Аудіоплеєр

Готово до відтворення прямого ефіру.

--:--
--:--

פֿון אַ הצלחהדיקן דראַמאַטורג צו אַ פֿאַרבאָטענעם באַרד: די געשיכטע פֿון אָלעקסאַנדער גאַליטש

צוזאַמען מיט דעם דירעקטאָר פֿון דער כאַרקיווער מענטשנרעכט גרופּע, יעווהען זאַכאַראָוו, דיסקוטירן מיר אָלעקסאַנדער גאַליטשן — אַ באַרד, וואָס איז נישט גרינג צו האַלטן נאָר אין איין אידענטינעט. אַן אוקראַיִנער? אַ ייִד? אַ דיסידענט? און וואָס אַנטפּלעקט זײַן שאַפֿונג וועגן דעם?

פֿון אַ הצלחהדיקן דראַמאַטורג צו אַ פֿאַרבאָטענעם באַרד: די געשיכטע פֿון אָלעקסאַנדער גאַליטש
Додати Громадське радіо як бажане джерело в Google
--:--
--:--
Відкрити аудіофайлВідкриває вихідний аудіофайл у новій вкладці.

וואָס איז באַקאַנט וועגן אָלעקסאַנדער גאַליטש?

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ה’ זאַכאַראָוו, וועלכע באַדײַטונג האָט  פֿאַר אײַך די פֿיגור פֿון אָלעקסאַנדער גאַליטש?

יעווהען זאַכאַראָוו: זײַנע פּיעסעס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין טעאַטערס איבערן גאַנצן לאַנד, פֿילמען מיסד זײַנע סצענאַרן זענען געווען פּאָפּולער, און ער האָט אַפֿילו באַקומען אַ ק.ג.ב.־פּרײַז אין 1964 פֿאַרן סצענאַר פֿונעם פֿילם «מלוכה־פֿאַרברעכער”.

אָבער, טראָץ דעם אַז לויט סאָוועטישע סטאַנדאַרדן ער איז געווען אַ רײַכער מענטש, האָט ער אַלץ אַוועקגעוואָרפן און אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדערן מין שאַפֿונג – פּאָעזיעס, אויפֿגעפֿירט מיט גיטאַרע. דאָס זענען נישט געווען לידער אינעם ממשדיקן זין, עס איז געווען אַ דעקלאַמאַציע – ער האָט מעלאָדעקלאַמירט, אַזוי צו זאָגן.

דער אופן פֿון אויפֿפֿירן פּאָעזיע מיט דער גיטאַרע האָט געפֿירט מענטשן צו פֿאַרבינדן אים מיט באַרדן, מיטן מחבר-ליד. ער האָט הנאה געהאַט פֿון אַ פּאָפּולאַריטעט, ווי די באַרדן פֿון יענער תּקופֿה. אָקודזשאַוואַ, וויסאָצקי, גאַליטש זענען מסתמא די נאָענטסטע לויט זײַנע טעמעס, שטעלונגען צו פּערסאָנאַזשן און אַזוי ווייטער. טאַקע, זיי ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי אַן איינציקע קולטורעלע דערשיינונג. זיי האָבן געטיילט פֿיל ענלעכקייטן און, אגב, האָבן זיי געהאַלטן איינער דעם אַנדערן אין הויך אַכטונג.

גאַליטש איז געווען אומפּשרהדיק אין זײַן שעפֿערישער אַרבעט, ער האָט געשריבן וואָס ער האָט געוואָלט – וועגן די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סאָוועטישן רעגירונג, אַז די פֿאַרברעכנס פֿון קאָמוניזם מוז מען פֿאַרדאַמען. אַזעלכע מאָטיוון קען מען זען אין פֿאַרשייגענע ציקלען פֿון זײַנע לידער, אַרײַנגערעכנט די “שרייבערס בריקן”.

דערצו, דאָס זענען זייער פֿאַרשיידענע , וווּ ער שילדערן דעם סאָוועטישן לעבנסשטייגער, זײַנע פֿיגורן. ער שרײַבט וועגן אַלעמען און יעדן מאָל באַנוצט אַ באַזונדערן סטיל און וואָקאַבולאַר.

עס איז אויך ווערט צו זאָגן, אַז ער האָט געזאַמלט גאַסן-לידער. דאָס איז געווען אַ לײַדנשאַפֿט. אַזוי האָט ער אויסגעטיילט זיך פֿון אַנדערע באַרדן.

כמעט יעדעס פֿון זײַנע לידער איז אַ זעלבסטשטענדיגע פּיעסע, געבויט לויט די געזעצן פֿונעם זשאַנער. ער באַנוצט אָפֿט מיטלען, וואָס זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קינאָ און טעאַטער.

ווען ער האָט אויפֿגעפֿירט זײַנע לידער, האָט ער אין עיקר אויסגעשפּילט די ראָלע פֿון יעדן כאַראַקטער. גאַליטש האָט געהאַט אַן אייַנגעבוירענע טאַלאַנט אַז אַן אַקטיאָרן און האָט נאָכגעפֿאָלגט אַן אַקטיאָרישע קאַריערע, אָבער האָט לעצטנס אויסגעקליבן זיך צו מקדיש זײַן צו דראַמאַטורגיע און סצענאַרן.

 בײַם אָנהייב פֿון 1960ער יאָרן איז ארויסגעקומען זײַן ערשטע ליד, «לענאָטשקאַ,», פֿון וועלכן הייבט זיך אָן זײַן נײַע שאַפֿעונג. פֿון דעמאָלט אָן, ער ווידמעט זיך מער און מער צו דעם. ווײַל די לידער זענען אין עיקר געווען אַנטי-סאָוועטיש, האָט דאָס באַזיצן, דאָס טראַנסקריבירן זיי געברענגט צו קרימינעלער פֿאַרפֿאָלגונג. ער האָט געקענט אויפֿטרעטן בלויז בײַ צוויי גרויסע אַמאַטאָר-ליד פֿעסטיוואַלן – אין פּעטושקי און נאָוואָסיבירסק. דערנאָך האָט מען אים מאַלע נישט אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם שרײַבערס-פֿאַראיין, און ער האָט צוגעזאָגט וועדער נישט אויפֿצוטרעטן אין עפֿנטלעכקייט.

גאַליטש האָט שוין נישט אויפֿגעטראָטן, אָבער ער האָט אָפֿט און ענטוזיאַסטיש געזונגען אין דירות, ער איז אפילו צומאָל געפֿאָרן קיין אַנדערע שטעט צו מאַכן רעקאָרדירונגען. ער האָט געדאַרפֿט קומען צו אונדז אין כאַרקיוו, אָבער ער איז קראַנק געוואָרן און האָט נישט געקענט מאַכן די רײַזע. אָבער, אינדערהיים האָט מע געמאַכט אַן ערשטע רעקאָרדירונג, און מענטשן אין כאַרקיוו האָבן דערנאָך קאָפּירט זײַנע לידער דערפֿון.

זײַנע לידער זענען געווען זייער ביטער און אָפֿן, אַזוי האָט דער ק.ג.ב. אָנגעהויבן נאָך אים נאָכקוקן. נאָך די, וואָס האָבן פֿאַרשפּרייט זײַנע לידער, האָט מען אויך נאָכגעשפּירט, דורכזיכונגען געמאַכט און רעקאָרדירונגען קאָנפיסקירט.

דער ווענדפּונקט: ווען אָלעקסאַנדער גאַליטש האָט צעבראָכן די שווײַגעניש

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך וואָלט געוואָלט העלפֿן אונדזערן עולם באַקומען אַ פֿאָרשטיין פֿון דעם כראָנאָלאָגישן גאַנג פֿון די געשעענישן. מיר רעדן וועגן דעם געבורט פֿון אָלעקסאַנדער גאַליטש אין 1918 אין קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט – דניפּראָ). בלויז עטלעכע יאָר שפּעטער, 1921, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין סימפֿעראָפּאָל, און דערנאָך פֿאָרן זיי קיין מאָסקווע, ווען ער איז נאָך געווען אַ קינד. ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה.

מיך אינטערעסירט דער פּראָצעס דער פֿאָרמירונג פֿון דער אידענטיטעט און פּערזענלעכקייט בײַ אַ מענטשן, וועלכער איז געוואָרן גאָר אַ פּאָפּולערער באַרד, און איז שפּעטער טאַקע, צוליב רדיפות, געווען געצוּוונגען צו פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער דאָס איז נישט שטענדיק געווען אַזוי.

אין עיקר, ער האָט אויפֿגעבויט אַ קאַריערע ווי אַ דראַמאַטורג און אין קינאָ, אָבער אין אַ געוויסן מאָמענט, איז פֿאַרגעקומען אַ ווענדפּונקט, און ער האָט אָנגעהויבן צו זאָגן זײַן אמתע מיינונג. וווּ פֿאַרקומט דער ווענדפּונקט? ווייסן מיר, ווען עס איז געשען און וועלכע אומשטענדן עס האָבן אַרויסגערופֿן?

יעווהען זאַכאַראָוו: אין דעם זין איז זײַן גורל טיפּיש. נאָך דעם 20סטן קאָנגרעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, בעת דער «אויפֿטײַונג» איז אויפֿגעקומען אַ געלעגנהייט צו רעדן וועגן קעם, וואָס איז פֿריער געווען פֿאַרבאָטן. ער האָט דאָס שטאַרק געשפּירט און האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער. גאַליטש האָט באַשלאָסן, אַז דאָס איז אים וויכטיקער ווי דראַמאַטורגיע אָדער קינאָסצענאַרן. כאָטש איך מוז צולייגן, אַז זײַנע סצענאַרן זענען טאַקע געווען נישקשה.

לידער פֿון די פֿריִע 1960ער יאָרן וועגן די לאַגערן – זײַן קוזין וויקטאָר האָט פֿאַרבראַכט 24 יאָר אין גולאַג – האָבן געהאַט אַ טיפֿן השפּעה אויף גאַליטשן. ער האָט גאָר אַ סך לידער וועגן דער טעמע, אינספּירירט פֿון זײַן קוזיןס דערציילונגען. די, וואָס האָבן פּופּבליקירט די לידער אין אויסלאַנד, האָבן אָנגענומען, אַז גאַליטש אַליין איז געווען געפֿאַנגען. ווען «כמאַרעס» זענעם ערשט פּופּבליקירט געוואָרן, מע האָט געשריבן, אַז דער מחבר איז אַ געוועזענער געפֿאַנגענער, כאָטש אדרבא איז ער געווען גאָר זיכער אין דים זין.

דרך־אַגב, ער איז כמעט דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט זיך אַזאַ געביטן. אַ רײַכער, זײַנע פּיעסעס זענען אויפֿגעפֿירט איבערן גאַנצן לאַנד, ווער נאָך האָט זיי נישט געשטעלט, האָט עס אויסגעזען, פּאָפּולערע פֿילמען, סצענאַרן. עס איז אויך ווערט צו דערמאָנען, אַז אין זיין יוגנט – דאַנק דער פֿאַרבינדונגען זײַנער משפּחה, און זײַנע קרובים פֿון זײַן מוטערס און פֿאָטערס צד האָבן געהערט צו דער הויפּטשטאָטס קולטורעלער עליטע – איז עס קיינמאָל נישט געווען קיין פּראָבלעם פֿאַר אים צו באַקומען אַ בילעט צו יעדער פּרעמיערע אָדער טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. ער איז געווען אַ טייל פֿון דער «גאָלדענער יוגנט» און האָט געקענט אַ סך מענטשן, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן זייער באַרימט.

ער איז געווען זייער אַ חברישער מענטש און אַ סיבאַריט פֿון נאַטור; ער האָט הנאה געהאַט פֿון אַ לעבן פֿון באַקוועמלעכקייט, פֿון שיינע באַזיצונגען, געווען אַ קענער פֿון ווײַנען און האָט געהאַט אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד פֿון מאָלערײַ, סקולפּטור, פּאָרצעליין. ער האָט ליב געהאַט צו קויפֿן אַלטע זאַכן און אַנטיקלדיקע מעבל, געווען אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון קלאַסישער מוזיק און האָט גאמוזט הערן עס נאָר אויף דער פֿײַנסטער אַפּעראַטור.

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: דאָס שטעלט אַרויף נאָך אַ גרעסערע פֿראַגע: ווי אַזוי איז דאָס מעגלעך? אַ מענטש וואָס האָט ליב קאָמפֿאָרט און אַזאַ לעבן…

יעווהען זאַכאַראָוו: אָבער ער איז אַרויס, וויסנדיק, אַז עס קען אַלץ ווערן אָפּגעקירצט. ער האָט אָנגעהויבן זינגען לידער, דערקענענדיק, אַז דאָס איז זײַנס, אַז דאָס איז געווען די וויכטיקסטע זאַך פֿאַר אים.

ער האָט געהאַט אַ טיפֿן מיטגעפֿיל פֿאַר די, וואָס האָבן געליטן, פֿאַר געוויינטלעכע מענטשן, וועמען דער סאָוועטישער רעזשים האָט באַהאַנדלט מיט פֿאַראַכט. דאָס איז איינע פֿון זײַנע איבערחזרנדיקע טעמעס, פֿאַרבונדן באמת דורך זײַן גאַנצע אַרבעט אין פֿאַרשיידנאן פֿון פֿאָרמען.

ער האָט אַ ליד «דאָס גראָבער’ס וועלצל». ער פֿלעגט עפֿענען יעדן קאָנצערט דערמיט. פֿאַרוואָס? ווייל עס אַדרעסירט אַ קלאָרע דילעמע: אויב שלעכטס איז דאָ, אויב עמעצער באַגייט אַ פֿאַרברעכן, און דו זעסט עס אָבער בלייבסט שטיל – ביסטו אַ מיטפֿאַרברעכער. ער איז געווען גאָר שטרענג צו מענטשן, וואָס זיך זאָגט אָפּ צו דערקענען די אמת, וואָס רעדן זיך נישט אַרויס, טאַנצן אַרום, די קאָנפֿאָרמיסט, צופֿרידן צו לעבן אַ באַקוועם לעבן אונטער סאָוועטישער הערשאַפֿט אָן צו רופֿן זאַכן מיט זייערע ריכטיקע נעמען.

אַזוי איז ער געוואָרן אַ דיסידענט. דאָס זענען מענטשן, פֿאַר וואָסערע דער פֿאַרלאַנג צו רופֿן זאַכן מיט זייערע ריכטיקע נעמען האָט איבערגעוויכט דעם אינסטינקט פֿאַר זעלבסט-באַהאַלטונג. ווען זיי האָבן זיך אָנגעשטויסן מיט אַ קאָנפליקט צווישן זייערע מאָראַלישע פּרינציפּן און זייער אייגענעם איבערלעבן, האָבן זיי אויסגעקליבן דאָס ערשטע – און גערופֿן שלעכטס מיט זײַן ריכטיקן נאָמען.

די שטעלונג צו דער סאָוועטישער מאַכט, צו די וואָס זי האָט פֿאַרפֿאָלגט, און צו די וואָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו אָננעמען דעם סטאַטוס קוואָ, האָט אים אַרײַנגעצויגן אין דיסידענטן קרייזן. און אַוודאי האָט עס זיך געענדיקט מיט אים אויך פֿאַרפֿאָלגט ווערן.

אין 1972 איז ער סוף כל סוף ארויסגעוואַרפֿן געוואָרן פֿון ביידע דעם שרייבער-פֿאַראיין און דעם קינעמאַטאָגראַפֿיסט-פֿאַראיין, בארויבט למעשה פֿון זײַן רעכט אויף פרנסה, אַרויסגעוואַרפֿן פֿון דעם ליטפֿאָנד. ער איז געבליבן אין דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט ווײַטער געשריבן און געזיונגן לידער אין פּריוואַטע דירות, און האָט געלעבט פֿונעם פֿאַרקויפֿן. ער פֿלעגט פֿאַרקויפֿן זייער הויך-קלאַסיגע אַודיאָ-אַפּעראַטור, עס אויסטוישן פֿאַר מיטל-קלאַסיגע, און דערנאָך פֿאַרקויפֿן די מיטל-קלאַסיגע – עס אויסגעטוישט פֿאַר פּראָסטע. און ער האָט געקענט לעבן אַזוי פֿאַר אַ לאַנגע צײַט.

גאַליטש האָט נישט געוואָלט אַריטספֿאָרן, ער האַט געגלייבט, אַז ער מוז בלײַבן דאָ. אַז אַ דיסידענט איז ער געוואָרן מער און מער אַרײַנגעמישט אין דער באַוועגונג, האָט עפֿטער אונטערגעשריבן בריוו אין פֿאַרטיידיגונג פֿון זײַנע פֿרײַנט און אַנדערע – אפילו פֿרעמדע. אָבער מע האָט געמאַכט זײַן לעבן גאָר אומדערטרעגלעך: מיט אונטערהערעניש און אויפֿזיכט…   ער איז פֿאַקטיש ארויסגעשטויסן געוואָרן פֿון דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

למשל, מען האָט אים געלאַדן קיין נאָרוועגיע צו געבן אַ סעריע לעקציעס – אָבער זיי האָבן אים נישט געלאָזן פֿאָרן, אויך פֿאַרווערט צו גיין קיין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס איינציקע, וואָס מען האָט אים געגעבן, איז געווען ישׂראל — ווי אַ ייִד, מיט אַן ישׂראלדיקער וויזע האָט ער געקענט פֿאָרן. נו, און ער איז געצוואונגען געווען צו פֿאָרן, און ער פֿלעגט זאָגן: «איך גיי נישט אַוועק, מען האָט מיך אַרויסגעשטויסן, געצוואונגען צו גיין. דאָס איז נישט וואָס איך האָב געוואָלט.»

אַ נאַנסען פּאַספּאָרט איז שוין פֿאַר אים אַרויסגעשריבן געוואָרן, און  וויבאַלד ער האָט איבערגעגאַנגען די גרענעץ, ער האָט עס באַקומען אין דער נאָרוועגישער אַמבאַסאַדע. ער איז ערשט געפֿאָרן קיין פֿראַנקפֿורט, דערנאָך קיין נאָרוועגיע, וווּ ער האָט געוווינט פֿאַר אַ געוויסע צײַט. דערנאָך איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער האָט געאַרבעט. גאַליטש איז אַוועק, איז ער טאַקע געבליבן געטרייַ צו זיך: ער האָט געפֿירט פּראָגראַמען וועגן דעם זשאַנער פֿון אָריגינעלע לידער אויף ראַדיאָ «פֿרײַהײַט».ער איז געוואָרן זייער אַ פּאָפּולערער ראַדיאָ־אָנפֿירער, אָבער איז געשטאַרבן מיט אַ טראַגישן טויט. דאָס האָט פּאַסירט דעם 15טן דעצעמבער 1977. ער איז געווען 59 יאָר.

ס׳זענען פֿאַראַן פֿאַרשידענע טעאָריעס בנוגע דעם. איינע איז, אַז ער איז דערמאָרדעט געוואָרן. עס זענען אַפֿילו פֿאַראַן באַריכטן, וואָס זענען לכאורה אַרויסגערונען פֿונעם ק.ג.ב., זיי ווײַזן אָן, אַז דער מאָרד איז געווען זייער גוט אויסגעפּלאַנט. אַ סך גלייבן אָבער, אַז דאָס איז נישט אמת, און ער איז למעשׂה געשטאָרבן צוליב אַן אומגליק.

דעמאָלט האָט ער געקויפֿט א «גרונדיג» – אַ גוט שטיקל אַפּאַראַטור פֿאַרן הערן מוזיק. א ספּעציאַליסט האָט געמוזט קומען דעם קומענדיגן טאָג עס אויפֿצושטעלן. אָבער ער איז געווען אומגעדולדיק, האָט ער באַשלאסן עס צו טאָן אַליין, ער האָט אינסטאַלירט די אַנטענע אין אַ פֿאַלש אָרט מיט הויכן וואָלטאַזש און,און איז אומגעקומען פֿון אַ שטאַרקן שטראָם. זײַן משפחה און פֿרײַנט, וואָס זענען געווען די ערשטע צו אָנקומען און אָנטדעקן, וואָס איז געשען, גלויבן, אַז דאָס איז געווען אַן אומגליק.

צווישן דעם אוקראַינישן און דעם ייִדישן: די פֿראַגע פֿון אָלעקסאַנדער גאַליטש’ס אידענטיטעט

יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ה’ יעווהען, אין גער אינפאָרמאַציע וועגן אָלעקסאַנדער גאַליטש ווערט ער כּמעט שטענדיק באַצייכנט ווי אַן אוקראַיִניש־ייִדישער פּאָעט און דראַמאַטורג. איז, וויסנדיק וועגן דער אידענטדטעט, ווי פּינקטלעך זענען מער מיט דער דאָזיקער באַצייכענונג? ווײַל מע קען דאָך באַקומען דעם רושם, אַז ער איז אַ טיפּישער סאָוועטישער, אָדער אַפֿילו רוסישער, מענוש.

יעווהען זאַכאַראָוו: איך דענק נישט, אַז מע קען אים באַשרײַבן ווי אַ אוקראַיִניש־ייִדישן. מע רופט אים אָן אַזוי, בלויז ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און האָט דאָ געלעבט פינף יאָר, איידער ער איז אַריבערגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד.

ער האָט כּמעט גאָרנישט געקענט די אוקראַיִנישע שפּראַך און האָט זיך אַליין פֿאַררעכנט פֿאַר אַ רוסישן ליטעראַטן. וואָס שייך זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, טאָ ער האָט געהאַלטן, אַז ייִדן דאַרפֿן זיך אַסימילירן. למעשׂה האָט ער זיך אַפֿילו איבערגעביטן דעם גלויבן אויף קריסטנטום — ער האָט זיך געלאָזט טויפֿן אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון אַ גלח, מיט וועמען ער איז געווען באַפֿרײַנדעט.

גאַליטש איז געווען אַ געטויפֿטער ייִד, וועלכער האָט זיך באַטראַכט ווי אַ רוסישער שרײַבער — אַ רוסישער דיסידענטישער שרײַבער, אַ קעמפֿער פֿאַר מענטשנרעכט, אין וועמענס שאַפֿונג קען מען קלאָר זען די דיסידענטישן עטיק, די פּריאָריטעט פֿון מענטשנרעכט און די פּרינציפּןפֿון מענטשנרעכט.

למשל, אין איין אַרטיקל האָט ער געשריבן, אַז דער פּרינציפּ, אַז „דער תכלית באַרעכטיקט די מיטלען“ איז גאָר מיאוס און פאַררעטעריש, מע טאָר אים בשום־אופֿן נישט אָננעמען. מיט אַנדערע ווערטער, פֿאַר דער אופֿן ווי אַזוי מע טוט עפּעס, אים איז געווען אַלץ אַזוי וויכטיק, אויב נישט וויכטיקער, ווי די האַנדלונג אַליין. ער האָט אָפּגעוואָרפֿן גוטע מעשׂים, וואָס זענען דערגרייכט געוואָרן דורך שלעכטע מיטלען, פֿאַר אים איז דאָס געווען לחלוטין נישט־אויסגעהאַלטן.

ער איז געווען אַ קריסט, אָבער אַזעלכן, וואָס האָט נישט געאָלט מוחל צו זײַן דעם סאָוועטישן רעזשים פֿאַר זײַנע פֿאַרברעכנס. דאָס קען מען אויך זאָגן גאַנץ קלאָר – און עס איז ניכר אין זײַן גאַנצן שאַפֿן. זײַן מיטגעפֿיל מיט די, וואָס לײַדן, איז געווען בײַ אים אין מהות באמת קריסטלעך – דאָס קען מען זען אין אַ סך פֿון זײַנע טעקסטן.

פאַרכאַפּנדיק גורלות: ייִדישע געשטאַלטן אין אָלעקסאַנדער גאַליטש’ס ווערק

יעווהען זאַכאַראָוו: פֿאַרשטייט זיך, אין זײַן שאַפֿן זענען אויך פֿאָרגעקומען ייִדישע געשטאַלטן.

עס איז דאָ אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע, וואָס נישט יעדער ווייסט. נאָכן מאָרד איבער שלמה מיכאָעלסן איז גאַליטש געווען טיף דערשיטערט. ער האָט באַשלאָסן, אַז ער מוז אָנקומען אין די ייִדישער סעקציע פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד און נעמען אַנטייל אין איר טעטיקייט. זי איז געשטאַנען אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון פּרץ מאַרקישן.

דאָס זענען געווען פּונקט די צײַטן פֿון מיכאָעלס’ מאָרד, פֿון די פֿאַרשידענע פֿאַלן קעגן «קאָסמאָפּאָליטאַניזם», און גאַליטש האָט דאָס זייער שטאַרק געפֿילט. ער האָט אָנגעהויבן צו האָבן שוועריקייטן ווי אַ דראַמאַטורג: זײַנע פּיעסעס זענען אַרויסגענומען געוואָרן פֿון טעאַטער רעפּערטואַרן, און אַזוי ווײַטער. דערפֿאַר האָט ער אָנגעהויבן באַזוכן די ייִדישע סעקציע. און ער איז אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון איר דורך אירן אָנפֿירער – דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. דערצו איז ער אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן אויף אַ גראָבן אופֿן און מעט התנגדות, כאָטש נאָר אַ טאָג אָדער צוויי פֿריִער איז ער געווען גוטהאַרציק און חבריש. גאַליטש האָט געמיזט גיין – צוליב דעם וועג, ווי די זאַכן זענען געזאָגט געוואָרן, האָט ער נישט געקענט בלײַבן, און ער איז געווען שטאַרק באַליידיקט. אָבער עטלעכע צײַט שפּעטער האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז פּרץ מאַרקיש האָט טאַקע אים געראַטעוועט דאָס לעבן. ווייל אין בלויז אַ פּאָר יאָר זענען אַלע מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, די גאַנצע ייִדישע סעקציע פֿון שרײַבער־פֿאַראיין, דערהרגעט געוואָרן דורך אַ שיס־פּלאַץ – אַרײַנגערעכנט פּרץ מאַרקיש אַליין. זייער ווייניק האָבן איבערגעלעבט. פֿאַקטיש האָט מאַרקיש אים דעמאָלט געראַטעוועט, ער האָט פֿאַרשטאַנען, וווּהין די זאַכן גייע, זײַענדיק אַן אינטעליגענטער און העכסט דערפֿאַרענער מענטשן. און גאַליטש, אַוודאי, האָט דאָס שפּעטער פֿאַרשטאַנען. ער האָט נישט געקענט דאָס פֿאַרגעסן.

אין אַלגעמיין, אַפֿילו אויב ער האָט געהאַט טראַכט וועגן אַסימילאַציע, האָט ער שפּעטער געפֿילט זײַן ייִדישקייט, און כאָטש ער האָט זיך מגייר געווען צו דער אָרטאָדאָקסיע, אָבער דאָס איז געבליבן דאָ אין זײַן שאַפֿן.


די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.

При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту

Поділитися