Аудіоплеєр

Готово до відтворення прямого ефіру.

--:--
--:--

«סע זײַנען דאָ דרײַ היסטאָרישע «אמתן»: טאַראַס טשוכליב װעגן די הײַדאַמאַקעס־אױפֿשטאַנדן און זײערע פּועל־יוצאס

אינעם צװײטן עפּיזאָד פֿונעם נײַעם סעזאָן פֿון דער אױדיציע “װידערשטאַנד” דערגרונטעװעט מען די געשעענישן אױף די אוקראַיִנישע קאַנטן במשך 18טן יאָרהונדערט. בפֿירוש װעט מען רעדן װעגן דעם הײַדאַמאַקערײַ און זײַן פּועל־יוצאס.

«סע זײַנען דאָ דרײַ היסטאָרישע «אמתן»: טאַראַס טשוכליב װעגן די הײַדאַמאַקעס־אױפֿשטאַנדן און זײערע פּועל־יוצאס
Додати Громадське радіо як бажане джерело в Google
--:--
--:--
Відкрити аудіофайлВідкриває вихідний аудіофайл у новій вкладці.

װאָס איז דאָס הײַדאַמאַקערײַ

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אַװדאי, אין דעם פּאָדקאַסט װעט די דיסקוסיע זיך איבעררופֿן מיט דער פֿריִערדיקער תּקופֿה פֿון כמעלניצקיס אױפֿשטאַנד, װאָס מע האָט שױן איבערגעגאַנגען אינעם ערשטן עפּיזאָד, איז איך שטױס אײַך אָן, אױב מעגלעך, אים נישט דורכצולאָזן.

איז, װאָס איז דאָס הײַדאַמאַקערײַ? דערקלערט טאַראַס טשוכליב, אַ געשיכטע־דאָקטער, דער הױפּט־װיסנשאַפֿטלער פֿון דער נאַציאָנאַלער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. רב טאַראַס, איך לײג אונדז פֿאָר צו גרונטעװען דעם טערמין «הײַדאַמאַקערײַ» און פּרוּװן צו אַנאַליזירן זײַנע סיבות און גאַנג בכלל. אָט פֿון װאָס זאָל מען טראַכטן און פֿאַרשטײן קודם־כּל־דבֿר, פֿאַר דעם, אַז מע נעמט זיך צו פֿאָרשן און נאָכזוכן די באַדינגונגען פֿון הײַדאַמאַקערײַ?

טאַראַס טשוכליב׃ דער טערמין אַלײן קומט אַ פּנים קײן פּױלן פֿון אַראַבישע לענדער דורך טערקײַ, דורך דער אָטאָמאַנישער אינפּעריע. דער פּױלישער היסטאָריקער פּיאָטר באָרעק האָט צום ערשטן מאָל געפֿונען דעם טערמין אין פּױלישע דאָקומענטן פֿון 1649, אַז די פֿאַרדראָסענע אױף די אוקראַיִנישע קאָזאַקן פּױלישע שליאַכטיטשעס, װאָס האָבן זיך ערשט אַרױסגעשטעלט קעגן די מאַגנאַטן און שפּעטער אױך קעגן דער צענטראַלער רעגירונג, פֿלעגן רופֿן די אוקראַיִנישע קאָזאַקן הײַדאַמאַקעס, דהײַנו גזלנים.

אַזױ זעצט זיך דאָס װאָרט איבער פֿון אַראַביש־אָטאָמאַניש אָדער אָטאָמאַניש־אַראַביש, און דער טערמין איז אַרײַן אין פּױליש, און דערנאָך, שױן אינעם 18טן יאָרהונדערט, זײַנען די קאָזאַקן שױן נישט געװען אַקעגן דעם, אַז מע זאָל זײ רופֿן הײַדאַמאַקעס, װײַל זײ, נאָך אַ מאָל, האָבן אָנגעהױבן זיך אַרױסצושטעלן אַקעגן דער פּױלישער רעגירונג. דאָס איז װאָס שײך דער טעמע.  

“די ייִדישע סײמיקעס»

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס שײך די פֿאַרלאַנגען און בכלל דעם שטאַנד פֿון די קאָזאַקן אָדער אוקראַיִנישע פּױערים, פֿון דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג אין די קאַנטן פֿון הײַנטצײַטיקער אוקראַיִנע, װאָס דאַרף מען פֿאַרשטײן? װי איז געװען דער מצבֿ און, בפּועל־ממש, װאָס האָט פֿאַרשאַפֿן דעם אױפֿשטאַנד?

טאַראַס טשוכליב׃ דער פּױערישער שטאַנד אױף דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע איז געװען, אַזױ צו זאָגן, דער סאַמע פֿאַרשפֿלטער, װײַל, אַפֿילו אַז מע רעדט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, װאָס האָט געהאַלטן אַ געװיסן טײל, בפּױל־ממש, באַװױנער פֿון אוקראַיִנע, אַפֿילו די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט געהאַט אירע פֿאָרשטײער אין אירע סײמען. אין די סײמען, אַזױ צו זאָגן, ייִדישע, אַזױ האָבן זײ געהײסן, «ייִדישע סײמיקעס», און דערנאָך האָבן די ייִדישע סײמיקעס דעלעגירט זײערע פֿאָרשטײער צום סײם פֿון די פֿיר לענדער.

װאָרן די באַפֿעלקערונג פֿון דער פּױליש־ליטװיש־רוטענישער מלוכה, און איצט, אױב מע רעדט פֿונעם 17-18טן יאָרהונדערט, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַשטאַנען פֿון אַזעלכע לענדער׃ פֿונעם אוקראַיִנישן לאַנד, דהײַנו קיִעװער און ברעסלעװער, װאָס האָבן אױך כּולל געװען הײַנטצײַטיקע טשערקאַסער געגנט, װיניצער געגנט, אױך זײַנען דאָס די קאַנטן פֿון הײַנטצײַטיקער מערבֿ־אוקראַיִנע, אױך די קאַנטן פֿון קלײן־פּױלן, איז דאָס לאַנד געװען ייִדיש, און ס’איז אױך געװען לאַנד אין גרױס־פּױלן. אױטאָנאָמישע ייִדישע שטחים, װאָס האָבן דעלעגירט זײערע פֿאָרשטײער אין זײערע סײמען, זײערע פּאַרלאַמענטן דורך סײמיקעס.

“אוקראַיִנישע פּױערים האָבן נישט געהאַט אַזעלכע רעכט, פּאָליטישע רעכט האָבן אוקראַיִנישע קאָזאַקן געהאַט»

און דװקא דאָס האָבן די פּױלישע מלכים דערלױבט, פֿון סטעפֿאַן באַטאָריִיען און סיגיזמונד III, דהײַנו פֿון בערך די 1580ער ביז דער צװײטער העלפֿט 18טן יאָרהונדרט האָבן ייִדישע פּױערים דורך זײערע קהלים, דורך זײערע פּרנסים – זײ האָבן געהאַט זײערע נעמען, די זאַכן שטײען בײַ מיר ערגעץ־װוּ געשריבן, װײַל איך האָב דערױף אָנגעשריבן נישט אײן אַרטיקל…

בפּועל־ממש האָבן זײ געהאַט פּאָליטישע רעכט. די אוקראַיִנישע פּױערים האָבן נישט געהאַט אַזעלכע פּאָליטישע רעכט, פּאָליטישע רעכט האָבן געהאַט די אוקראַיִנישע קאָזאַקן, װאָס האָבן ביז 1711-1712 פֿון 1648-1649 אױפֿגעשטעלט זײערע קאָזאַקישע – מיר רופֿן זײ אוקראַיִנישע – מאַכטאָרגאַנען, װײַל ס’איז געװען קאָזאַקישע אוקראַיִנע. יאָ, זי האָט געהײסן אוקראַיִנע־מלוכה, אָדער אוקראַיִנע, אָדער קאָזאַקן־לאַנד – אַזױ פֿלעגט מען זי רופֿן אין אײראָפּע, אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, אין זעלבן פּױלן.

איז, אַ סך פּױערים זײַנען געװאָרן קאָזאַקן, און דערפֿאַר, אַז זײ האָבן זיך «פֿאַרקאָזאַקעט», האָבן זײ געהאַט פּאָליטישע רעכט. אָבער דער מצבֿ בײַט זיך שאַרף אין 1711-1712, װײַל די מאָסקװער מלוכה, די קומענדיקע רוסישע אימפּעריע פֿון 1721, די אָטאָמאַנישע אימפּעריע און די פּױליש־ליטװישע מלוכה שליסן צװישן זיך דרײַזײַטיקע אָפּמאַכן, למשל אַדריאַנאָפּאָל, קאָנסטאַנטינאָפּאָל – דאָס זײַנען געװען צװײזײַטיקע און דרײַזײַטיקע אָפּמאַכן אַרױסצוטרײַבן די קאָזאַקישע באַפֿעלקערונג פֿון רעכטברעגישער אוקראַיִנע, דהײַנו פֿון די מיזרחדיקע װױעװאָדעשאַפֿטן פֿון פּױליש־ליטװיש-רוטענישער מלוכה. און אָט װערן די קאָזאַקן מיט זײערע פֿרױען אַרױסגעטריבן – זײ האָבן דאָך נישט געװױנט אױף זאַפּאָראָזשער סיטש, זײ האָבן געװױנט צוזאַמען מיט די קינדער, לאָמיר זאָגן, ערגעץ־װוּ אין שװאַרץ־טומאה אָדער אין אַ דאָרף לעבן שװאַרץ־טומאה און אַזױ װײַטער.

אָט װערן זײ אַרױסגעטריבן פֿון רעכטברעגישער אוקראַיִנע, ערך 200 טױזנט – דאָס זײַנען קאָזאַקן, זײערע פֿרױען, קינדער, באָבעס און זײדעס. און דאָס איז סײַ די קאָזאַקישע פּרי, דהײַנו, אױף דער מיטצײַטישער פּאָליטישער שפּראַך די פּאָליטישע פּרי פֿון דעמאָלטיקער רעכטברעגישער אוקראַיִנע, װערט פֿאַרטריבן קײן לינקברעגישער אוקראַיִנע, דהײַנו אונטערן רשות פֿון מאָסקװער קיניגרײַך.

און עס בלײַבן, לױט דער אױסרעכענונג פֿון היסטאָריקער, װאָס האָבן געפֿאָרשט דעם ענין, ערך מיליאָן און נײַן הונדערט טױזנט מער־װײניקער אוקראַיִנישע פּױערים, װאָס זײַנען געקעפּט געװאָרן, װאָרן זײערע משגיחים, זײערע העכערע פּרי זײַנען געװען קאָזאַקן. און עס בלײַבן פּאָליאַקן, ערך 270 טױזנט שליאַכטיטשעס, װאָס האָבן פֿאַרנומען אַלע אָרטיקע מלוכה־רעגירונגען, װױעװאָדע־רעגירונגען אין רעכטברעגישער אוקראַיִנע.

און עס בלײַבט די ייִדישע באַפֿעלקערונג, ערך 200 טױזנט, 220 טױזנט ייִדישע באַפֿעלקערונג, װאָס האָבן אין תּוך גענומען געהאַט פּריװילעגיעס פֿונעם פּױלישן מלך און צוזאַמען מיט דער פּױלישער שליאַכטע אָנגעהױבן… אױב די פּױלישע שליאַכטע האָט פּאָליטיש פֿאַרװאַלט רעכטברעגישע אוקראַיִנע, האָט די ייִדישע, אַזױ צו זאָגן, שליאַכטע, עקאָנאָמיש פֿאַרװאַלט, װאָרן די פּױערים זײַנען ממשיך זיך קעמפֿן, נו, אַזױ צו זאָגן, קומט פֿאָר אַ הונדערט־יעריקע מלחמה במשך דעם גאַנצן 18טן יאָרהונדערט.

אָבער אױב מע קוקט אױף דער צײַט שױן פֿון 1713-1714, זעט מען בפּועל־ממש, אַז די פּױערים נעמען װאָפֿן אין די הענט, און די װאָפֿן פֿאַרלאָזן זײ, אַז סע האָט זיך שױן אָנגעהױבן דער צװײטער, דער דריטער צעטײלן פֿון דער פױליש־ליטװישער מלוכה אין די 1790ער, דהײַנו ערך 80 יאָר, ס’איז אַ גאַנץ לאַנגע צײַט. מע װײסט, אַז אַפֿילו דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט עקזיסטירט 70-80 יאָר.

און עס הײבט זיך אָן קאַמף מיט דער פּױלישער שליאַכטע, אָבער אינעם נאָמען פֿון דער פּױלישער שליאַכטע געװעלטיקט די ייִדישע באַפֿעלקערונג איבער לאַטיפֿונדיעס, איבער מאַגנאַטישע מאַיאָנטקעס, זײ זײַנען לאַנד־רענדאַרן אין רעכטברעגישער אוקראַיִנע. די ייִדישע באַפֿעלקערונג, אָט װאָס איז דערמיט דער ענין? די אוקראַיִנישע פּױערים נעמען קאָסעס אין די הענט, און די ייִדישע רענדאַרן, די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון רעכטברעגישער אוקראַיִנע, פֿון קיִעװער װױעװאָדעשאַפֿט, ברעסלעװער װױעװאָדעשאַפֿט האָבן אין תּוך גענומען נישט געהאַט קײן װאָפֿן, נישט קײן ציל זיך צו קעמפֿן קעגן עמעצן, װײַל זײ האָבן געהאַט פּריװילעגיעס פֿונעם מלך אָדער פֿון די מאַגנאַטן, אָדער פֿון די שליאַכטיטשעס, פֿון זײערע פּריצים, אין די קאַנטן, װוּ זײ זײַנען געװען.

און די אָרטיקע אוקראַיִנישע פּױערים הײבט אָן זײ אױך צו האַלטן פֿאַר זײערע פֿײַנט, אַזױ װי די פּױלישע שליאַכטע.

די פּאָגראָמען

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ װאָס שײך דעם שטאַנד און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָבן זײ זיך געניצט, אױף װיפֿל איך פֿאַרשטײ, מיט די פּריװילעגיעס, און להלכה איז די הױפּט־סיבה פֿון דעם, אַז צו זײ אױך האָט זיך געװענדט דער צאָרן פֿון די אױפֿשטענדלער, ס’איז דער־אָ עקאָנאָמישער מאָמענט. אָדער איז דער רעליגיעזער באַשטאַנדטײל אױך געװען װיכטיק?

טאַראַס טשוכליב׃ דער עקאָנאָמישער, דער פּאָליטישער, דער סאָציאַלער. װײַל מע זעט, אַז עס איז צעשטערט געװאָרן די טראַדיציאָנעלע סאָציאַלע סטראַטיפֿיקאַציע אין רעכטברעגישער אוקראַיִנע.

אַנשטאָט די קאָזאַקישע פּרי אין עקאָנאָמיק, געװעלטיקן די ייִדישע לאַטיפֿונדיסטן, די פֿאָרשטײער פֿון דערפּױלישער שליאַכטע, זײ האָבן פֿון זײ געהאַט אַ כּוח־הרשאה. און אַזױ הײבט זיך אָן אַ קאַמף, װעלכע פּאָליטיזירן גאַנץ אָפֿט אױך מאָדערנע היסטאָריקער, איך האַלט זײ נישט זײער פֿאַר היסטאָריקער, װאָס טראָגן איבער, מאָדערניזירן די געשעענישן פֿון סוף 19טן־אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, אַז סע האָבן זיך אָנהעהױבן פּאָגראָמען אין דער רוסישער אימפּעריע.

אין תּוך גענומען די פּאָגראָמען האָבן אָנגעהױבן רוסישע שװאַרצע הונדערטער, בפּועל־ממש האָט דאָס אוקראַיִנישע פֿאָלק דערמיט גאָר נישט געהאַט צו טאָן, װײַל אַפֿילו די אוקראַיִנישע אױפֿקלערונג־אָרגאַניזאַציע לעבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין קיִעװ, אַז מע רעדט למשל פֿון קיִעװ, איז אױך חרובֿ געװאָרן, דאָס זײַנען געװען פּאָגראָמרן פֿון די רוסישע שװאַרצע הונדערטער. 

און בפּועל-ממש װערן די־אָ השׂגות פֿון אַנטיסעמיטיזם און פּאָגראָמען פֿון סוף 19טן־אָנהײב און דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט, װי באַװוּסט, װערן זײ אַריבערגעטראָגן אױף די 17-18טע יאָרהונדערטער. די געזעלשאַפֿטן, אַזױ צו זאָגן, פֿון מיזרח־אײראָפּע, זײַנען געװען שטאַנדן־געזעלשאַפֿטן, דהײַנו לענדער האָבן געלעבט לױט זײערע שטאַנדן.

און אָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געװען אַ באַזונדערער שטאַנד, זײַט מיר מוחל, לױט די הײַנטצײַטיקע געזעצן, אַז איך װעל זיך אַרױסזאָגן װיסנשאַפֿטלעך, און אין פּױלן רופֿט מען די ייִדן «זשידעס», און לגבי «זשידעס» זײַנען געװען באַשטימונגען אױף יעדן סײם פֿון דער פּױליש־ליִטװיש־רוטענישער מלוכה, כּדי צו נעמען אַ שטײַער דער עיקר פֿון די «זשידעס», כּדי צו נעמען פֿון זײ אַ שטײַער אױף דער מלחמה, ס’איז געװען אַן אַזױ־גערופֿענער שטענדיקער «זשידישער שטײַער» אױף דער מלחמה. האָט די פּױלישע שליאַכטע זיך געקראָגן קעגן די אוקראַיִנישע קאָזאַקן מיט ייִדיש געלט. 

און דאָס איז אײַנגעפֿירט געװאָרן יעדע צװײ יאָר, אױב איר געפֿינט, איז דאָ אַזאַ זאַמלבוך Volumina Legum, דהײַנו אַלע אײַנפֿירן פֿון װאַרשעװער סײמען זײַנען דאָרט געזאַמלט. מע װעט זען, אַז די ייִדן זײַנען געשטאַנען לעבן דער שליאַכטע, און די קאָזאַקן זײַנען נישט געװען קײן שטאַנד, און די אוקראַיִנישע פּױערים זײַנען נישט געװן אָנערקענט װי אַ שטאַנד.

רעליגיעזע מלחמות

װאָרן זײ האָבן זיך געקעמפֿט צו װערן אַ שטאַנד. ס’איז געװען אַ שטאַנד־מלחמה. דערנאָך איז געװען אַ רעליגיעזער געראַנגל, דערפֿון דאַרף מען אױך רעדן.

אַלע געדענקען די באַרטאָלאָמעיִשע נאַכט, למשל, דעם געראַנגל פֿון די גוגענאָטן, פּראָטעסטאַנטן מיט די קאַטױלן און אַזױ װײַטער. אָבער אױך דאָ איז געװען אַ קאַמף, װײַל די אוקראַיִנישע קאָזאַקן זײַנען געװען פּראַװאָסלאַװנע, זײ האָבן זיך דעמאָלט געקעמפֿט מיט די קאַטױלן, און איצט שטײען צו, אַזױ צו זאָגן, צװישן דער שליאַכטע און די קאָזאַקן, סע שטײען אױך צו די ייִדן, װעמענס רעליגיע איז ייִדישקײט. און בפּועל־ממש קען מען דאָס רופֿן רעליגיעזע געשלעגן, אַ רעליגיעזע מלחמה בפֿרט אַז מע רעדט פֿון קאָליִייִװשטשינע.

נו, איך זאָג נישט, אַז די אוקראַיִנישע צערקװע איז דעמאָלט געװען אַנטװיקלט, װײַל פֿון 1596 די אַזױ גערופֿענע בריסקער פֿאַראײניקונג האָט צעטײלט די אוקראַיִנישע פּראַװאָסלאַװנע װעלט אױף צװײ גרױסע צערקװעס׃ דער אוקראַיִנישער גריכיש־קאַטױלישער צערקװע – זי האָט דעמאָלט אַנדערש געהײסן – און ס’איז געבליבן די פּראַװאָסלאַװנע צערקװע, ס’איז באַװוּסט. איז, דאָס זײַנען אױך געװען רעליגיעזע מלחמות.

שפּעטער קען מען אױך רעדן פֿון עטנישע מלחמות, װײַל עטנישע מלחמות, זעט מען, קומען פֿאָר אױך הײַנט צו טאָג.

“יעדעס פֿאָלק בױט פֿאַר זיך מיטאָסן און אַנטימיטאָס»

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ רב טאַראַס, נאָך אַ מאָל אַ פֿראַגע װעגן אײַער אָפּשאַצונג און בכלל אײַער געפֿיל לגבי די געשעענישן, נעמלעך װי זײ,בפֿרט די קאָליִייִװשטשינע און בכלל דאָס גאַנצע הײַדאַמאַקערײַ, האָבן באַװירקט די שטעלונג צו די ייִדן און די אוקראַיִניש־ייִדישע באַציִונגען אין גאַנצן? װי גענױ האָט דאָס זײ אױסגעפֿורעמט, װעלכע גרעסטע מיטאָסן קענט איר אפֿשר אַרױסהײבן, אױב זײ זײַנען דאָ, אַװדאי?

טאַראַך טשוכליב׃ אַװדאי און אַװדאי זײַנען זײ דאָ, יעדעס פֿאָלק בױט פֿאַר זיך מיטאָסן און אַנטימיטאָסן, װײַל ס’איז דאָ אַ שטענדיקער קאַמף צװישן מיטאָלאָגיעס פֿון פֿאַרשײדענע לענדער. ס’איז דאָ היסטאָריאָגראַפֿיע, ס’איז דאָ היסטאָרישע װיסנשאַפֿט, ס’איז דאָ נאַציאָלנאַלער זכּרון, און בפּועל־ממש װאָס שײך דעם זעלבן פֿאַרנעם פֿון אומאַן אין 1768, ס’איז פּונקט אין יוני אין די-אָ טעג, טאָ די ייִדן רופֿן אים, און זײ רופֿן אים לפֿי־יושר «אומאַנער שחיטה». די פּאָליאַקן רופֿן אים אױך יושרדיק «אומאַנער שחיטה», כאָטש ס’איז געװען אַ מיליטערישער קאַמף. די פּאָליאַקן צוזאַמען מיט די ייִדן האָבן אױף די מױערן פֿון אומאַנער שלאָס באַשיצט זײער שטאָט, װאָס איז אין תּוך גענומען געװען די קרױנשטאָט פֿון רעכטברעגישער אוקראַיִנע, װײַל דער פּריץ פּאָטאָצקי איז געװען דער קיִעװער װױעװאָדע, דהײַנו בראש גאַנצער קיִערװער װױעװאָדעשאַפֿט, און האָט שטענדיק געװױנט אין אומאַן.

און די קאָזאַקן האָבן אים געשטורעמט, כּדי אים אײַנצונעמען פֿאַר זיך אַלײן. און פּױערים, נישט בלױז קאָזאַקן. און דאָס זײַנען נישט זאַפּאָראָזשער קאָזאַקן, די אמתע, װײַל זאַפּאָראָזשער סיטש האָט זיך אַלײן געקעמפֿט מיט די הײַדאַמאַקעס, דאָס זײַנען די קאָזאַקן, װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן, דעפּאָרטירט קײן לינקברעגישער אוקראַיִנע, דערנאָך זײַנען זײ אַריבער אױף זאַפּאָראָזשער סיטש און זײ זײַנען צוריק אין זײערע דערפֿער, װוּ ס’האָבן נאָך געװױנט זײערע אַלטע עלטערן, װײַל נישט אַלע מאָל זײַנען אַלע דעפּאָרטירט און אַריבערגעזעצט געװאָרן. װײַזט זיך אַזרױס, אַז דער קאָנפֿליקט איז בפּועל־ממש אַזאַ, ער איז אַרײַן אין נאַציאָנאַלן מיטאָס־שאַפֿן פֿון די אַלע פֿעלקער, װאָס זײנען געװען שײך, סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, סײַ פֿונעם פּױלישן פֿאָלק.

למשל איז דער גרעסטער מיטאָס אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע אַזאַ׃ איך האָב געאַרבעט אין פּױלן, אינעם אינסטיטוט פֿון ייִדישע לימודים, איך האָב געפֿאָרשט אױטענטישע ייִדישע דאָקומענטן, ייִדישע פּאָעמעס, אַזעלכע לידער אָנגעשריבן אין פֿאַרשײדענע תּקופֿות, אין תּוך גענומען װי די ייִדן האָבן זיך געקעמפֿט פֿאַר זײערע קאַנטן, פֿאַר זײער אומאַן, און זײ זײַנען «אױסגעהרגעט געװאָרן דורך די אוקראַיִנער, די סאַמע ערגסטע אױף דער װעלט», און «סע זײַנען אױסגעהרגעט געװאָרן 100 טױזנט מענטשן». אין דער אמתן האָבן אין דער צײַט אין גאַנצער קיִעװער װױעװאָדעשאַפֿט געװױנט אַן ערך 25 טױזנט ייִדן, װאָס זײַנען געװען אײַנגערײסטערט – אין דער צײַט איז יעדע 5-7-10 יאָר געװען אַ פֿאָלקסצײלונג, אַרײַננעמענדיק דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי זײ צו באַשטײַערן, און מע האָט קלאָר פֿאַרשריבן, װיפֿל ייִדן סע זײַנען געװען אין סך־הכּול.

זאָגט מען, אַז «מע האָט אױסגעהרגעט 100 טױזנט ייִדן אין אומאַן», נו מע װאָלט נישט געקענט, אַפֿילו װען אַלע ייִדן פֿון קיִעװער װױעװאָדעשאַפֿט, 25 טױזנט, װי מע זאָגט, װאָלטן זיך באַהאַלטן אין אומאַנער שלאָס, װאָלט נישט געװען 100 טױזנט.

אײן מיטאָס אָפּגעלײקנט.

און װיפֿל זײַנען טאַקע אױסגעהרגעט געװאָרן, װיפֿל פּאָליאַקן און ייִדן האָבן זיך מיט װאָפֿן אין די הענט באַשיצט פֿון די אוקראַיִנער, װאָס זײַנען אױך געװען מיט װאָפֿן אין די הענט און דערקעמפֿט, און מיר רופֿן דאָס אָדער «אומאַנער נצחן», אָדער «אײַננעם פֿון אומאַן». אָבער איך, כּדי, אַזױ צו זאָגן, שלום צו מאַכן אין היסטאָרישן זכּרון, װי אַ געשיכטע־דאָקטאָר און פֿאָרשטײער פֿון אוקראַיִנישער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט, װאָלט איך דאָס גערופֿן «אומאַנער טראַגעדיע». 

װײַל דאָס איז געװען אַ טראַגעדיע סײַ פֿאַר די פּאָליאַקן, סײַ פֿאַר די ייִדן אַפּשיטא נאָך איז געװען אַ טראַגעדיע. צוריק גערעדט, למשל מאַקסים זאַליזניאַק און איװאַן גאָנטע האָבן פֿאַרן אײַננעמען אומאַן אַרױסגעשטעלט אַן אולטימאַטום צו פּאָליאַקן, ייִדן און אױך צו גריכישע קאַטױלן, פֿאָרשטײער פֿון דעמאָלטיקער אוקראַיִנישער פֿאַראײן־צערקװע. אױב זײ לײגן אַװעק דאָס געװער און גײען אַריבער אױף דער זײַט פֿון די אױפֿשטאַנדלער, װעלן זײ נישט אױסגעהרגעט װערן. 

אָדער זײ װעלן פּשוט אַרױס פֿון דער שטאָט און גײן ערגעץ־װוּ, װעלן זײ אױך נישט אױסגעהרגעט װערן. אָבער דער מצבֿ האָט זיך אַנטװיקלט אַנדערש, זעט איר דאָך, און דאָס איז אַרײַן אין אַלע היסטאָריאָגראַפֿיעס, װי מע זאָגט, סײַ אין דער פּױלישער, סײַ אין דער אוקראַיִנישער, סײַ אין דער ייִדישער, אָבער ס’איז אַרײַן אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. דהײַנו סע זײַנען דאָ דרײַ פֿאַרשײדענע היסטאָרישע «אמתן».

און דערצו איז אױך דאָ דער מאָסקװער «אמת», װאָרן דאָס מאָסקװער, רוסישע רעגולערע מיליטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע צוזאַמען מיטנ רעגולערן מיליטער פֿון דער פּױליש־ליװיש-רוטענישער מלוכה האָבן צעשלאָגן די קאָזאַקן־אױפֿשטענדלער, זײ אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. פֿון איװאַן גאָנטען האָט מען לעבעדיקערהײט אַראָפּגענומען די הױט. מאַקסים זאַליזניאַקן האָט מען אָנגעשריבן אױפֿן שטערן, אַז ער איז אַ גנבֿ, אַ גזלן, און אים פֿאַרשיקט. ער איז דאָרט אַ ביסל אַנטלאָפֿן, דערנאָך האָט ער זיך געפֿונען צוזאַמען מיט פּוגאַטשאָװס לײַט, ער איז געװען אין סיביר…

מיט אײן װאָרט, זײַנען אַלע אָנפֿירער – װאָרן דער אױפֿשטאַנד האָט געדױערט כּמעט אַ יאָר־אָנדערטהאַלבן, און סע זײַנען געװען נישט בלױז זאַליזניאַק, נאָר ערך 52 מער אָנפֿירער פֿון אוקראַיִנישע אױפֿשטענדלער־מחנות – זײ זײַנען פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורכן רוסישן און פּױלישן מיליטער אין אײנעם..

אַ צװײטע כמעלניצקיס מלחמה?

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ רב טאַראַס דערמאָנט אַזעלכע היסטאָרישע געשטאַלטן, װי איװאַן גאָנטע און מאַקסים זאַליזניאַק. אַ הוץ געשיכטע־לעקציעס, װוּ מע האָט זײ געקענט באַגעגענען, איז אַװדאי דאָ די פּאָעמע «די הײַדאַמאַקעס» פֿון טאַראַס שעװטשענקע. דאָס איז פּונקט אַזאַ רגע, אַז ס’איז שײך זיך צו װענדן צו ליטעראַטור און צו דעם, װי גענױ עס האָט זיך געפֿורעמט דער אוקראַיִנישער מיטאָס פֿון די היסטאָרישע געשעענישן.

מיר האָבן געפֿרעגט די מײנונג פֿון טעטיאַנע נעפּיפּענקאָ, אַן איבערזעצערין, ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלערין, ייִדיש־לערערקע אױף דער סערטיפֿיקאַט־פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים. 

טעטיאַנע נעפּיפּענקאָ׃ דאָס הײַדאַמאַקערײַ איז נישט אײן מאָל אַפֿערגעשטעלט געװאָרן, מע דאַרף אױך אָפּמערקן, אַז סע זײַנען דאָ סתּם גבֿית־עדותן פֿון עדי־ראיה, זײ פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען און פֿאַרשרײַבן, סע זײַנען דאָ אַ רײ, זײ דערמאָנט שפּעטער דער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ.

דובנאָװ האָט בכלל אַ קאַפּיטל, אַ מין מעשׂיות פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון 18-19טן יאָרהונדערט. ער דערמאָנט דאָרט בריװ, אַ מין תּענות, אַז למשל אַ ייִדישער קרעמער צײלט נאָך דעם פֿאַרמאָג, װאָס איז קאַליע , צעבראָכן, אַװעקגעפֿירט, באַראַבעװעט געװאָרן. ער דערמאָנט אױך גבֿית־עדותן װעגן די דערהרגעטע, למשל, די שכנים, װי האָט מען עמעצן אָנגעשלאָגן, דערהרגעט, מזלזל געװען אױף עפּעס אַן אופֿן און אַזױ װײַטער.

עפּעס טשיקאַװעס, װאָס איך האָב געפֿונען. אין דער אמתן פֿאַרגלײַכט שמעון דובנאָװ אַװדאי אַלײן דאָס הײַדאַמאַקערײַ מיט כמעלניצקיס מלחמה. אָבער ס’איז דאָ אַזאַ אַספּעקט, ער װעט אפֿשר קלינגען ציניש, אָבער מע רופֿט עס «די צװײטע כמעלניצקיס מלחמה», װײַל עס איז נישט פּשוט כראָנאָלאָגיש אַזױ, נאָר דערפֿאַר, אַז עס איז אַ מין אױפֿן צװײטן אָרט, דאָס הײסט װײניקער ברײט. אָט למשל שרײַבט דובנאָװ, אַז ס’איז געװען, װי ער שרײַבט, «אַ שאָטן פֿון אָט דער טראַגעדיע», װאָס די ייִדן האָבן איבערגעלעבט בעת באָהדאַן כמעלניצקין. 

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ מיר איז אױך טשיקאַװע צו שמועסן װעגן אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנישער ליטעראַטור, װײַל נאָך אַ מאָל, אַז מע לײגט אַכט אױף «הײַדאַמאַקעס» פֿון שעװטשענקע, קען מען להלכה אָנצײכענען שעװטשענקעס מאַגיסטראַלן נאַראַטיװ פֿאַרן קאַמף, װוּ ער באַרעכטיקט די אוקראַיִנער־הײַדאַמאַקעס, זײַנע הײַדאַמאַקעס אין זײַן אױסטײַטש זײַנען קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהײט און פֿאַרן ריכטיקן.

ניכּר אַז דאָס איז כּלומרשט אַקעגן די ייִדן און די פּאָליאַקן. פֿונעם ליטעראַטור־װיסנשאַפֿלעכן קוקװינקל און בכלל לױט אײַער מײנונג, אױף װיפֿל קען מען דאָס באַקוקן דװקא װי אַנטיסעמיטיזם?

טעטיאַנע נעפּיפּענקאָ׃ אױב מע רעדט מיט הײַנטצײַטיקע קאַטעגאָריעס, מסתּמא קען מען יאָ. נאָר לױט מײַן מײנונג איז דאָס אױך נישט אָפּצוטײלן פֿונעם צײַטקאָנטעקסט. 

אָט לױט אונדזער הײַנטצײַטיקער שטעלונג איז דאָס, בלי-ספֿק, באַרעכטיקונג פֿון גװאַלד. דהײַנו מע קען צוזוכן אַ סך אַטריבוטן און דעפֿיניציעס פֿון דעם, װאָס איז געשען. אױב מע קוקט דורך דער ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלעכער אָפּטיק, איז דאָס אַ מוסטער פֿון אַ ראָמאַנטישן טעקסט פֿון זײַן תּקופֿה.

און דאָ שטײט, אַװדאי, אַז דאָס איז די מאָדאַליטעט פֿון הײליקער מלחמה. ס’איז למשל דאָ דער מאָטיװ פֿון הײליקן מעסערס. דהײַנו אַ סך פֿאָרשער רופֿן אים אַ ספֿקדיקער מאָראַליש־עטישער אַספּעקט פֿון די הײַדאַמאַקעס.

און אין תּוך גענומען, אָט איז דער נאַראַטיװ פֿון דער «הײליקער מלחמה פֿאַר אַלן גוטן, קעגן אַלן שלעכטן». היות מע קעמפֿט «קעגן אַלן שלעכטן», זיכער אַז עס קומט פֿאָר אַזאַ שװאַרץ־װײַסע דיכאָטאָמיע. און אַװדאי באַניצט מען זיך אױך מיט דעם־אָ מאָדוס פֿון הײליקײט, קדושה.

אין תּוך גענומען, איז דאָס נאָך אַזאַ, דאַכט זיך מיר, טיף מיטל-עלטערישער, פֿאַרמיטל־עלטערישער. מע קען ציִען אַ פּאַראַלעל מיט די קרײצקריגן, לפֿי־ערך. די געשיכטע איז זײער בלוטיק און שרעקלעך.

און אין תּוך גענומען, װענדט זיך שעװטשענקע צו דער זעלבער מאָדאַליטעט, װאָס מע קען בלי־ספֿק פֿאַרטײַטשן היסטאָריש, ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלעך. דאָס איז, גראָב געזאָגט, אַ פּראָדוקט פֿון זײַן צײַט, און אַן אין גאַנצן קאָנסטרויִרטער. ס’איז קלאָר, אַז װען מע רעדט פֿון אַ מעגלעכקײט צו פֿאָרשן די היסטאָרישע תּקופֿה מיט אַזאַ ליטעראַרישן, קינסטלערישן באַנעם, קען מען בפּועל־ממש רעדן נאָר װעגן שעװטשענקען אַלײן. 

און דאָס איז דערצו, אַז «הײַדאַמאַקעס» האָט ער אָנגעשריבן אין 1841. דהײַנו אַ לאַנגע צײַט נאָך די געשעענישן אַלײן. ס’איז קלאָר, אַז סע זײַנען דאָ זײער אַ סך אײַנרעדענישן.

אַזױ איז דער צװײטיקער, דריטיקער געדאַנק, געבױטע אױף פֿאָלקלאָרישע באַגריפֿן. 

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ: נישטאָ קײן ספֿק. װאָרן דאָס, װאָס ער באַשרײַבט, למשל, די הריגה פֿון די זין, לדוגמא, דורך גאָנטען. דהײַנו ס’איז קלאָר, אַז דאָס איז נישט געװען, ס’איז אַ היסטאָרישער פֿאַקט. פֿונדעסטװעגן װענדט ער זיך דערצו. דהײַנו ס’איז אַזאַ קינסטלערישער באַנעם. ס’איז בולט, אַז שעװטשענקע האָט מסתּמא געװאָלט אױף אַזאַ אופֿן אַרױסרופֿן מער עמאָציעס און אפֿשר עפּעס מאַניפּולירן דעם פֿאַקט.

טעטיאַנע נעפּיפּענקאָ׃ יאָ. און עס דערמאָנט זיך מיר אױך אין דער אמתן. מרת אָקסאַנאַ זאַבוזשקאָ האָט דערװעגן געשריבן, אַז דער מאָטיװ פֿון דער «הײליקער מלחמה» און אין דער זעלבער צײַט אַזאַ בלוטיקע געשיכטע פֿון גװאַלד, אַזאַ קאָנצענטראַציע פֿון גװאַלד אין די רעמלעך פֿון אײן טעקסט, אַז זי לײענט זיך, אַז קריגנדיק זיך כּלומרשט מיטן בײזן, אױסקלײַבנדיק דעם װעג פֿון גװאַלד, כּלומרשט די «פֿאָלקס־נקמה־נעמער», די הײַדאַמאַקעס, בלי־ספֿק אין אַ געװיסן מאָמענט פֿאָלקס־העלדן, לױט אײנער פֿון די אינטערפּרעטאַציעס, װערן כּלומרשט ענלעך צום בײזן, דאָס בײזס ציט זײ צו, גײט אַריבער אױף זײ, און אַזױ מאַכט זיך אַזאַ קײט פֿון בלוטיקע געשעענישן.

יעליזאַװעטאַ צאַרעהראַדסקאַ׃ אַגבֿ װיל איך זיך אױך װענדן צו ציטירן װיקטאָר נעבאָראַקן, ער האָט זײער אַ טשיקאַװען אַרטיקל, אַ זײַל אױף «זברוטש» אַזש פֿון 2014, זי הײסט אַפֿילו «הײַדאַמאַקעס־2014». בדרך־כּלל איז דאָס אַן אַנאַליז פֿונעם הײַדאַמאַק, אָבער באַנעמענדיק די געשעענישן פֿון דער װערדע־רעװאָלוציע, און דאָרט גיט ער אַװדאי זײַן אײגענע אָפּטיק, איך װעל זיך נישט פֿאַרטאָן דערין, אָבער ס’איז שײך די הײַדאַמאַקעס אַלײן און דעם, װי װיקטאָר נעבאָראַק קוקט אָן שעװשטענקען און זײַן באַנעם.

איך ציטיר׃ «שעװטשענקעס סימפּאַטיעס זײַנען אָן שום ספֿק אױף דער זײַט פֿון די הײַדאַמאַקעס, כאָטש ער דריקט אױס חרטה לגבי זײער אַכזריות». און װײַטער שטײט דער קאַפּיטל «הופּאַלאָשאַפֿט», װוּ סע זײַנען דאָ אַזעלכע שורות׃ «אַזאַ צער אין אוקראַיִנע, אינעם לאַנד אין גאָרן, פֿאַר װאָס, ערגער פֿון גי־הינום, זײַנען לײַט געשטאָרבן? זעלבער טאַטע, זעלבע קינדער. לעבט זשע, זײַט חבֿרים. נײן, איר װילט נישט, נײן, איר קענט נישט, ברידער, זײַן אין אײנעם».

נאָך אַ מאָל, מיר גײט נישט מצדיק צו זײַן די הײַדאַמאַקעס, מיר גײט נישט מצדיק צו זײַן שעװטשענקען, װײַל ער שרײַבט די פּאָעמע גאַנץ יונגערהײט, שפּעטער זײַנען זײַנע דעות זיך געביטן, און דאָס אױך איז דאָקומענטירט אין אַ בריװ, װעגן װעלכן איך װעל שפּעטער עפּעס זאָגן. פֿונדעסטװעגן, רעדנדיק דװקא פֿון ייִדישער ליטעראַטור און איר אַנטװיקלונג בשעת הופּאַלאָ־יאָרן. צי קען מען בכלל, אַחוץ דעם, װאָס איר האָט שױן דערמאָנט, אָפּשפּיגלען און װײַזן אַ בילד, װי האָט זיך בכלל אַנטװיקלט דער שריפֿט? װײַל מע פֿאַרשטײט דאָך, אַז סע זײַנען געװען געװיסע לעבנס־באַדינגונגען, אין װעלכע די ייִדן האָבן געלעבט, זיך געפֿורעמט און זיך פֿאַרנומען מיט זײערס.

אַ פּנים איז דאָס געװען אַרבעט, דאָס זײַנען געװען רעכט, עפּעס פּריװילעגיעס פֿון דער פּױלישער שליאַכטע, פֿונעם פּױלישן מלך. פֿונדעסטװעגן, װאָס איז געשען דװקא מיט דער ליטעראַטור? אױף װעלכן עטאַפּ איז זי געװען? און בכלל װוּ זײַנען געבליבן דערמאָנונגען דערפֿון? אױף װעלכער שפּראַך? איך בין מעשר, אַז אױף ייִדיש.

טעטיאַנע נעפּיפּענקאָ׃ נו, אין תּוך גענומען, אױף ייִדיש אױך.

אָט אין דער אמתן, אַז מע רעדט פֿון אַ ליטעראַרישן דעקן פֿון קאָליִייִװשטשינע, פֿירט זי אונדז צװישן אַנדערן צו זײער אַ טשיקאַװער טעמע. ס’איז די המשכדיקײט פֿון דער מאַרטיראָלאָגישער ליטעראַטור, די המשכדיקײט פֿון מאַרטיראָלאָגיע אין ייִדישער ליטעראַטור. דאָס זײַנען אַזעלכע טעמעס װי קידוש־השם, עינויִ, דער אומקום פֿון אומשולדיקע נפֿשות…

אַזױ קען מען דאָס כאַראַקטעריזירן. דער ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלער דוד ראָסקיס האָט זײער אַ גוטע, דאַכט זיך מיר, אַנטאָלאָגיע, מע קען אַזױ זאָגן, The Literature of Destruction, «די ליטעראַטור פֿון חורבנות», ליטעראַטור פֿון חורבֿות, װוּ ער באַשרײַבט כראָנאָלאָגיש נאָכאַנאַנדיק אַלע טעקסטועלע ליטעראַרישע באַװײַזן פֿון ייִדישער ליטעראַטור, פֿון דער צײַט פֿון חורבן־הבית ביז, אין תּוך גענומען, דעם חורבן. און עס געפֿינט זיך, אַזױ צו זאָגן, אין יעדן יאָרהונדערט, אױף יעדע צװײ־דרײַ יאָרהונדערטער, עפּעס אַ גרױסע קאַטאַסטראָפֿע, אַ גרױסע טראַגעדיע. למשל, גירוש ספֿרד, כמעלניצקישאַפֿט, װעגן הײַדאַמאַקערײַ איז אַגבֿ נישטאָ קײן װאָרט. אַז איר האָט געזאָגט פֿון דעם פּאָדקאַסט, האָב איך זיך תּיכּף געװענדט צו דער אַנטאָלאָגיע, און װעגן קאָליִייִװשטשינע איז נישטאָ קײן װאָרט, און דאָס, װאָס איז בכלל באַשריבן גשװאָרן דורך ראָסקיסן װעגן פּױלן, װי ער רופֿט דאָרט ייִדישע באַפֿעלקערונג, איז דאָס באַגרענעצט אױסשליסלעך מיט באָהדאַן כמעלניצקין. אָבער ס’איז נישט מאָדנע, װײַל דאָס איז די צענטראַלע שליסל־געשעעניש די מיטלעלטערישע.

די פּובליקאַציע איז צוגעגרײט געװאָרן אין די רעמלעך פֿון אַ פּאַרטנער־פּרױעקט מיט אונעסקאָ מיט פֿינאַנציעלער שטיץ פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. איר תּוכן איז אַן אױסשליסלעך אַחריות פֿון הראָמאַדסקע ראַדיאָ און שפּיגלט לאַװ־דװקא אָפּ די שטעלונג פֿון אונעסקאָ און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. 

При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту

Поділитися