פּאָגראָמען זײַנען געווען אַ פֿאַקטאָר, אָבער ניט די איינציקע סיבה פֿון דער עמיגראַציע פֿון ייִדן, — די היסטאָריקערין
מיר רעדן ווײַטער וועגן דעם, ווי אַזוי די ייִדישע פּאָגראָמען אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע האָבן געווירקט אויף אונדזער געשיכטע און קולטור. בפֿרט — אָפּצוטיילן סטערעאָטיפּן פֿון היסטאָרישע פֿאַקטן, אַנטפּלעקן מיטן און באַלײַכטן מאַניפּולאַציעס אויף דער דאָזיקער טעמע. מיר רעדן מיט לאַדאַ מאָסקאַלעץ — אַ היסטאָריקערין, אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, אַן עלטערע לעקטאָרין פֿון דער נײַער און נײַסטער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע אינעם אוקראַיִנישן קאַטוילישן אוניווערסיטעט.

Топ 5 за 24 години
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פּאַני לאַדאַ, בכלל, אַז מע רעדט וועגן דער סיטואַציע אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע, און בפֿרט וועגן דעם, וואָס מיר זײַנען צוגעוווינט צו האַלטן פֿאַר אַ פֿאָלג פֿון די ייִדישע פּאָגראָמען — די עמיגראַציע — ווי אַזוי טײַטשט די הײַנטיקע וויסנשאַפֿט די דאָזיקע פּראָצעסן? און צי איז פּאַסיק צו זאָגן, אַז די דעמאָגראַפֿישע סיטואַציע האָט שטאַרק געביטן דווקא דאָס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע, און וואָס מיר רופֿן פּאָגראָמען?
לאַדאַ מאָסקאַלעץ: דאָס איז בכלל אַ פֿראַגע, וואָס האָט אינטערעסירט די פֿאָרשער נאָך פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער דאָזיקער עמיגראַציע, הייסט עס, פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אין דער אמתן איז די אַקטיווסטע מיגראַציע־באַוועגונג געווען צווישן 1870 און 1924.
זי האָט אַרומגענומען ביידע אימפּעריעס. זי האָט אַרומגענומען סײַ די רוסישע אימפּעריע, סײַ גאַליציע און בוקאָווינע, וואָס זײַנען געווען אין באַשטאַנד פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע. און אין רעזולטאַט זײַנען אַוועקגעפֿאָרן מיליאָנען מענטשן, און צווישן זיי, לויט פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען, מער ווי 2,5 מיליאָן ייִדן.
ניט נאָר ייִדן זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, אַוועקגעפֿאָרן, אָבער אויך זייער אַ סך ייִדן. און ווען די סיבות דערפֿון זײַנען אין דער אמתן קאָמפּליצירט — איך קען וועגן זיי איצט דערציילן — אָבער די דאָזיקע פֿראַגע, און דאָס פֿאַלט ווייניקער צונויף מיטן מאָמענט, ווען ס׳קומען פֿאָר אויסבראָכן פֿון גוואַלד, בעיקר אין דער רוסישער אימפּעריע, אָבער אַ ביסל זײַנען זיי געווען אויך אין גאַליציע, נאָר אין דער רוסישער אימפּעריע זײַנען זיי געווען אַ סך בלוטיקער און גרויזאַמער. דאָס זײַנען די ייִדישע פּאָגראָמען, וואָס הייבן זיך אָן אַרום 1881 — דאָרט זײַנען געווען אַ ביסל פֿריִער, אָבער די באַוווּסטע — 1881, דערנאָך — 1905.
יאָ, די פּאָגראָמען פֿון אָנהייב יאָרהונדערט, וואָס זײַנען געווען גלײַך געריכט קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. און ערגעץ אין מיטן — די היסטאָריאָגראַפֿיע האָט צוערשט ניט אַזוי געטײַטשט, אַז די פּאָגראָמען האָבן גורם געווען דעם מאַסנהאַפֿטן אָפּפֿלוס פֿון ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קיין דרום־אַמעריקע, קיין קאַנאַדע. אין אָנהייב, למעשה, האָבן די ערשטע פֿאָרשער, וואָס האָבן געשריבן זייערע ווערק אין די 1920ער יאָרן, גיכער געקוקט אויף דער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע, אויף דער רעכטלאָזיקייט, אויף דעם, וואָס אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן ייִדן געהאַט אַ ריי באַגרענעצונגען, אַזעלכע ווי דער תּחום־המושבֿ, וווּ זיי האָבן געמוזט וווינען, די אוממעגלעכקייט צו פֿאַרנעמען געוויסע שטעלעס, די פּראָצענט־נאָרמע אין די אוניווערסיטעטן און אַזוי ווײַטער.
אָבער אַ נײַער דור פֿאָרשער, וואָס האָבן אָנגעהויבן שרײַבן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, האָט באַשלאָסן, אַז די הויפּט־סיבה זײַנען געווען די פּאָגראָמען. און די דאָזיקע דערקלערונג, די דאָזיקע אַרגומענטאַציע, האָט זיך געהאַלטן גאַנץ לאַנג און איז געוואָרן אַ גאָר גרויסער טייל פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. אַז איר וועט זיך צוקוקן צו אַ סך אַמעריקאַנער דאָקומענטאַר־פּראָגראַמען, וואָס דערציילן די געשיכטע פֿון עמעצן, וואָס איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון אונדזערע ערדן, זאָגן זיי, אַז די מענטשן זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, ווײַל ס׳זײַנען געווען אַ סך פּאָגראָמען.
אַפֿילו ווען זיי רעדן וועגן טעריטאָריעס, וווּ ס׳זײַנען ניט געווען קיין פּאָגראָמען, אָדער ס׳זײַנען געווען ווייניקער. און שוין דער נײַסטער דור היסטאָריקער, וואָס האָט מיט אַרום 20 יאָר צוריק אָנגעהויבן איבערטראַכטן די דאָזיקע טעמע, האָט זיך ווידער אומגעקערט צו דער אַלטער דערקלערונג, האָט ווידער אָנגעהויבן קוקן אויף אַ ריי אַנדערע סיבות, אַ ריי פֿאַקטאָרן, און איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געווען אַ פֿאַקטאָר, אָבער ניט די הויפּט־סיבה. און מיר האָבן גאָר אינטערעסאַנטע נאַראַטיווע פֿאָרשונגען, און אויך פֿאָרשונגען אין עקאָנאָמישער געשיכטע, וואָס באַגרינדן דאָס קוואַנטיטאַטיוו.
למשל, דער פֿאָרשער ינאי שפּיצער פֿון ישׂראל האָט גאָר שיין אויסגערעכנט, פֿון וואַנען מענטשן זײַנען אַנטלאָפֿן, וווּהין זיי זײַנען געפֿאָרן, און האָט באַוויזן, אַז די פּאָגראָמען זײַנען ניט געווען די הויפּט־סיבה פֿון דער דאָזיקער מאַסנמיגראַציע.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פּאַני לאַדאַ, איך גיב זיך, פֿאַרשטייט זיך, איצט ניט אויס פֿאַר אַ פֿאָרשערין, און קלאָר, אַז די דאָזיקע מיינונג וועט ניט קלינגען פֿון וויסנשאַפֿטלעכע קרײַזן, אָבער ווען איך גיב אַכטונג בכלל אויף דער טעמע פֿון פּאָגראָמען און זייערע פֿאָלגן, אָדער אַפֿילו ווען איך לייען עפּעס מאַטעריאַלן אין די מעדיעס אויף פֿאַרשידענע זײַטלעך וועגן באַרימטע פּערזענלעכקייטן, זע איך אַ מאָל אַ קאָמענטאַר, וואָס דער תּוך דערפֿון איז בערך אַזאַ, אַז, הייסט עס, אָט אַזוי, די מענטשן, זייערע משפּחות זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, ווײַל ס׳זײַנען געווען פּאָגראָמען, אָדער ס׳זײַנען געווען אומגינציקע באַדינגונגען צום לעבן דווקא פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אָבער, הייסט עס, „ייִדן זײַנען אַלע מאָל געווען אין פֿאָרטייל“, ווײַל זיי זײַנען געווען געבילדעט, ווײַל דאָס איז בכלל „זיי אייגן — אײַנאָרדענען זייער לעבן, קענען איבערלעבן און אויסרײַסן דאָס פֿעטסטע שטיקל“.
נו, מיט איין וואָרט, אָט אין אַזאַ טאָן זע איך אַ מאָל קאָמענטאַרן. איז וואָס קענען מיר זאָגן וועגן אָט דעם עלעמענט, און אין וויפֿל ער איז סטערעאָטיפּיזירט און אין אַ געוויסן זין — אַ מיט?
לאַדאַ מאָסקאַלעץ: כּדי דאָס צו פֿאַרשטיין, איז זייער אינטערעסאַנט, ווי אַזוי מיר דערקלערן זיך די וועלט. הייסט עס, אַז מענטשן זײַנען ניט קיין וויסנשאַפֿטלער, זוכן זיי פֿאָרט עפּעס אַ דערקלערונג, און נעמען אָפֿט די דאָזיקע דערקלערונגען פֿון זייער טאָגטעגלעכער דערפֿאַרונג, און עקסטראַפּאָלירן זיי אויף גרויסע דאַטן.
אַז מיר וועלן אַ קוק טאָן, ווי אַזוי עס קומט פֿאָר די מיגראַציע — זי קומט פֿאָר, פֿאַר אַלץ, ערשטנס, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַ נאָכפֿראַגע אויף… הייסט עס, ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ טערמין: push and pull factors.
ס׳זײַנען פֿאַראַן פֿאַקטאָרן, וואָס ציִען צו מענטשן צו אַ געוויסן לאַנד, אין דעם פֿאַל — למשל, צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער קאַנאַדע. דאָס איז אַ גרויסע צאָל אַרבעטס־ערטער, דאָס איז אַן אויסבוי, אַ שטורעמדיקע אינדוסטריאַליזאַציע, דער אויסבוי פֿון דער מלוכה. און פֿון דער אַנדערער זײַט — push factors, דאָס, וואָס מיר האָבן געזאָגט. דאָס איז, ערשטנס, לעגאַלע באַגרענעצונגען, און דאָס איז די שווערע עקאָנאָמישע לאַגע, למעשה, פֿאַר ייִדן.
פֿאַר וואָס, למעשה, פֿאַר ייִדן? ווער זײַנען די ייִדן אויף די אוקראַיִנישע טעריטאָריעס? זיי וווינען בעיקר אין שטעטלעך, אין קליינע שטעט, זייער אָפֿט וווינען זיי אין דערפֿער, און זיי פֿאַרנעמען זיך מיט אַזאַ פֿאַרמיטלערישער טעטיקייט, הייסט עס, זיי פֿאַרנעמען זיך מיט דעם, וואָס איז נאָך געבליבן פֿון דער פֿרי־מאָדערנער עקאָנאָמיע. און אין די דאָזיקע שטעטלעך זײַנען זיי בעלי־מלאָכות, שנײַדערס, זיי פֿאַרקויפֿן דאָרט אַלץ אויף דער וועלט.
ווען איך דערקלער דאָס די סטודענטן, זאָג איך, אַז ייִדן — דאָס זײַנען אַזעלכע „פֿאָפּן“ (פּריוואַטע איינצל־אונטערנעמער). זיי האָבן געהאַט זייער קליינע נישע־טעטיקייט, און דאָס איז זיי געווען גענוג, כּדי אויסצוהאַלטן זייער משפּחה. זיי זײַנען ניט קיין באַמיטלטע באַפֿעלקערונג, זיי זײַנען זייער אָפֿט אַ גאַנץ אָרעמע באַפֿעלקערונג — אפֿשר ניט אַזאַ ווי די פּויערים, אָבער ניט קיין זייער רײַכע. און ס׳קומט — עפּעס קומט פֿאָר מיט דער רוסישער אימפּעריע, ס׳קומט פֿאָר אַן אינדוסטריאַליזאַציע, ס׳אַנטוויקלען זיך גרויסע שטעט, אַזעלכע ווי אָדעס, יעקאַטערינאָסלאַוו, כאַרקעוו, מע ברענגט אַרײַן נײַע סחורות, וואָס זײַנען שוין פֿאַבריצירט אויף פֿאַבריקן.
און, למשל, ס׳קומט אָן אַ פּאַרטיע שיך, געמאַכט אויף פֿאַבריקן, און דער דאָזיקער שטעטלדיקער בעל־מלאָכה קען ניט פֿאַרקויפֿן זײַנע שיך, ווײַל ס׳זײַנען פֿאַראַן ביליקערע פֿאַבריק־שיך, און מע דאַרף ניט זײַנע דינסטן. און דאָס לייגט זיך צונויף מיט דער דעמאָגראַפֿישער סיטואַציע, מיט דעם, וואָס איצט שטאַרבן ווייניקער קינדער, ס׳בלײַבן לעבן מער קינדער. און די דאָזיקע קינדער האָבן ניט וווּהין זיך אַהינצוטאָן; ייִדן קענען ניט פֿאָרן אין די גרויסע שטעט, הייסט עס, זיי האָבן דערמיט פֿאַרבונדענע פּראָבלעמען, און זיי קענען אויך ניט איבערלעבן אין די דאָזיקע שטעטלעך, ווײַל דאָס איז אַן עקאָנאָמיע, אַ טיפּ עקאָנאָמיע, וואָס שטאַרבט אויס.
און זיי האָבן ניט קיין אַנדער ברירה, און אויף דער ערד אַרבעטן זיי אויך ניט צוליב אַ ריי סיבות, צוליב באַגרענעצונגען און אַזוי ווײַטער. און זיי האָבן די ברירה צו פֿאָרן אויף די פֿאַבריקן אין אַמעריקע. אַז איר זײַט אַ בעל־מלאָכה אָדער אַ שנײַדער, קענט איר, אין פּרינציפּ, פֿאָרן אויף אַ ניי־פֿאַבריק, וואָס איז געווען זייער פּאָפּולער.
די אינדוסטריאַליזאַציע איז אויך אַ סיבה. און די אוקראַיִנישע פּויערים פֿאָרן אויך, ווי מיר ווייסן — מיר לייענען אַ סך וועגן זיי — אָבער בײַ זיי איז די געשיכטע אַ ביסל אַן אַנדערע. די אוקראַיִנישע פּויערים פֿאָרן אָפֿט אויף אַ געוויסער צײַט, כּדי צו פֿאַרדינען געלט און זיך דערנאָך אומקערן אין זייער היים־דאָרף, אויפֿבויען אַ שטוב.
אַז איר האָט באַקאַנטע, בײַ וועמען עמעצער איז אַוועקגעפֿאָרן — ס׳זײַנען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע געשיכטעס, וואָס ענדיקן זיך אויך טראַגיש, ווײַל זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, פֿאַרדינט געלט, זיך אומגעקערט, אויפֿגעבויט אַ שטוב, און דערנאָך איז געקומען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און האָט זייער גאַנצע פֿאַרמעגן עקספּראָפּריִרט.
אין דעם פֿאַל פֿון ייִדן, פּרוּוון זיי מיטנעמען די גאַנצע משפּחה און פֿאָרן שוין אויף אייביק. הייסט עס, דאָ גייט ניט די רייד וועגן דעם, אַז דאָס איז עפּעס אַ באַזונדערער שטריך פֿונעם ייִדישן כאַראַקטער — ווײַל אַזעלכע דערקלערונגען זײַנען אויך געווען פֿריִער, אַז „דאָס זײַנען די אַזוי גערופֿענע ייִדן, אַ נאָמאַדיש פֿאָלק, וואַנדערער“, און דעריבער „באַוועגן זיי זיך כּסדר ערגעץ אַהין“.
אָבער דאָס איז אין דער אמתן פּשוט אַ מאָמענט, ווען עטלעכע פֿאַקטאָרן האָבן זיך צונויפֿגעלייגט. הייסט עס, די פֿאָדערונגען, דאָס אויפֿקומען פֿון אַרבעטס־ערטער, פֿון אַ גרויסער צאָל אַרבעטס־ערטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער מאַנגל אין מעגלעכקייטן אין דער היים, און דער מאַנגל אין מעגלעכקייטן זיך צו פֿאַרנעמען מיט דער דאָזיקער שטעטלדיקער עקאָנאָמיע, ווי זיי האָבן זיך פֿריִער פֿאַרנומען.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך וואָלט אויך געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף אָט דעם קאָנטעקסט, ווײַל כאָטש איר האָט שוין אַגבֿ דערמאָנט אָט דעם קוואַרשניט פֿון קענטענישן און בכלל, וואָס פֿאַר אַ סאָציאַלע נישע ס׳האָט פֿאַרנומען די מערהייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָלט איך אויך געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף אָט דעם קאָנטעקסט, ווײַל, ווי מיר דאַכט זיך, איז וויכטיק צו דערקלערן, אין וואָס פֿאַר אַ לאַגע די ייִדן האָבן זיך געפֿונען אין יענעם מאָמענט — בפֿרט אַז מיר גייען שוין ניט אַזוי אויס פֿון די פּאָגראָמען ווי פֿון אַ דערשײַנונג, וואָס האָט געווירקט אויף די מיגראַציע־פּראָצעסן אָדער זיי בעיקר גורם געווען, נאָר ווי פֿון יענעם בילד, וואָס שאַפֿט אָט די סטערעאָטיפּישע ראיה.
הייסט עס, מיר קענען אויסגיין פֿון די כוואַליעס, וואָס זײַנען געווען די גרעסטע — 1884, 1905 און ווײַטער: וואָס פֿאַר מעגלעכקייטן האָבן אין יענעם מאָמענט בכלל געקענט פֿאָרלייגן אַנדערע לענדער פֿאַר ייִדן? און, למעשה, מיר דאַכט זיך, דאָס איז דער מאָמענט, וווּ מיר צעשטערן אויך גוט דעם מיט וועגן עפּעס אַ „פֿאַנטאַסטישן לעבן“, וואָס מענטשן האָבן געקענט האָבן, ווען זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן פֿון לאַנד.
„אַנדערע לענדער“ — דאָס הייסט, די שטאַטן?
לאַדאַ מאָסקאַלעץ: ייִדן האָבן געפּרוּווט פֿאָרן פֿאָרט אין די שטאַטן, ווײַל דאָרט איז געווען פֿאַר זיי די גרעסטע מעגלעכקייט אָנצווענדן זייערע קענטענישן. צווישן די אַנדערע לענדער איז געווען אַרגענטינע, וואָס איז געווען אַ גאָר וויכטיק אָרט, און אויך קאַנאַדע. אַז, למשל, אוקראַיִנער האָבן געקענט פֿאָרן קיין בראַזיל — אַזוי ווי מיר ווייסן פֿון איוואַן פֿראַנקאָס ווערק — אָדער קיין קאַנאַדע, אויף אַ פֿאַרמער־ווירטשאַפֿט, און אַרבעטן ווי פֿאַרמערס.
ייִדן זײַנען ניט געפֿאָרן אַרבעטן ווי פֿאַרמערס, זיי האָבן געזוכט אַרבעט בעיקר אויפֿן מיזרח־ברעג פֿון די שטאַטן, אין שטעט ווי ניו־יאָרק, אָבער שוין פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ווערט קלאָר, אַז ניו־יאָרק איז אַ ביסל איבערגעפֿילט מיט מיגראַנטן בכלל.
הייסט עס, דאָס איז אַ פּראָצעס, וואָס האָט אַרומגענומען ניט נאָר די רוסישע און די עסטרײַכישע אימפּעריעס — מיר ווייסן אויך וועגן אירלאַנד, וועגן שוועדן, מיר ווייסן וועגן איטאַליע, וועגן אַלע אַנדערע לענדער, פֿון וועלכע ס׳זײַנען געפֿאָרן מיגראַנטן — און די דאָזיקע שטעט זײַנען געווען אַ ביסל איבערגעפֿילט, און ס׳ווערט געשאַפֿן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס העלפֿט, למעשה, מענטשן מיט הצלחה אַוועקפֿאָרן. מע שאַפֿט אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן זיי באַזאָרגן זיך מיט די יסודותדיקע זאַכן, וואָס מע דאַרף צום אַוועקפֿאָרן — אַ פּאַס, וואָס ס׳איז שווער צו באַקומען, בפֿרט שווער איז עס צו באַקומען פֿאַר משפּחה־מיטגלידער; וואָס העלפֿן זיי באַקומען אַ שיפֿסקאַרטע, וואָס איז אויך טײַער — און ס׳זײַנען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרמיטלער־אַגענטורן, וואָס נאַרן אָפּ מענטשן און פֿאַרקויפֿן זיי פֿאַלשע בילעטן.
און אַזוי ווײַטער — וואָס העלפֿן זיי דורכגיין די מעדיצינישע אונטערזוכונג, ווײַל אָן אַ מעדיצינישער אונטערזוכונג לאָזט מען זיי אַפֿילו ניט אַרויף אויף דער שיף. און די דאָזיקע אַגענטורן פּרוּוון גלײַכצײַטיק זען, וווּ מע דאַרף מער אַרבעטער, און העלפֿן זיי געפֿינען די אַרבעט, און רוקן זיי אַ ביסל אַריבער אויפֿן מידוועסט — הייסט עס, דאָס, וואָס מיר קענען הײַנט, למשל, ווי שיקאַגאָ; הייסט עס, שטאַטן, וואָס ליגן מער אין מיטן. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַל דאָס איז אַ לאַנד פֿון מיגראַנטן, איז פֿאַראַן אַ סך ביכער, טעקסטן, מוזייען, וואָס זײַנען געווידמעט דווקא דעם, ווי ס׳זעט אויס דאָס לעבן פֿון די דאָזיקע מענטשן, ווען זיי קומען אָן. עס זעט אויס ווײַט ניט ראָזעווע.
פֿאַרן ערשטן דור איז דאָס אין דער אמתן אַ שווער לעבן. זיי אַרבעטן זייער אָפֿט אין די אַזוי גערופֿענע שוויצשאַפּס. דאָס איז עפּעס אין דער אַרט פֿון אַזעלכע פֿאַבריקלעך, וואָס געבן אַ סך אַרבעט, און קענען אויך געבן אַרבעט אַהיים.
און אין ניו־יאָרק איז פֿאַראַן אַ וווּנדערלעכער מוזיי, וואָס הייסט „טענעמענט מיוזיאַם“. אַ טענעמענט — דאָס איז, למעשה, אַזאַ וווינונג, אַזאַ הויז, וווּ מענטשן האָבן גלײַכצײַטיק גענומען עפּעס אַ אַרבעט אַהיים, גענייט, אויסגענייט, געבוירן קינדער, געלעבט מיט זייערע משפּחות. דאָרט איז געווען אַ מינימום באַקוועמלעכקייטן פֿון דער ציוויליזאַציע, און אַלץ האָט ניט אויסגעזען אַזוי גוט.
פֿאָרט, די קומעדיקע דורות, דאַנק דעם, וואָס זיי זאַמלען אָן אַ געוויסן קאַפּיטאַל, הייבן אָן לעבן בעסער, און פֿון דאָרט קענען מיר שוין אַ סך בעסערע געשיכטעס וועגן מענטשן, וואָס האָבן זיך אַרויסגעאַרבעט. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ געמיינזאַמע זאַך אויך פֿאַר די אוקראַיִנישע מיגראַנטן, וואָס האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן אין די שטאַטן. הייסט עס, הײַנט האָבן מיר אויף דער פֿינפֿטער עוועניו אַ ריזיקן אוקראַיִנישן אינסטיטוט — אַ בנין אין אַן אָרט, וואָס שאַפֿט אַזאַ רושם, אַז די דיאַספּאָרע לעבט וווּנדערלעך.
אָבער דאָס אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן מיט גאָר שלעכטע באַדינגונגען, און האָט מיטגעבראַכט אויך אַ ריי סאָציאַלע דערשײַנונגען, אַזעלכע ווי, למשל, צעריסענע משפּחות. מיר האָבן אַ סך פֿאָלקלאָר, אַ סך זכרונות פֿון ייִדן, און ניט נאָר פֿון ייִדן — פֿון אוקראַיִנער און אַזוי ווײַטער — וואָס זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, און, למעשה, אין די דאָזיקע זכרונות באַווײַזט זיך זייער אָפֿט אָט דער מאָמענט: דער מאַן איז אַוועקגעפֿאָרן פֿאַרדינען געלט, האָט צוגעזאָגט דער פֿרוי, אַז ער וועט זי צו זיך אַריבערנעמען, אָבער ניט אַריבערגענומען, איז פֿאַרשוווּנדן, און די פֿרוי קען אים ניט געפֿינען, און ווענדט זיך צו אַלע די דאָזיקע פֿאַרמיטלער־אָרגאַניזאַציעס מיט אַ בקשה, מע זאָל העלפֿן געפֿינען דעם מאַן.
יונגע קינדער, יאָ, גאָר אַזעלכע יונגע, פֿאָרן, כּדי צו העלפֿן דער משפּחה, און די משפּחה פֿאָדערט פֿון זיי געלט — זיי זאָלן שיקן דאָס געלט און זיי שטיצן.
הייסט עס, דאָס פֿירט צו אַ ענדערונג פֿון דער סטרוקטור פֿון דער ייִדישער משפּחה, און דאָס איז שווער. וואָס איז אַ פּאָזיטיוו, און וואָס איז אַ גאָר אינטערעסאַנטע דערשײַנונג, בפֿרט ווען מיר רעדן וועגן ייִדישע קהילות — דאָס איז, וואָס זיי האַלטן זיך זייער שטאַרק בײַ די קהילות, בײַ זייערע שטעטלעך, פֿון וואַנען זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן. און זיי שאַפֿן די אַזוי גערופֿענע לאַנדסמאַנשאַפֿטן — דאָס זײַנען געזעלשאַפֿטן, וואָס זײַנען פֿאַראייניקט לויטן פּרינציפּ, פֿון וועלכן שטעטל זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן.
למשל, איך האָב געאַרבעט מיט די דאָקומענטן פֿון דער דראָהאָביטשער לאַנדסמאַנשאַפֿט. זיי העלפֿן איינער דעם אַנדערן, שאַפֿן אַן אייגענעם בית־עולם — אין ניו־יאָרק איז פֿאַראַן אַ בית־עולם, וווּ ס׳זײַנען באַגראָבן דווקא דראָהאָביטשער ייִדן. און די דאָזיקע לאַנדסמאַנשאַפֿטן זײַנען גאָר אַזוי צונויפֿגעשלאָסן, און זיי שיקן אויך הילף אַהין, וואָס זיי רופֿן „די אַלטע היים“ — הייסט עס, אין דער רוסישער אימפּעריע, אין דער עסטרײַכישער אימפּעריע, שפּעטער אין די לענדער צווישן די צוויי מלחמות — כּדי צו העלפֿן מענטשן, אָדער אַפֿילו אינסטיטוציעס, וואָס זײַנען דאָרט געווען.
הייסט עס, די ניו־יאָרקער דראָהאָביטשער לאַנדסמאַנשאַפֿט העלפֿט דעם דראָהאָביטשער ייִדישן יתומים־הויז, און שיקט געלט. און די דאָזיקע מענטשן ווילן זיך האַלטן אין איינעם, ס׳איז זיי וויכטיק, אַז זיי שטאַמען, למעשה, פֿון אַ קאָנקרעטן שטעטל, בײַ זיי פֿאַרן פֿאָר רעגעלמעסיקע צונויפֿפֿאָרן, און דאָס איז פֿאַר מיר אַזאַ גאָר אינטערעסאַנטער און רירנדיקער פֿאַקטאָר, אַז פֿאַר זיי איז דאָס דאָזיקע „אַלטע היימלאַנד“, טראָץ אַלע זײַנע פּראָבלעמען, פֿאָרט געבליבן אין אַ געוויסן זין אַ היים, וועגן וועלכער זיי האָבן געדענקט.
איך, איר ווייסט, שטויס זיך אָן אויף נאָך אַזאַ מאָמענט פֿון ראָמאַנטיזירונג, מסתּמא, אָדער, ווי מיר דאַכט זיך, פֿון עטוואָס דעסטרוקטיווע השערות, וואָס איך זע אויך אין אָט אַזעלכע פֿאַרשידענע פֿאָרמען פֿון איינזײַטיקער קאָמוניקאַציע, און דווקא — אין קאָמענטאַרן אונטער די אָדער יענע מאַטעריאַלן, ווידער אַ מאָל, וועגן די געשיכטעס פֿון ייִדישע משפּחות, וואָס זײַנען אַוועקגעפֿאָרן פֿון פֿאַרשידענע שטעט — וואָס, אַגבֿ, ס׳זײַנען פֿאַראַן סיבות, דאָ גייט שוין אַפֿילו ניט די רייד בלויז וועגן פּאָגראָמען — אָבער מיר דאַכט זיך, אַז מע דאַרף דאָס אויך דורכרעדן.
דעם דאָזיקן מאַסיוו קאָמענטאַרן און פּאָסטן קען מען באַשרײַבן אַזוי: אָט ווען די דאָזיקע מענטשן וואָלטן ניט אַוועקגעפֿאָרן פֿונעם שטח פֿון אוקראַיִנע, ווען אַלץ וואָלט געווען אַנדערש, ווען מע וואָלט געקענט אַנדערש פֿאַרווירקלעכן דעם פּאָטענציאַל פֿון די דאָזיקע מענטשן — אַז, באַדינגלעך גערעדט, זייערע דערגרייכונגען, זייערע כּוחות וואָלט מען געקענט רעאַליזירן אין אונדזער לאַנד און אַזוי ווײַטער.
ס׳איז פֿאַראַן אַ גאָר אינטערעסאַנטער אַרטיקל וועגן דער אירישער מיגראַציע און וועגן דעם, אַז, אין דער אמתן, האָט די מיגראַציע געהאָלפֿן די אירלענדער אויסהאַלטן, און געהאָלפֿן פֿאַרבעסערן די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון זייער לאַנד, וואָס איז געווען נאָכן הונגער — ווען מענטשן, וואָס האָבן געלעבט אין אַ שרעקלעכער אָרעמקייט, זײַנען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, האָבן אָנגעהויבן העלפֿן מיט דעם געלט, און צום סוף האָט זיך דאָס אַלץ גאָר שיין סטאַביליזירט און פֿאַרבעסערט.
און דאָס איז מסתּמא אַן ענלעכע געשיכטע מיט דער רוסישער אימפּעריע, מיט גאַליציע.
ייִדן, למשל, האָבן ניט געקענט ווערן אינזשענירן אָדער טעכנישע אַרבעטער, ווײַל מע האָט זיי ניט געוואָלט אויפֿנעמען אין די טעכנאָלאָגישע שולן. ס׳איז געווען אַזאַ דיסקרימינאַציע. און מע האָט זיי צוגעטריבן צו אַ געוויסער נישע.
מיר האָבן געלונגענע געשיכטעס — מיר האָבן געלונגענע געשיכטעס בעיקר פֿון געוויסע ביזנעסלײַט, און דאָס אַרבעט טאַקע. מיר האָבן אין קיִעוו די בראָדסקיס, וואָס בויען טיילווײַז אויס די שטאָט. מיר האָבן אין לעמבערג — האַוסמאַן; דאָס איז אויסגעבויט געוואָרן פֿון ייִדישע אונטערנעמער.
דאָס ווירקט פּאָזיטיוו אויף דער שטאָט, און זיי טוען טאַקע עפּעס אַזוינס, און זיי נעמען טאַקע אָנטייל אין איר אַנטוויקלונג. מיר האָבן קינסטלער, אָבער אין פּרינציפּ, כּדי צו ווערן אַ גוטער קינסטלער, מוזט איר אַוועקפֿאָרן ערגעץ, וווּ ס׳איז פֿאַראַן אַ גוטע קונסט־שול, און אַזאַ איז ניט געווען אויף די דאָזיקע אוקראַיִנישע טעריטאָריעס. מענטשן מוזן פֿאָרן אָדער קיין פּעטערבורג, אָדער קיין קראָקע.
איר דאַרפֿט שטיצע, און מענטשן קענען זיך ניט אויפֿאַרבעטן. און ווען זיי פֿאָרן אַנשטאָט דעם אין די שטאַטן, טראָץ דעם, וואָס דער וועג איז זייער שווער, טראָץ אַלע די דאָזיקע מניעות, טראָץ אַלע פּראָבלעמען, מיט וועלכע זיי שטויסן זיך אָן נאָכן אָנקומען, געראָט עס זיי פֿאָרט דווקא דאָרט, און זיי באַווײַזן זיך אויפֿצואַרבעטן דווקא דאָרט. דאָס איז טרויעריק, דאָס איז אַ באַטריבטער געדאַנק.
איך פֿאַרשטיי, פֿאַר וואָס מענטשן ווילן האַלטן אַנדערש, אָבער אַזוי איז עס געווען. איך בין געווען אין ביאַליסטאָק מיט עטלעכע יאָר צוריק, און בײַ זיי איז פֿאַראַן אַ מוזיי פֿון זאַמענהאָף — דעם מענטשן, וואָס האָט אויסגעטראַכט עספּעראַנטאָ. און דאָרט איז פֿאַראַן אַ גאַנצער מוזיי, און זיי זאָגן אַפֿילו, אַז ביאַליסטאָק איז די שטאָט פֿון זאַמענהאָף.
און איר קומט אין דעם מוזיי, און דאָרט דערציילט מען אַזאַ קאָנטעקסט: ווי ביאַליסטאָק האָט אויסגעזען, אַז דאָס איז געווען אַ שטעטל, אַז דאָרט זײַנען געווען די טעקסטיל־אונטערנעמונגען, אַז זאַמענהאָף האָט דאָרט געוווינט. און אַז ווען ער איז געווען 14 יאָר אַלט, איז ער אַוועקגעפֿאָרן פֿון ביאַליסטאָק און זיך מער קיין מאָל ניט אומגעקערט אַהער. און דאָס איז, למעשה, וועגן אָט דער סיטואַציע.
די דאָזיקע מענטשן — אַזוי אויך מאַרק ראָטקאָ, וואָס האָט געוווינט אין דווינסק (הײַנט דאַוגאַווּפּילס): ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מאָביליזאַציע, פֿון דעם, וואָס זײַן משפּחה האָט ניט געוואָלט, אַז די קינדער זאָלן דינען אין דער רוסישער אַרמיי, און זיי זײַנען אַלע אַוועקגעפֿאָרן. און ער איז געוואָרן אַ סופּערשטערן און אַ סופּער־קינסטלער אין אַמעריקע, און אין דווינסק איז פֿאַראַן זײַן מוזיי, און זיי זײַנען זייער שטאָלץ מיט אים, אָבער אין דער אמתן איז ער געוואָרן דער, וואָס ער איז געוואָרן, ווײַל ער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון דווינסק.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: דאָס איז אַ גאָר פּאַסיקע באַמערקונג. איך, איר ווייסט, האָב כּמעט די מערסטע ענלעכע קאָמענטאַרן — ווידער אַ מאָל, אין אַן ענלעכן טאָן — באַמערקט, ווען איך האָב אַ סך געלייענט וועגן ראַפֿאַעל לעמקין און הערש לויטערפּאַכט.
ראַפֿאַעל לעמקין און הערש לויטערפּאַכט — באַרימטע יוריסטן אויפֿן געביט פֿון אינטערנאַציאָנאַלן רעכט, פֿון ייִדישער אָפּשטאַמונג, מיט לעמבערגער וואָרצלען, וועמענס אַרבעטן האָבן אויף אייביק געביטן דאָס הײַנטיקע אינטערנאַציאָנאַלע רעכט און זײַנען געלייגט געוואָרן אין יסוד פֿונעם נירנבערגער טריבונאַל.
ווײַל, מיין איך, דאָס איז אַ גאָר אַנדערע היסטאָרישע תּקופֿה, הייסט עס, דאָס איז שוין די צווייטע וועלט־מלחמה, אָבער פֿאָרט, הייסט עס, אָט אַזעלכע ערנסטע יוריסטן, וואָס האָבן, למעשה, אַרײַנגעפֿירט אינעם וועלט־רעכט די אינטערנאַציאָנאַלע באַגריפֿן „גענאָציד“ און „פֿאַרברעכן קעגן מענטשלעכקייט“.
אַבסאָלווענטן פֿונעם הײַנטיקן פֿראַנקאָ־אוניווערסיטעט, בכלל, וואָלטן געקענט אַנטוויקלען די וויסנשאַפֿט דאָ און, למעשה, אַרבעטן מיט רעכט, אָבער, ווידער אַ מאָל, וואָלטן געקענט… ס׳איז אַ ריזיקע פֿראַגע, ווי אַזוי דער חורבן וואָלט געווירקט אויף די דאָזיקע מענטשן, ווי אַזוי די סאָוועטן־מאַכט וואָלט געווירקט אויף דער מעגלעכקייט פֿון די דאָזיקע מענטשן זיך צו אַנטוויקלען. און איך מיין, אַז דווקא אָט די השפּעות פֿון די קאָנטעקסטן מאַכן גלײַך צו נישט אָט דעם דורשט און דעם וווּנטש צו בויען אַזאַ ראָזעווען חלום.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.



