלן, אַז ייִדן האָבן זיך געקעמפֿט אױף דער זײַט פֿון די קאָזאַקן.

דערצו נישט נאָר אין 1648, נאָר אָנהײבנדיק פֿון די ערשטע קאָזאַקישע אױפֿשטאַנדן קעגן, לאָמיר זאָגן, נישט אַזױ קעגן, נאָר פֿאַר באַזונדערע אײגענע פּריװילעגיעס. קודם־כּל פֿאַר דעם, אַז סע זאָל פֿאַרגרעסערט װערן דער קאָזאַקן־רעגיסטער, װאָס האָט דערמעגלעכט די קאָזאַקן פֿרײַ װױנען אין זײער לאַנד. 

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ האָבן זײ דערױף געדאַרפֿט זיך שמדן?

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן׃ אױב מע באַקוקט ספּעציעלע װערק אױף דער טעמע, װעט מען זען, אַז סע זײַנען געװען צום װײניקסטן פֿיר גרױסע קאָזאַקישע פֿאַמיליעס, אַרײַנרעכענענדיק אַזאַ באַרימטע װי הערציק, װאָס האָבן אָן קײן ספֿק ייִדישן אָפּשטאַם, דהײַנו זײ האָבן זיך געמשדט. אָבער סע זײַנען דאָ פֿאַלן, מיר האָבן באַװײַזן פֿון די היסטאָרישע ראַיות, אַז סע זײַנען געװען ייִדן, װי למשל דער ייִד בעראַכע אָדער בראַכע פֿון זאַסלאַװ, װאָס איז גיכער פֿאַר אַלץ נישט געװען קײן משומד, אָבער ער האָט זיך געקעמפֿט פֿאַר די קאָזאַקן, אױף דער זײַט פֿון די קאָזאַקן. און מע קען װעגן דעם באַזונדער שמועסן.

סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס האָבן זיך, לאָמיר זאָגן, נישט סתּם געפֿונען צװישן די צװײ כּוחות, װאָס האָבן זיך געשלאָגן, די קאָזאַקן אױף אײן זײַט און די פּױלישע שליאַכטע אױף דער אַנדערער זײַט. סע זײַנען דאָ ייִדן, װאָס נעמען פּשוט אָנטײל אין דער מלחמה אױף דער זײַט פֿון דער פּױלישער שליאַכטע. אָט דער זעלבער האַנאָװער דערמאָנט, אַז אױף די באַסטיאָנען פֿון עטלעכע פּױלישע שטעטלעך זײַנען געװען עטלעכע טױזנט ייִדן, װאָס האָבן זיך געקעמפֿט מיט די קאָזאַקן צוזאַמען, זײַט בײַ זײַט מיטן פּױלישן גאַרניזאָן.

און אַז צװישן זײ זײַנען געװען ייִדן, װאָס זײַנען געװען פֿרײַ־געדונגענע, דהײַנו פּראָפֿעסיאָנעלע זעלנער, װאָס האָבן זיך געקעמפֿט אױף דער זײַט פֿון די פּאָליאַקן. אַזױ אַז אַרױסשטעלן ייִדן װי, לאָמיר זאָגן, אַזאַ רעליגיעזע באַפֿעלקערונג, װאָס, לױט האַנאָװערן, זיצט 24 שעה אַ טאָג און 7 טעג אַ װאָך און לערנט תּורה, איז נישט קײן פּראָדוקטיװער קוקװינקל אױף דעם, װאָס סע זײַנען געװען די ייִדן.

די ייִדן האָבן אַקטיװ אָנטײל גענומען אין די אָט מלחמה־געשעענישן סײַ אױף דער, סײַ אױף יענער זײַט. דערפֿאַר דאָס, װי די פּראָפֿעסאָרשע יאַקאָװענקאָ קוקט אָן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, שטימט נישט מיט, לאָמיר זאָגן, װעל איך נישט דערמאָנען דעם אמת, עס שטימט נישט דעם הײַנטצײַטיקן צושטאַנד פֿון דער אַנטװיקלונג פֿונעם היסטאָרישן געדאַנק. 

דערפֿאַר, װי סע קוקן אָן די אָנגעזעענע פֿאַכלײַט אין דער געשיכטע פֿון קאָזאַקן, װאָס עס איז בפֿועל־ממש געשען אין 1648. װי סע באַװירקט די לעבנס־קװאַליטעט פֿון די ייִדן אױף אוקראַיִנישע קאַנטן, צװישן אַנדערע, למשל, דער זבאָרעװער אָפּמאַך.

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס בײַט דאָס און װי זעט דערנאָך בכלל אױס אָט די מאַפּע און לעבן פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע?

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן: איר זעט, סע זײַנען דאָ אַ סך אָפּמאַכן. זבאָרעװער אָפּמאַך אָדער שװאַרץ־טומאהער אָפּמאַך, זײ זײַנען זיך אַקעגן, זײ זײַנען זײער נאָענט איינער צום אַנדערן, אָבער דער עיקר װאָס בײַט זיך בשעת און נאָך 1648?

ערשטנס, בלײַבט דער לינקער ברעג אונטער דער קאָזאַקישער סטאַרשינאַ, אונטערן העטמאַן, און אױפֿן לינקן ברעג איז נישטאָ קײן שטענדיקע אָנװעזנהײט פֿון ייִדן.

דהײַנו ייִדן האָבן געהאַט שטענדיקע אָנװעזנהײט אױפֿן לינקן ברעג פֿאַר 1648, און נאָך די געשעענישן פֿון דער קאָזאַקן־רעװאָלוציע זײַנען זײ נישטאָ.

“עס קומט פֿאָר אַן איבערדרוק פֿון ייִדישע קהילות פֿון מיזרח צו די צענטראַלע קאַנטן פֿון אוקראַיִנע»

פֿאָרט קומען זײ בײַם סוף 17טן און אין משך 18טן יאָרהונדערט אױף עפּעס יאַרידן, חצי־לעגאַל אָדער אומלעגאַל, מע דערמוטיקט זײ זיך צו באַשעפֿטיקן מיט האַנדל, אָבער געװײנטלעך װױנען זײ דאָרט נישט. און דאָס איז אײנער פֿון די תּנאָיִם פֿון די קאָזאַקישע פּני, אַז דער לינקער ברעג זאָל זײַן אין גאַנצן פּראַװאָסלאַװנע, דאָרט זאָלן נישט זײַן קײן קאַטױלן, נישט קײן גריכישע קאַטױלן, נישט קײן ייִדן.

און ס’איז אַ װיכטיקע זאַך. דהײַנו, לאָמיר זאָגן, עס קומט פֿאָר אַן איבערדרוק פֿון ייִדישע קהילות פֿון מיזרח צו די צענטראַלע שטחים, צו די צענטראַלע קאַנטן פֿון אוקראַיִנע, אױף ברעסלעװער, קיִעװער קאַנטן, װאָלין, פּאָדאָליע.

נו, אַװדאי, אױך דאָרטן, װאָס װעט נאָך 1772 הײסן גאַליציע, רױטע רוטעניע. 

דהײַנו דאָס איז דער ערשטער פֿון אַזעלכע מאָמענטן.

דער צװײטער מאָמענט. אַװדאי קען מען רעדן פֿון אַ פֿולשטענדיקן חורבן פֿון די ייִדישע קהילות פֿון טאָלטשין, נעמערעװ, זבאַרעזש, פּילענעװ, זאַמישטש און אַזױ װײַטער.

און דערפֿון איז שײך רעדן. סע זײַנען נישטאָ קײן סך ראַיות. בפֿועל־ממש, קײנער, אַ חוץ האַנאָװערן, װאָס האָט אױסגעפֿרעגט עדות און איז אַלײן געװען אַ פּליט פֿון די קאַנטן, סע זײַנען נישטאָ קײן סך דאָקומענטאַלע ראַיות אױף דעם, װאָס איז געשען. 

אָבער אױב מע קוקט אױף די עדותשאַפֿטן פֿון האַנאָװער און אױף די עדותשאַפֿטן פֿון אַנדערע מענטשן, האָבן אַלע גערעדט פֿונעם גאָרן סוף. דהײַנו שױן, אױס, נישטאָ און װעט נישט זײַן. און מיר קענען בלױז «באַװײנען די הײליקע ייִדישע קרבנות אױף קידוש־השם», מענטשן, װאָס האָבן פֿאַרקערפּערט די ייִדישע פֿרומקײט, מומחים אין ייִדישער טראַדיציע, אין גאַנצן אַזעלכע טראַדיציאָנעל געשטימטע קהילות. דאָס איז, אַזױ צו זאָגן, דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קוקװינקל פֿונעם 17טן יאָרהונדערט אױף די געשעענישן.

אָבער סע זײַנען דאָ דאָקומענטן, װאָס געפֿינען זיך ביז הײַנט אין אַרכיװן פֿון זשיטאָמיר, קיִעװ, לעמבעריק, װאָס זאָגן אַנדערע זאַכן. סע זײַנען אױך דאָ דרױסנדיקע ייִדישע דאָקימענטן, װאָס דערמעגלעכן אונדז צו פֿאַרשטײן, װאָס עס געשעט.

איך װעל פּרוּװן צו קורץ כאַקאַרטעריזירן די דרײַ מינים דאָקומענטן.

דער ערשטער דאָקומענט איז װידער אַ מאָל האַנאָװער. ער איז אַנטלאָפֿן געװאָרן פֿון זאַסלאַװ. ער איז נישט סתּם עפּעס אַ מחבר פֿון אַ קרױניק. ער איז אַ דײן, דהײַנו ער האָט דעם סטאַטוס פֿון אַ ריכטער. ס’איז אַ העכערער סטאַטוס אין דער רבנישער היעראַרכיע. ער איז אַלײן אַ מענטש אַ פֿרום־געשטימטער, װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער אַרױסגעגעבן אַ סידור מיט טעקסטן, תּפּילות, צוגאָבן צום טראַדיציאָנעלן ייִדישן דאַװנען פֿון קבלה, דעם ערשטן אין מיזרח־אײראָפּע.

אַ חוץ אַלץ אַנדערש, האָט ער אַרױסגעגעבן אַ פֿונדאַמענטאַלן קאָמענטאַר צו אײנער פֿון די מסכתּות פֿון דער גמרא – סוכּות. ער איז אַ שטיקל חשובֿער, באַרימטער מענטש. 

ער פֿאָרט קײן צענטראַלער אײראָפּע, דאַכט זיך, קײן װענעציע.

לכל־הפּחות אין װענעציע גיט ער אַרױס די ערשטע אױסגאַבע פֿון «יװן מצולה», 1653 אָדער 1654. ער שרײַבט דעם טעקסט נישט נאָר כּדי צו באַנעמען דאָס, װאָס טוט זיך מיט די ייִדישע קהילות. ער שרײַבט אים, כּדי צו דערקלערן די אָנפֿירער פֿון די ייִדישע קהילות אין װענעציע, אַמסטערדאַם, פֿראַנקפֿורט, אַז זײ דאַרפֿן זיך צוגרײטן צו אַ גרױסער כװאַליע ייִדישע פּליטים, װעמען מע דאַרף העלפֿן זיך באַזעצן אין צענטראַלער אײראָפּע, װײַל און מיזרח־אײראָפּע װעט פֿאַר זײ נישט זײַן קײן לעבן.

און לפֿועל־ממש, סטרוקטורירט ער זײַן בוך און ער שרײַבט עס דװקא אַזױ, דװקא כּדי צו דערקלערן די אָנפֿירער, אַז מע דאַרף תּיכּף עפּעס טאָן, פֿאַרלײגן עפּעס פֿונדאַציעס, זאַמלען געלט פֿאַר די פּליטים, צוגרײטן פֿאַר זײ געהײען און זײ אַבסאָרבירן אין זײערע קהילות. דאָס איז מערסטנס נישט געשען, דהײַנו מע זעט נישט קײן גרױסן אַרײַנשטראָם פֿון ייִדישע פּליטים אין צענטראַלער אײראָפּע. און דאָס איז דער ערשטער מאָנענט, װאָס מע דאַרף נעמען אין באַטראַכט. 

דאָס צװײטע פּעקל דאָקומענטן, װי מע זאָגט, איז דאָס, װי עס קוקט אָן דעם מצבֿ דער װעד אַרבע אַרצות, דער ראָט פֿון פֿיר לענדער. דאָס איז אַזאַ מין «ייִדישער סײם» אין פּױלן, װאָס װערט אָנערקענט װי דער העכסטער שטאַפּל פֿון דער ייִדישער זעלבסט-פֿאַרװאַלטונג אין פּױלן. דאָס אָנערקענט דער מלך, דאָס אָנערקענט אױך דער מלוכה־אוצר.

צו אים װענדט מען זיך, אַז מע װיל זיך װענדן צו דער ייִדישער קהילה. דער װעד אַרבע אַרצות איז נישט קײן אינסטיטוציע, ס’איז, לאָמיר זאָגן, אַ צוזאַמענקום פֿון די פּרנסים, ס’קען זײַן בערך 18, ס’קען זײַן 28-30 מענטשן, װאָס קומען זיך צוזאַמען צװײ מאָל אַ יאָר. אָדער אין לובלין, אָדער אין יאַרעסלע, אָדער אַ מאָל אין טיקטין, װוּ זײ רעדן אַרום די אױסטײלונג פֿון מסים און משׂא אױף אײנצלדיקע קהילות. װוּ זײ רעדן אַרום, װי זײ זאָלן אױסלײזן אינעװײניקסטע רעליגיעזע פּראָבלעמען אָדער באַציִונגען צװישן דער ייִדישן און דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג און אַזױ װײַטער.

דהײַנו זײ האָבן זײער װיכטיקע עובֿדות.

פֿאַר װאָס האָב איך דערמאָנט דעם װעד אַרבע אַרצות? װײַל מיט דרײַ יאָר שפּעטער, דאַכט זיך, אין 1654, אַז כמעלניצקי שליסט דעם פּרעיאַסלעװער אָפּמאַך מיט מאָסקאָװיע, שרײַבט דער װעד אַרבע אַרצות צו פֿאַרשײדענע קהילות, מערסטנס אין די קאַנטן, װאָס זײַנען הײַנט צו טאָג דרום־בעלאַרוס און צענטראַל־אוקראַיִנע, זײ שרײַבן, אַז «מיר הערן אױף אײַך שיקן באַזונדערע נדבֿות אונטערצושטיצן די חרובֿה קהילות. פֿאַר װאָס? װײַל דאָס רובֿ קהילות, װאָס זײַנען חרובֿ געװאָרן, האָבן אין גאַנצן צוריקגעשטעלט זײער לעבן סײַ אין לאָגיסטישן זינען, סײַ אין סאָציאָ-עקאָנאָמישן.

מיט פֿיר יאָר שפּעטער, נאָך 1649. דהײַנו דער װעד אַרבע אַרצות איז נישט סתּם עפּעס אַ זײַטיקע סטרוקטור, װאָס געפֿינט זיך ערגעץ װוּ אין צענטראַל־פּױלן. נײן, דאָס זײַנען פֿאָרשטײער פֿון אָט די זעלבע קהילות, װאָס קומען און זאָגן׃ «מיר האָבן צוריקגעשטעלט אונדזער לעבן, מיר דאַרפֿן דאָס נישט, מיר דאַרפֿן נישט באָרגן אָדער באַקומען כּלערלײ פֿונדושן, װײַל מיר פֿונקציאָנירן שױן נאָרמאַל».

דאָס איז דאָס צװײטע פּעקל דאָקומענטן, װאָס װײַזט, אַז דאָס רובֿ ייִדן האָבן שױן אין מיטן־בײַם סוף 1650ער צוריקגעשטעלט זײער עקאָנאָמיש לעבן.

אַװדאי הײבט זיך אָן אַ נײַע מלחמה, עס הײבט זיך אָן טשערנעצקיס אױפֿשטאַנד, עס הײבט זיך אָן דער שװעדישער אַרײַנדרינג. דהײַנו אַ סך קומט פֿאָר אין דער צײַט.

אָבער לכל־הפּחות איז רעדן פֿון קײן גאָרן חורבן פֿון די ייִדישע קהילות אין דער צײַט נישט שײך.

דאָס דריטע פּעקל דאָקומענטן, דערפֿון זײַנען נישטאָ קײן סך, אָבער סע זײַנען דאָ, דאָס זײַנען אינעװײניקסטע דיקומענטן פֿון שטעטלעך און קהילות, מערסטנס געריכט־אַקטן. אײנער פֿון מײַנע אומאָפֿיציעלע מורי־דרך, דער פּראָפֿעסאָר דער ישׂראלדיקער משה ראָסמאַן האָט געפֿונען עטלעכע דאָקומענטן װעגן דעם, װי אין 1652-1652 קומען די ייִדן צוריק אין זײערע קהילות, געפֿינען זײער האָב-און־גאָב, צעגנבֿעט פֿון רשעים אָדער סתּם פֿון די אָרטיקע, װאָס האָבן געזען, אַז נו, סע זײַנען אַװעק די ייִדן, לאָמיר זיך נעמען כּלים, טישן, עפּעס מעבל.  

און דאָס אַלץ געפֿינט זיך אין זײער באַזיץ. די ייִדן קומען צוריק און זאָגן׃ «דאָס איז מײַנס, דאָס איז מײַנס, דאָס איז מײַנס». און זײ ברענגען די מענטשן װוּ? פֿאַרן פּױלישן געריכט. 

דהײַנו אױך די פּױלישע יורידישע סיסטעם איז צוריקגעשטעלט געװאָרן אין די צענטראַלע קאַנטן פֿון אוקראַיִנע. זײַט מיר מוחל, ס’איז נישטאָ קײן אוקראַיִניש העכער געריכט. אין דער צײַט איז דאָ די פּױלישע יורידישע סיסטעם.

און די פּױלישע יורידישע סיסטעם פֿונקציאָנירט. די ייִדן קענען ברענגען אַ פּראַװאָסלאַװנען אָדער אַ קאַטױל פֿאַר דעם געריכט און זאָגן׃ «אָט דאָס, װאָס געפֿינט זיך אין זײער באַזיץ, דאָס איז מײַנס, זאָל ער דאָס צוריקגעבן». און די געריכטן זאָגן׃ «יאָ, גיב דאָס צוריק». 

צי ס’איז צוריקגעגעבן געװאָרן, צי נישט, איז דאָס גאָר אַן אַנדער ענין. אױף דעם דאַרף מען נישט פּרעסקריפּטיװע, נאָר דעסקריפּטיװע דאָקומענטן. אין מערסטע פֿאַלן האָבן מיר זײ נישט.

אָבער סע זײַנען דאָ דאָקומענטן, װאָס זײַנען ראַיות, אַז די ייִדן קומען צוריק צו זײערע חרובֿע קהילות. סײַ קײן טאָלטשין, סײַ קײן נעמערעװ, סײַ קײן זבאַרעזש, סײַ קײן זאַמישטש, סײַ קײן לעמבעריק און אַזױ װײַטער.

דאָס געשטאַלט פֿון כמעלניצקי

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װי זאָל מען באַנעמען דאָס געשטאַלט פֿון כמעלניצקי און בכלל די קאָזאַקן אין דעם מאָמענט? װי זאָל מען עס רעפֿלעקסירן, נעמענדיק דאָס אין באַטראַכט, װאָס זאָל מען אױסדרינגען?

יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן׃ װײסט איר, דאָס איז זײער אַ קאָמפּליצירטער און גרױסער ענין. מיר איז גרינגער אײַך דערצײלן, װי אַזױ עס האָט זיך געביטן דער קוקװינקל אױף כמעלניצקין אין דער אוקראַיִנישער היסטאָריאָגראַפֿיע, צװישן דער אוקראַיִנישער אינטעליגענץ, פֿון די 1840ער ביז הײַנט.

און װי, לאָמיר זאָגן, דער קוקװינקל, װאָס מיר האָבן איצט, דאָס געשטאַלט פֿון כמעלניצקי װי דעם אַבסאָלוטן אָנפֿירער פֿונעם אוקראַיִנישן אױפֿשטאַנד פֿאַר פֿרײַהײט, פֿאַר זעלבסטשטענדיקײט און אַזױ װײַטער, איז אין דער אמתן אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין די סאָװעטישע צײַטן. און ער איז געװאָרן אַזאַ קאַנאָניזירטער קוקװינקל פֿון דעם, װער עס איז כמעלניצקי. איך װאָלט איצט נישט געװאָלט פֿאַרפּשוטערן די טעמע, װײַל אַװדאי קען מען אױף איר אױך קוקן דורך אַ פּריזמע, אַ גאַנץ קאָמפּליצירטער און סך־טײליקער פּריזמע פֿון שעװטשענקעס באַנעם פֿון כמעלניצקין. 

און מע זעט פֿון זײַן זײַט סײַ פֿאַרפּראַכטיקונג פֿון כמעלניצקין, סײַ אױך פֿאַרשעלטונג פֿון כמעלניצקין. מע זעט, אַז כמעלניצקי, «דו, מײַן גרױסער חבֿר, אָבער נישט זײער אַ גרױסער». דאָס הײסט, זאָל כמעלניצקי זען, װאָס עס איז געשען מיט באַזונדערע שטעט נאָך דעם, װאָס ער האָט געשלאָסן אין פּרעיאַסקעװ, װאָלט ער «זיך אָנגעטרונקען מיט זשידישער האָרעלקע און אָנגעשמירט מיט חזרישער בלאָטע».

מע זעט זײער אַ קאָמפּליצירטע באַציִונג צו כמעלניצקין. זי איז איצט בײַ אונדז פֿאַרפּשוטערט. פֿאַר װאָס? װײַל זי האָבן אונדז פֿאַרפּשוטערט די סאָװעטישע היסטאָריקער און מחברים פֿון אַ סך ביכער װעגן כמעלניצקין.

סעמען סקליאַרענקאָ, נתן ריבאַק און אַ סך אַנדערע מענטשן. כמעלניצקי איז אַ קאָמפּליצירט געשטאַלט. כמעלניצקי איז אַן אונטערטאַנער פֿונעם פּױלישן מלך ביז 1648.

דערנאָך װערט ער אונטערטעניק דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. דערנאָך שליסט ער אַן אָפּמאַך צו װערן אונטערטעניק דעם מאָסקװער מלך. אַפֿילו זײַנע פּאָליטישע באַשלוסן װײַזן, װי קאָמפּליצט פֿאַר אַ געשטאַלט ער איז.

אים פֿאַרפּשוטערן װאָלט איך נישט געװאָלט. מײַן עובֿדה איז צו שטעלן פֿראַגעס און װײַזן, אױף װיפֿל די סיטואַציע איז קאָמפּליצירט און אױף װיפֿל זי פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די קאַנאָנען, װאָס זײַנען דאָ אין דער הײַנטצײַטיקער היסטאָריאָגראַפֿיע אָדער סתּם אין די קעפּ פֿון מענטשן. 

די פּובליקאַציע איז צוגעגרײט געװאָרן אין די רעמלעך פֿון אַ פּאַרטנער־פּרױעקט מיט אונעסקאָ מיט פֿינאַנציעלער שטיץ פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. איר תּוכן איז אַן אױסשליסלעך אַחריות פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט לאַװ־דװקא אָפּ די שטעלונג פֿון אונעסקאָ און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. 

При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту

Поділитися