Аудіоплеєр

Готово до відтворення прямого ефіру.

--:--
--:--

„דער אַקצענט ליגט ניט נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין די פּאָגראָמען, נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין בכלל איינער דעם אַנדערן“

מיר רעדן מיט לעאָניד פֿינבערג, מיטגרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“, וועגן דעם בוך „אַ יאָרהונדערט פֿון בײַזײַן“, און וועגן דעם, פֿאַר וואָס ס׳איז געווען וויכטיק פֿאַרן פֿאַרלאַג צונויפֿצושטעלן אַן אַנטאָלאָגיע, וווּ מע ווײַזט די ייִדישע וועלט — אָבער דווקא אין דער פּראָזע פֿון אוקראַיִנישע שרײַבער.

„דער אַקצענט ליגט ניט נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין די פּאָגראָמען, נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין בכלל איינער דעם אַנדערן“
Додати Громадське радіо як бажане джерело в Google
--:--
--:--
Відкрити аудіофайлВідкриває вихідний аудіофайл у новій вкладці.

„כּמעט אַלע סטערעאָטיפּן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרבעטן נאָך הײַנט…“

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וויכטיק איז דאָס דאָזיקע בוך פֿאַר דער דאָזיקער סעריע עפּיזאָדן אויך דערפֿאַר, וואָס דאָ זײַנען צונויפֿגעזאַמלט ווערק פֿון די 1880ער–1930ער יאָרן. פֿאָרויס וואַרט אונדז אַן אינטערעסאַנטער שמועס, אָבער איידער מיר הייבן אָן, וועל איך זיך דערוועגן צו ציטירן פּאַן לעאָניד — ווערטער, מיט וועלכע עס לוינט זיך, לויט מיר, אָנצוהייבן די באַטראַכטונגען אויף דער טעמע, און צו וועלכע עס לוינט זיך סוף־כּל־סוף אויך צו דערגיין: „דער אַקצענט ליגט ניט נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין די פּאָגראָמען, נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין בכלל איינער דעם אַנדערן“.

פּאַן לעאָניד, אַז מע רעדט בכלל וועגן דער טעמע פֿון פּאָגראָמען, און ווי אַזוי זי איז פֿאָרגעשטעלט אין דער ליטעראַטור, און וואָס מע קען וועגן דעם לייענען, דאַכט זיך מיר, אַז דאָס ערשטע, וואָס קומט אויפֿן זינען, איז דער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“. און, למעשה, איר זײַט דאָ, אין דער סטודיע, ווי אַ מענטש, וואָס האָט גלײַך בײַגעטראָגן, אַז די דאָזיקע טעמע זאָל אַזוי צי אַנדערש באַלויכטן און פֿאָרגעשטעלט ווערן — אין די הײַנטיקע אויסגאַבעס, מיין איך.

רעדנדיק וועגן אײַער אָפּשאַצונג און אײַער בליק: וויפֿל איז די טעמע פֿון פּאָגראָמען באַלויכטן אין דער קונסט, וויפֿל קענען מיר זיך וועגן איר דערוויסן?

לעאָניד פֿינבערג: מיר קענען זיך דערוויסן צען מאָל מער ווי אין די סאָוועטישע צײַטן. די הויפּטזאַך איז, אַז קאָנצעפּטועל שטעלן מיר זי פֿאָר אַנדערש. ווײַל די סאָוועטישע צײַטן זײַנען געווען ספּעציפֿיש, און כּמעט אַלע סטערעאָטיפּן, וואָס זײַנען דעמאָלט געשאַפֿן געוואָרן, אַרבעטן נאָך הײַנט, אָבער לויט אונדזערע כּוחות פּרוּוון מיר זיי באַקעמפֿן.

ס׳איז אמת, אַז מיר זײַנען די פֿירנדיקע אינסטיטוציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער טעמאַטיק פֿון ייִדישער געשיכטע, פֿון ייִדיש־אוקראַיִנישע באַציִונגען. און מיר האָבן אין דער צײַט עפּעס אויפֿגעטאָן — אַרום 150 ביכער. און פֿאַר מיר, ווי פֿאַרן פֿירער פֿון אַזאַ צענטער, איז זייער וויכטיק די ברירה: וועלכע ביכער פּונקט מיר קענען צוגרייטן און אַרויסגעבן.

„די סאָוועטישע אידעאָלאָגן, און הײַנט — די רוסישע, פּרוּוון פֿאָרשטעלן די מלחמה ווי די פֿרייד פֿונעם נצחון…“

דאָ איז פֿאַראַן אַ געוויסע סטראַטעגיע. צו ערשט האָבן מיר געדאַרפֿט — און דערמיט האָבן מיר אָנגעהויבן — האָבן מיר געדאַרפֿט דערציילן וועגן חורבן, ווײַל אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען די טעמע אין אַ היפּשער מאָס פֿאַרשוויגן, ווי אויך בכלל די טעמע פֿון דער טראַגיק פֿון דער מלחמה.

און די סאָוועטישע אידעאָלאָגן, און הײַנט — די רוסישע, פּרוּוון פֿאָרשטעלן די מלחמה ווי די פֿרייד פֿונעם נצחון, ווי אַ נצחון איבערן שׂונא. און ווי מיר זעען, זײַנען זיי ביסלעכווײַז אַליין געוואָרן דער שׂונא, ביסלעכווײַז זײַנען זיי געוואָרן די ראַסיסטן, פֿאַשיסטן, וואָס זיי זײַנען הײַנט. און אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען יעדע טעמע, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אַ טראַגעדיע, פֿאַרשוויגן.

דערפֿאַר איז לאַנגע צײַט ניט געווען קיין דענקמאָל אין באַבי־יאַר, און דערנאָך, ווען ער איז שוין יאָ געווען, איז ער געווען עפּעס אַ פֿאַרקרימטער, אָן שום סימנים, אַז דאָס איז אַ ייִדישע טראַגעדיע. און ערשט אין דער תּקופֿה פֿון דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע האָט מען אויפֿגעשטעלט דעם דענקמאָל „מנורה“, און לויט אונדזערע כּוחות האָבן מיר אָנגעהויבן דרוקן טעקסטן, אמתע טעקסטן וועגן חורבן.

דאָ האָט אַ גרויסן זכות מײַן קאָלעגין, וואָס איז שוין אַוועק אין דער אייביקייט, זשאַנאַ מיכײַליוונאַ קאָוובאַ, וואָס האָט דורכגעפֿירט אַזעלכע עקספּעדיציעס, מערסטנס איבער מערבֿ־אוקראַיִנע, און פֿאַרשריבן עדות־זאָגונגען — ערשטנס, וועגן די טראַגעדיעס, וואָס זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען, און צווייטנס, וועגן סאָלידאַריטעט און וועגן ראַטעווען ייִדן אין פֿאַרשידענע דערפֿער און שטעטלעך.

דאָס איז אויך געווען צום ערשטן מאָל, ווײַל ווידער — אין די סאָוועטישע צײַטן איז דאָס געווען אַ טאַבו. נאָך דער טעמע פֿון חורבן האָבן מיר ביסלעכווײַז אָנגעהויבן דרוקן ביכער וועגן דער ייִדישער געשיכטע, וועגן אוקראַיִניש־ייִדישע באַציִונגען. מערסטנס זײַנען דאָס געווען איבערזעצונגען, ווײַל כּדי עס זאָלן זײַן קוואַליפֿיצירטע אַרבעטן פֿון אונדזערע היסטאָריקער, האָט מען געדאַרפֿט צײַט, מע האָט געדאַרפֿט אויסאַרבעטן די דאָזיקע קאָנצעפּטן, מע האָט געדאַרפֿט דורכפֿירן געוויסע דיסקוסיעס.

אויף דעם זײַנען אַוועק צענדליקער און צענדליקער יאָרן. און ערשט, אפֿשר, הײַנט קען איך זאָגן — און דאָס באַטרעפֿט ניט נאָר די ייִדישע געשיכטע, נאָר אויך די אוקראַיִנישע — אַז ס׳איז אויפֿגעקומען אַ גאַנצע פּלעיאַדע היסטאָריקער פֿון וועלט־פֿאָרמאַט, וואָס ווערן סײַ גוט געדרוקט אין אוקראַיִנע, סײַ מע קען זיי אויף דער וועלט.

אין דעם זעלבן קאָנטעקסט האָבן מיר אין זײַן צײַט אַרויסגעגעבן עטלעכע לערנביכער פֿאַר שולן — וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, וועגן דער ייִדישער קונסט.

ס׳איז געווען אַ ביסל אַ קאָמישע סיטואַציע. ס׳איז צו מיר געקומען אַ דאַמע, וואָס לערנט געשיכטע אין אַ ייִדישער שול לויט אַ לערנבוך אויף רוסיש, וואָס האָט געהייסן „די געשיכטע פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע“. זאָגט זי: לאָמיר איבערזעצן דאָס בוך אויף אוקראַיִניש.

איך האָב אַ קוק געטאָן אויף דעם בוך און געזען, אַז האַלב דערפֿון איז, פֿאַרשטייט זיך, ביבלישע געשיכטע. נאָך אַ טייל — די געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן. וועגן אוקראַיִנע זײַנען דאָרט געווען נאָר דער חורבן און די בייליס־אַפֿערע. צו יענער צײַט האָבן מיר שוין געהאַט אַ היפּשע צאָל אייגענע ביכער, און איך האָב געזאָגט: ניין, אַזוינס וועלן מיר ניט טאָן. און מיר האָבן געשאַפֿן, אויפֿן סמך פֿון אונדזערע פֿאָרשונגען, פֿון אונדזערע פּובליקאַציעס, אַזאַ בוך וועגן ייִדישער געשיכטע.

אין אוקראַיִנע זײַנען הײַנט פֿאַראַן אַ ריי שולן, וווּ מע לייענט, מע לערנט עס פֿאַקולטאַטיוו. ס׳זײַנען אויך פֿאַראַן אוקראַיִניש־ישׂראלדיקע שולן, און דאָרט לערנט מען זיי ווי לערנביכער. נאָך אַ סעריע ביכער אונדזערע — דאָס זײַנען אָט די ביכער, פֿון וועלכע איך האָב אײַך געבראַכט עטלעכע, — „אַ יאָרהונדערט פֿון בײַזײַן“.

אָבער דאָס זײַנען אַזעלכע אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע, מיט בריליאַנטע מחברים, וווּ זי איז געווען די שטאַרקסטע. און דערנאָך שוין אונדזער אייגענער פּראָדוקט — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע.

איבערזעצונגען פֿון העברעיִש, ייִדיש, פּויליש, רוסיש, אוקראַיִניש. דאָס איז אויך אַזאַ פֿענאָמען, וואָס מיר האָבן באַצייכנט. בעצם איז דאָס געווען איין געמיינשאַפֿט: די גרענעצן האָבן זיך דאָרט געביטן, אָבער דאָס איז געווען אַ ייִדישע געמיינשאַפֿט אויף דעם דאָזיקן שטח.

און מיט אַ זייער שטאַרקער ליטעראַטור. צוויי פֿון די שרײַבער — שמואל עגנון און יצחק באַשעוויס־זינגער — זײַנען געוואָרן נאָבעל־לאַורעאַטן. און זייערע טעקסטן געפֿינען זיך אין אָט דער אונדזער אַנטאָלאָגיע.

און דאָס דאָזיקע בוך — „אַ יאָרהונדערט פֿון בײַזײַן“ — איז אויך אַ טעמע, וואָס מע האָט פֿאַרשוויגן אין די סאָוועטישע צײַטן. וועגן דעם, אַז ס׳איז געווען אַ גאַנץ גוטע אוקראַיִנישע ליטעראַטור, וואָס איז געווען סאָלידאַריש מיט די ייִדישע קהילות. וואָס האָט געגעבן זייער גוטע טעקסטן, וואָס האָבן דערציילט וועגן די פּראָבלעמען, אָפֿט טראַגישע פּראָבלעמען, פֿון דער ייִדישער קהילה, און זיך סאָלידאַריזירט מיט זיי.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אָט, בפֿרט, אַז מע רעדט וועגן „אַ יאָרהונדערט פֿון בײַזײַן“ — אָט דער ייִדישער וועלט אין דער אוקראַיִנישער קורצער פּראָזע — רעדן מיר דווקא וועגן די 1880ער–1930ער יאָרן, דווקא וועגן דעם דאָזיקן צײַט־אָפּשניט.

לעאָניד פֿינבערג: יאָ, אָבער אין דער אמתן איז פֿריִער כּמעט גאָרניט געווען. די דאָזיקע קהילות האָבן געלעבט גאַנץ איזאָלירט. און די אוקראַיִנישע וועלטלעכע שריפֿטלעכקייט איז אויך נאָך ניט געווען זייער אַנטוויקלט. דאָס אַלץ איז נאָך געווען פֿאָרויס. די ייִדישע איז מערסטנס געווען אויף העברעיִש, וואָס איז געווען ניט צוגענגלעך פֿאַרן אוקראַיִנישן לייענער. און נאָך, און נאָך, און נאָך. אָבער דאָס דאָזיקע בוך איז ביז די 30ער יאָרן, און אין די קומעדיקע יאָרן, בפֿרט שוין אין די 60ער, 70ער, און ווײַטער, זײַנען געווען זייער אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע ווערק — אוקראַיִנישע און ייִדישע, און אוקראַיִניש־ייִדישע.

אַ וויכטיקער שטויס צו קעגנזײַטיקן פֿאַרשטענדעניש זײַנען געוואָרן די דיסידענטישע קאָנטאַקטן.

און מיר האָבן איצט אַרויסגעגעבן, דאַנק דעם פּראָיעקט פֿון אונעסקא* צו שטיצן די ייִדישע קולטורן, אַ בוך וועגן אוקראַיִניש־ייִדישע באַציִונגען אינעם גולאַג. דאָס האָט צוגעגרייט אונדזער מיטאַרבעטערין יוליאַ קראַווטשענקאָ. און איך וועל אײַך מיט פֿרייד שענקען דאָס דאָזיקע בוך, עס איז זייער וויכטיק.

* אַ פּראָיעקט פֿון אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין, „אָפּהיטן די ייִדישע דאָקומענטאַלע ירושה פֿון אוקראַיִנע, אָפּגעבן כּבֿוד דעם קאָלעקטיוון זכּרון, פֿאַרברייטערן דאָס וויסן און דעם צוטריט צו די אַרכיוון און פֿאָרדערן דעם צווישנקולטורעלן דיאַלאָג“, און דער פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט פֿון דער קיִעוו־מאָהילאַ־אַקאַדעמיע „ייִדישע ירושה אין אוקראַיִנע: אינטערדיסציפּלינאַרע רעפֿלעקסיעס דורכן פּריזמע פֿון אַרכיוו־דאָקומענטן, קולטור, געשיכטע און ליטעראַטור“

ווײַל דווקא דעמאָלט האָבן זיך אָנגעהויבן די קאָנטאַקטן צווישן האָרבאַל און גלוזמאַן, סוויטליטשני און זיסעלס, און אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער. דאָס דאָזיקע בוך — עס איז גאַנץ גרויס — דערציילט סײַ וועגן די קאָנטאַקטן, סײַ וועגן דעם בריוו־וועקסל, סײַ וועגן דער סאָלידאַריטעט, און נאָך, און נאָך, און נאָך. די דאָזיקע מענטשן האָבן אויסגעטראָטן דעם וועג, מיט וועלכן ס׳זײַנען שוין געגאַנגען די קומעדיקע דורות.

צי ניט די קומעדיקע דורות, נאָר ייִנגערע מענטשן — שוין אין די 90ער יאָרן און אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט.

„דער אַקצענט ליגט ניט נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין די פּאָגראָמען. דער אַקצענט ליגט אויפֿן פֿאַרשטיין בכלל איינער דעם אַנדערן“

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך בכלל, ווען איך הייב אָן טראַכטן, בפֿרט, וועגן אָט דער געשיכטע פֿון די אוקראַיִניש־ייִדישע באַציִונגען — און דווקא אין אַזאַ מאַסשטאַב טראַכטן מיר וועגן דער טעמע פֿון פּאָגראָמען — פּרוּוון מיר פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די דאָזיקע באַציִונגען האָבן זיך געשאַפֿן, ווי אַזוי אויף דעם דאָזיקן שטח, אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע, האָבן אין פֿאַרשידענע היסטאָרישע תּקופֿות געלעבט מענטשן, ווי אַזוי זיי האָבן געהאַט צו טאָן איינער מיטן אַנדערן, אונטער וועלכע כּללים זיי האָבן געלעבט, אין וועלכע ראַמען די אָדער יענע אימפּעריעס האָבן זיי געשטעלט. און פֿאַרשטייט זיך, ווען דו פּרוּווסט דאָס רעקאָנסטרויִרן און רעדן מיט היסטאָריקער, איז דאָס איין בליק־ווינקל.

און גאָר אַנדערש איז, ווען דו ווענדסט זיך דווקא צו דער שיינער ליטעראַטור און פּרוּווסט פֿאַרשטיין: נו, צו וועמען זאָל מען זיך וואַרפֿן און וועמען זאָל מען לייענען. מיר האָט זיך געדאַכט — אָבער ווידער, דאָס איז אינגאַנצן מײַן סוביעקטיווער בליק, — אַז אַזאַ ברייטע פּאָפּולאַריזאַציע, אָדער נעמען, וואָס קומען דיר גלײַך אויפֿן זינען, — נו, זיי זײַנען גאָר ווייניק. הייסט עס, און אַפֿילו די — דאָס זײַנען באַרימטע שרײַבער, נו, ווער דען: שלום־עליכם און איסאַק באַבעל — דאָס זײַנען די ערשטע, וואָס קומען אונדז בכלל אויפֿן זינען, ווען מיר רעדן דווקא וועגן ייִדישע שרײַבער.

און אָט האָב איך, אַרײַנגייענדיק אויף וועבזײַטלעך און זוכנדיק, וואָס מע קען לייענען, געפֿונען אַ וווּנדערלעך בוך — „דער קנעכט“ און „שאָשע“ פֿון זינגער, וווּ, למעשה, אינעם היסטאָרישן ראָמאַן „דער קנעכט“ דערציילט מען וועגן די לײַדן און וואַנדערונגען פֿון אַ ייִד אין דער קאַרפּאַטישער אוקראַיִנע, פּונקט פֿון די כמעלניצקי־צײַטן און אַזוי ווײַטער. און דאָס, ווי איך פֿאַרשטיי, איז געשריבן געוואָרן אין 1962. איך נעם אָן, אַז דאָס איז געווען אַ יאָר, וואָס האָט, מסתּמא, אויף ווײַטסטן ניט געשטיצט די פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דער דאָזיקער טעמע.

לויט אײַער מיינונג — הײַנט, פֿון דעם, וואָס מיר קענען אויסטיילן — אויף וועלכע ווערק לוינט זיך זיכער צו ווענדן אויפֿמערקזאַמקייט, כּדי זיך אַליין צו דערקלערן אָט די דינאַמיק, די ספּעציפֿיק פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון די אוקראַיִניש־ייִדישע באַציִונגען? אויב צו רעדן וועגן דער שיינער ליטעראַטור — וועלכע ווערק וואָלטן דאָס געווען?

לעאָניד פֿינבערג: נו, איר שטעלט מיר אַ גאַנץ שווערע פֿראַגע. איך קען הײַנט אָנרופֿן צענדליקער אַזעלכע ביכער. אָבער דער אַקצענט ליגט ניט נאָר אויפֿן פֿאַרשטיין די פּאָגראָמען. דער אַקצענט ליגט אויפֿן פֿאַרשטיין בכלל איינער דעם אַנדערן. סײַ די ייִדישע ליטעראַטור פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, סײַ די אוקראַיִנישע ליטעראַטור — דאָס זײַנען גאַנץ שטאַרקע ליטעראַטורן, און מע האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף אוקראַיִניש, פֿון אוקראַיִניש אויף ייִדיש צענדליקער און צענדליקער גרונטיקע ביכער.

צוגלײַך וויל איך ניט אָפּטרעטן פֿון אײַער פֿראַגע. פֿאַרשטייט זיך, אַזעלכע גאַנץ שטאַרקע טעקסטן וועגן פּאָגראָמען זײַנען געווען ניט אַזוי פֿיל אין דער שיינער ליטעראַטור, ווי אין דער פּובליציסטיק. מערסטנס איז דאָס פֿאַרבונדן מיטן בייליס־פּראָצעס, דעם באַרימטן פּראָצעס.

דעמאָלט האָט די גאַנצע וועלט געקוקט, ווי אין דעם דאָזיקן לאַנד שפּילט זיך אָפּ אַ בלוט־בילבול־פּראָצעס קעגן ייִדן, ווען אין אייראָפּע האָבן זיך אַזעלכע פּראָצעסן שוין לאַנג געענדיקט. פֿאַרשטייט זיך, וויכטיק איז געווען די רעאַקציע פֿון דער ליבעראַלער פּרעסע, פֿון די ליבעראַלע שרײַבער — פֿון קאָראָלענקאָ, וועגן וועמען מע האָט גערעדט און אַ סך געשריבן אין די סאָוועטישע צײַטן, — אָבער כּמעט ניט געשריבן, אָדער אינגאַנצן ניט געשריבן וועגן דער רעאַקציע פֿון די אוקראַיִנישע אינטעלעקטואַלן.

גאָר אינטערעסאַנט זײַנען געווען די אַרטיקלען פֿון סערהיי יעפֿרעמאָוו און מיכײַלאָ הרושעווסקי.

מיכײַלאָ הרושעווסקי האָט אונטערגעשטראָכן, אַז אין די באַציִונגען צווישן אוקראַיִנער און ייִדן זײַנען ניט געווען די סטערעאָטיפּן, וואָס מע האָט שוין אויפֿגעצוווּנגען ערבֿ דער רעוואָלוציע. ס׳זײַנען געווען סתּירות, ס׳איז געווען צוזאַמענאַרבעט, אָבער קיין אידעאָלאָגישער אַנטיסעמיטיזם איז ניט געווען.

ער זאָגט, אַז דעמאָלט, ווען עס איז שוין געגאַנגען דער בייליס־פּראָצעס, און דעם גורל פֿון בייליסן — צי ער איז שולדיק, צי ניט שולדיק, — צי דעם גורל פֿון די ייִדן — צי זיי זײַנען שולדיק, צי ניט שולדיק, — האָבן באַשלאָסן פּשוטע פּויערים, איז זיי בכלל געווען שווער זיך אויסצוקענען, ווײַל דער פּראָצעס איז געגאַנגען אויף רוסיש, דער פּראָצעס איז געווען אַ יורידישער, און זיי זײַנען געווען פּויערים, וואָס האָבן ניט געקענט די דאָזיקע שפּראַך.

און ס׳איז אַ מין האַלבער נס, וואָס זיי האָבן פֿון דעסטוועגן פֿרײַגעשפּראָכן בייליסן, כאָטש די באַשולדיקונג קעגן ייִדן אין „ריטואַלע מאָרדן“ האָבן זיי ניט געקענט באַנעמען, און דאָס איז ניט פֿאַרשריבן געוואָרן אינעם פּסק־דין. אַזוי אויך האָבן די סטערעאָטיפּן געווירקט אין אַנדערע געביטן. די מערסטע פּאָגראָמען זײַנען שוין געווען בשעת דער אַזוי גערופֿענער „בירגערקריג“.

הײַנט פֿאַרשטייען מיר אַלץ מער, אַז דאָס איז אין אַ היפּשער מאָס געווען אַן אָקופּאַציע פֿון אוקראַיִנע דורך די רוסישע באָלשעוויסטישע טרופּן, אָבער דעמאָלט, ווען אין לאַנד איז שוין געווען אַ כאַאָס, איז אַלעמען געווען שווער. אָבער דאָס שווערסטע איז עס געווען פֿאַר די, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין אייגענע מלוכה, און פֿאַר די, וואָס זײַנען געווען אַנדערע — פֿאַר די ייִדן. און דערפֿאַר זײַנען אין יענע צײַטן געווען פּאָגראָמען פּראַקטיש פֿון אַלע פּאָליטישע כּוחות, וואָס זײַנען דעמאָלט געווען.

קיינער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿאַר דער מעגלעכקייט צו באַרויבן, און אַ מאָל — נאָך ערגער — צו הרגענען ייִדן, — פֿון די „ווײַסע“ ביז די „רויטע“.

איר האָט געפֿרעגט וועגן שרײַבער — וועגן די פּאָגראָמען פֿון די „רויטע“ האָט געשריבן איסאַק באַבעל, וועגן דעם וואַרטן אויף פּאָגראָמען האָט זייער שטאַרק געשריבן קאָציובינסקי:

„אַרום אַבֿרהמען האָט זיך געזאַמלט עולם. צו אים האָבן זיך אויסגעצויגן הענט, אים האָבן אַרומגערינגלט בלאַסע, פֿאַרגעלטע פּנימער, אויגן רויט פֿון אומגעשלאָפֿענע נעכט. און אַלע האָבן געבעטן: שאַ! שטיל… רוף ניט אָן קיין צרה… אַבֿרהם איז אַנטשוויגן געוואָרן. און אין מיטן דער שטילקייט איז אים געוואָרן אימהדיק. דאָ, אין דעם שטעטל, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן, וווּ ער האָט אַזוי פֿיל יאָר, ביז דער עלטער גופֿא, פֿאַרבראַכט אין אַרבעט פֿאַר זיך און פֿאַר אַנדערע, האָט ער זיך געפֿונען ווי אין מיטן ים אויף אַ שיף, וואָס וועט באַלד אונטערגיין, און אַרום שלאָגן כוואַליעס און עס ברומט דער ווינט אין די שוואַרצע ווײַטן.

און פֿון ערגעץ ניט קיין רעטונג. אַבֿרהם האָט אַרומגעפֿירט מיט די אויגן איבער אַלעמען. די אומרויִקע, בלישטשענדיקע אויגן, מיט וועלכע ער האָט זיך באַגעגנט, האָבן אויך געזאָגט: ניטאָ קיין רעטונג… דער גאַנצער גוף האָט זיך בײַ אים מאָדנע אָנגעשטרענגט, און ער האָט מיטן האַרצן דערפֿילט יענעם געשריי פֿון פֿאַרצווייפֿלונג, וואָס האָט זיך טיף באַהאַלטן אין האַרצן פֿון זײַן פֿאָלק און האָט מורא געהאַט אַפֿילו אַרויסצורײַסן זיך פֿון דאָרט…“

נאָך זייער וויכטיק איז, אַז ווען עס זײַנען שוין געקומען די סאָוועטישע צײַטן, האָט די סאָוועטישע מאַכט אַלץ געטאָן, אַז פּראַקטיש אַלע פּאָגראָמען פֿון יענע צײַטן זאָלן הייסן „פּעטליוריסטישע“. און אין דער אמתן איז עס ניט אַזוי געווען. פֿאַרשטייט זיך, ווי איך האָב שוין געזאָגט, זײַנען געווען פּאָגראָמען פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע כּוחות.

פּעטליוראַ אַליין — ער און זײַנע סטרוקטורן — כּל־זמן זיי האָבן געהאַט די מאַכט, און זיי האָבן זי געהאַט גאָר אַ קורצע צײַט, האָבן אַלץ געטאָן, כּדי ניט צוצולאָזן קיין פּאָגראָמען. בײַ אים איז ספּעציעל געווען אַן אָפּטייל, וואָס האָט געפּרוּווט טאָן אַלץ, וואָס איז פֿון אים אָפּגעהאַנגען, כּדי עס זאָלן ניט זײַן קיין פּאָגראָמען. מיר מיט ראָמאַן קאָראָהאָדסקי, אַ באַרימטן אוקראַיִנישן דיסידענט, פֿאַרלעגער און שרײַבער, האָבן אין זײַן צײַט אַרויסגעגעבן דאָס בוך „דאָס פֿעלד פֿון ייִאוש און דאָס פֿעלד פֿון האָפֿענונג“, וווּ מיר האָבן אָפּגעדרוקט די זכרונות פֿון דעם מענטשן, וואָס איז בײַ פּעטליוראַ געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער פֿאַרהיטונג פֿון פּאָגראָמען.

דער טעקסט איז זייער באַרעדעוודיק. צום באַדויערן זײַנען דאָס געווען ניט קיין קאָמפּיוטער־צײַטן, און דערפֿאַר געפֿינט ער זיך נאָר אויף פּאַפּיר, אָבער איצט שאַפֿן מיר אַזאַ ווירטועלן מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור, וווּ ס׳וועט זײַן אַ ביבליאָטעק פֿון ייִדישער ליטעראַטור — פּונקט די בענד, וועגן וועלכע מיר האָבן מיט אײַך גערעדט. און דאָרט וועלן מיר אומבאַדינגט אַרײַנשטעלן אויך דעם דאָזיקן טעקסט, כּדי מענטשן זאָלן אים קענען לייענען.

די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.

При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту

Поділитися