„אַ קינסטלער פֿון מלחמה און שלום“: ווער איז געווען זינאָווי טאָלקאַטשאָוו פֿאַר דער אוקראַיִנישער קולטור?
מיט דער קאַנדידאַטין פֿון קונסט־געשיכטע האַלינאַ סקליאַרענקאָ שמועסן מיר וועגן זינאָווי טאָלקאַטשאָוו – אַן אוקראַיִנישעם קינסטלער פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַר וועמען די קונסט איז געדינט ווי אַ מיטל צו האָבן אַ ישוב הדעת וועגן מלחמה, געשיכטע און מענטשלעכער ווירדע, אַפֿילו אונטער אידעאָלאָגישן דרוק.

Топ 5 за 24 години
די באַדײַטונג פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוו: קונסט, געשיכטע, הומאַניזם
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿרוי האַלינאַ, וואָס פֿאַר אַ באַדײַטונג האָט די געשטאַלט פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוו פֿאַר אײַך? ווי גרויס איז זײַן פּערזענלעכקייט און זײַן בײַשטײַער צום קולטורעלן לעבן?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: איך גלייב, אַז זינאָווי טאָלקאַטשאָוו איז איינער פֿון די באַדײַטנדיקסטע אוקראַיִנישע און מסתמא אייראָפּעיִשע קינסטלער פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זײַן שעפֿערישע ביאָגראַפֿיע האָט זיך אָנגעהויבן אין די מיטן 1910ער יאָרן. צום אַקטיווסטען האָט ער געאַרבעט אין די 1920ער און 1940ער יאָרן.
זײַן גאַנץ שאַפֿן איז געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט די באַשטימענדיקע סאָציאַל־היסטאָרישע געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אוקראַיִנע. נישט אומזיסט האָב איך געגעבן איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען דעם טיטל „אַ קינסטלער פֿון מלחמה און שלום“ – פּונקט דאָס איז ער געווען, סײַ לויט דעם פֿאַרנעם און סײַ לויט זײַן מהות.
צוזאַמען מיט דעם האָט טאָלקאַטשאָוו פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינלעכע אינערלעכע זעונג און אַ שטאַרקן קינסטלערישן טאַלאַנט, וואָס האָבן אים געפֿירט אַפֿילו אין פּנים פֿון אידעאָלאָגישער אונטערדריקונג. דאָ ליגט אַ געוויסער פּאַראַדאָקס פֿון זײַנער פֿיגור: דער קינסטלער האָט דערקלערט געוויסע אידעאָלאָגישע פּרינציפּן, אָבער זײַן קינסטלערישע זעאונג האָט זיך אָפֿט באַוועגט אין אַן אַנדערע ריכטונג.
פֿאָר אַלעמען, איז זינאָווי טאָלקאַטשאָוו געווען אַ הומאַניסט. ער איז אָפֿט באַשולדיקט געוואָרן אין «אַבסטראַקטן הומאַניזם», ווײַל דער צענטער פֿון זײַן אויפֿמערקזאַמקייט איז שטענדיק געבליבן דער מענטש – אין קאָמפּלעקסע היסטאָרישע, סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע אומשטענדן. זײַמע גאַנצע ווערק זענען דורכגעדרונגען מיט ליבע צו מענטשן, מיטגעפֿיל, טיפֿער מענטשלעכקייט און עמפּאַטיע צו די פּערסאָנאַזשן, וואָס ער האָט אָפּגעבילדעט.
זײַנע ווערק שפּיגלען אָפּ שליסל־געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: די ערשטע וועלט־מלחמה, די בירגער־מלחמה, די צווייטע וועלט־מלחמה. די ווערק פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוון זענען סײַ געשיכטע, סײַ קונסט און אַן עדותשאַפֿט פֿון אַן קינסטלערישער שטעלונג, וואָס איז אָפֿטמאָל געשטאַנען אין אַ סתּירה צו דער אָפֿיציעלער אידעאָלאָגיע.
די פֿאָרמירונג פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוו: די וואָרצלען פֿון
שעפֿערישע וועגן און פֿריע דערפֿאַרונגען
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אין זינאָווי טאָלקאַטשאָווס ווערק שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע פֿאַרשידענע וועגן און טעמאַטישע ריכטונגען. פֿון איינער זײַט איז דאָ זײַן הויכהאַלטונג פֿון שלום־עליכמען, פֿון דער אַנדערער זײַט — זײַן פֿאָרשונג פֿון די פֿאָלגן פֿונעם פֿאַשיזם און די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. לאָמיר אָנהייבן מיט זײַנע וואָרצלען: וווּ און אונטער וועלכע אומשטענדן איז ער געבוירן געוואָרן?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: זינאָווי טאָלקאַטשאָוו איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטעטל שטעדרין אין רײַסן, אין אַ זייער אָרעמער משפּחה פֿון האַנטווערקערס. ווען ער איז געווען אַלט בערך צוויי אָדער דריי יאָר, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין קיִיוו.
טאָלקאַטשאָוו האָט געלערנט אין אַ ייִדישער אַרבעטער⸗שולע מיט צוויי קלאַסן. אַז ער האָט אַנטוויקלט אַן אינטערעס אין מאָלערײַ, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער וואַרשטאַט פֿון אַ מאָלער וואָס האָט געמאַכט וויוועסקעס – ערשט ווי אַ לערניונגל. 1914 זענען זײַנע פּלאַקאַטן שוין גענוצט געוואָרן בעת וואַל⸗קאַמפּאַניעס אין שטאָט.
שפּעטער האָט ער זיך אַרײַנגעלאָזט אין דער אַקטיווער ייִדישער יוגנט⸗סביבה, זיך אָנגעשלאָסן אין אַ רעוואָלוציאָנערער אָרגאַניזאַציע, אָנהייבנדיק 1917 גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל אין דער קאָמסאָמאָל־באַוועגונג. שפּעטער האָט ער אַ סך פֿון די דאָזיקע מענטשן פֿאַרייביקט אין זײַנע ווערק.
אין די 1920ער יארן איז טאָלקאַטשאָוו געווען אַקטיוו אין שאַפֿן וואַנטמאָלערייען פֿאַר רעוואָלוציאָנערע און יוגנט⸗קלובן אין קיִיוו. די וואַנטמאָלערייען האָבן נישט איבערגעלעבט – זיי זענען געווען אויסגעפֿירט אויף צײַטווייליגע מאַטעריאַלן, ווי למשל שפּערהאָלץ, און די הנחות אַליין האָבן אָפֿטמאָל געביטן זייער פֿונקציע. מיר קענען וועגן זיי בפֿרט דורך פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין די ווערק האָט דער קינסטלער געשילדערט, צווישן אַנדערע, זיינע פֿרײַנד, וואָס האָבן אים באַקענט מיט נײַע געדאַנקען און ליטעראַטור. אַ סך פֿון זיי זענען אומגעקומען בעת דער טריפּיליאַ טראַגעדיע.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי באַדײַטנדיק זענען געווען פֿאַר זינאָווי טאָלקאַטשאָוון זײַן פּאָליטיש לעבן און פּאָליטישע מיינונגען?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: איך דענק, זיי זענען געווען עיקרדיק וויכטיק. איידער אַלץ, האָט טאָלקאַטשאָוו געזען זיך ווי אַ מענטש מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכער חשיבות, אַן אַקטיווער באַטייליקטער אינעם לעבן פֿון זײַן שטאָט און לאַנד. מען מוז נעמען אין באַטראַכט זײַן אָפּשטאַם: אַן אָרעמע ייִדישע משפּחה, קיין שום אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט, אין בעסטן פֿאַל – אַן אַרבעט אין אַ קראָם. אַנשטאָט דעם האָט זיך פּלוצלינג פֿאַר אים געעפֿנט אַ גאַנץ אַנדער וועלט, און דאָס האָט פֿאַר אים געהאַט אַ ריזיקע באַדײַטונג.
דאָס איז דער טעם פֿאַרוואָס אַזוי פֿיל יונגע ייִדן האָבן זיך אַזוי אַקטיוו אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, אינעם זוכן דאָס «נײַע» און אין די השגה פֿון בויען אַ נײַע וועלט. רעוואָלוציאָנערע לאָזונגען זענען שטענדיק פאַרכאַפּנדיק – גלײַכקייט, אינטערנאַציאָנאַליזם, יושר, מענטשנרעכט. הײַנט ווייסן מיר גוט, צו וואָס די דאָזיקע לאָזונגען האָבן למעשה געפֿירט, אָבער פֿאַר אַ יונגערמאַן פֿון אַן אָרעמער ייִדישער משפּחה האָבן זיי געקלונגען אויסטערליש איבערצײַגנדיק. עס איז געווען כּמעט אוממעגלעך נישט צו ווערן מיטגעריסן דורך זיי.
צי איז זינאָווי טאָלקאַטשאָוו אַנטוישט געוואָרן אין רעוואָלוציאָנערע אידעען, און ווי אַזוי האָבן זיך געביטן זײַנע השקפות?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: צי איז באַקאַנט, ווי אַזוי זינאָווי טאָלקאַטשאָווס פּאָליטישע השקפות האָבן זיך געביטן מיט דער צײַט? קען מען זאָגן, אַז ער איז אַנטוישט געוואָרן אין רעוואָלוציאָנערע אידעען?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: ער איז נישט געוואָרן אַנטוישט – אַדרבא, ער האָט אײַנגעזען ווי קאָמפּליצירט די וועלט איז. אַמאָל בין איך געווען פֿרײַנט מיט דעם באַקאַנטן קיִיווער קינסטלער יאַקים דאַווידאָוויטש לעוויטש, אַן אומאָפיציעלן קינסטלער פֿון די 1960ער יאָרן. ער האָט דערציילט וועגן זײַנע שמועסן מיט זינאָווי טאָלקאַטשאָוון אין דער צײַט פֿונעם „אָפּטוי“.
אין יענער צײַט האָבן יונגע קינסטלער אָנגעהויבן שפּירן אַ געוויסע פֿרײַהייט, געבענקט נאָך ענדערונגען און געאַרבעט מיט מער דרייסטקײַט. און טאָלקאַטשאָוו האָט זיי געזאָגט: מע דאַרף זײַן זייער פֿאָרזיכטיק. ער האָט זיך גוט געדענקט דעם שטאַרקן אידעאָלאָגישן דרוק, וואָס ער האָט איבערגעלעבט אין די 1940ער יאָרן. „איצט האָט מען אונדז געגעבן אַ ביסל לופֿט“, האָט ער געזאָגט, „אָבער מיר ווייסן נישט, וואָס עס קען געשען איבערמאָרגן.“ דעריבער האָט ער זיי געראָטן צו היטן זיך.
דעמאָלט איז ער שוין געווען אַן עלטערער, זייער אַ חכמהדיקער מענטש. ער האָט געהאַט רחמנות אויף יונגע קינסטלער, ווײַל ער האָט געוווּסט, וואָס די סיסטעם קען טאָן מיט אַ קינסטלער און מיט אַ מענטשן בכלל. איך גלייב נישט, אַז זײַנע השקפות האָבן זיך געביטן אויף אַ טיפֿן אופֿן. דערקעגן, איז ער געקומען צו דער הכרה, אַז די וועלט איז פֿיל מער קאָמפּליצירט ווי זי האָט פֿריִער אויסגעזען.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: לויט אײַער מיינונג, האָבן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די מאַכט־סטרוקטור אַליין באַווירקט זײַן וועלט⸗ באַנעם?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: ער איז געווען אַ סאָוועטישער מענטש, באמת געגלייבט אין דער מעגלעכקייט פֿון יושר, אינטערנאַציאָנאַליזם, גלײַכקייט. דאָס, וואָס עס האָט זיך למעשׂה אָפּגעטאָן, האָט ער באַטראַכט ווי אַ פֿאַרדרייונג, אַ פֿאַרקרימונג פֿונעם אָריגינעלן אידעאַל פֿון דער רעוואָלוציע.
נאָכמאַכונג אָדער אַן אייגענער וועג: פֿון וועמען האָט זינאָווי טאָלקאַטשאָוו געלערנט?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿון וועמען האָט זינאָווי טאָלקאַטשאָוו געלערנט? צי האָט ער געהאַט קינסטלערישע לערערס, און ווער קען דינען ווי זײַנע קינסטלערישע אָריענטירן?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: ער האָט נישט דירעקט נאָכגעמאַכט קיינעם. פֿאַרקערט, טאָלקאַטשאָוו האָט זיך אָריענטירט אַף די גרויסע טראַדיציע פֿון דער וועלט־קונסט. בעת דער אַרבעט מיט זײַן אַרכיוו האָב איך באַמערקט, מיט וואָסער אַ גרויסער אויפֿמערקזאַמקײַט האָט ער אַנאַליזירט, למשל, די צייכענונגען פֿון מילע – אַ באַוווּסטן פֿראַנצייזישן קינסטלער פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט. גלײַך אַזוי גרינטלעך האָט ער שטודירט רעמבראַנדטס ווערק. דאָס אַלץ איז קלאָר פֿאַראַן אין זײַנע אייגענע ווערק.
ס’איז אויך באַקאַנט, אַז אַ צײַט האָט טאָלקאַטשאָוו געוווינט אין מאָסקווע: ער האָט זיך קודם געלערנט אין די פֿרײַע קינסטלערישע וואַרשטאַטן, און שפּעטער — אין „ווכוטעמאַס“. נאָך זײַן מיליטער־דינסט האָט ער שטודירט אין דער מאַרקסיסטישער אוניווערסיטעט אין כאַרקאָוו, און דערנאָך – אינעם קיִיווער קינסטלערישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שפּעטער אויך געלערנט.
פֿונדעסטוועגן, איז דער וויכטיקסטער עלעמענט אין זײַן אַנטוויקלונג געווען זײַן כּסדרדיקע זעלבסט־בילדונג. ער האָט אַ סך געלייענט, געזען און נאָכגעפֿאָלגט די קינסטלערישע פּראָצעסן.
ווי אַזוי די צווייטע וועלט־מלחמה האָט פֿאַרוואַנדלט די קונסט פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוו
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה גייט זינאָווי טאָלקאַטשאָוו דינען אין דער אַרמיי.
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: יאָ, אָבער עס איז כּדאַי צו באַמערקן: טאָלקאַטשאָווס באַטייליקונג אין דער צווייטער וועלט־מלחמה איז איינער פֿון די מערסט באַמערקנסווערטע און אין דער זעלבער צײַט טראַגישע קאַפּיטלען פֿון זײַן לעבן. 1941 האָט ער זיך פֿרײַוויליק געמעלדן אויפֿן פֿראָנט, פֿריִער אַוועקגעשיקט זײַן משפּחה אין עוואַקואַציע. דורכאויס די אַלע יאָרן פֿון דער מלחמה איז ער געבליבן אין דער אַרמיי, נישט שטענדיק אויף דער פֿראָנט־ליניע, אָבער כּסדר אין באַוועגונג צוזאַמען מיט די טרופּן.
צוליב דעם ווערט זײַן שאַפֿונג פֿון די 1920ער יאָרן אָפֿטמאָל איבערגעזען, כאָטש דווקא דעמאָלט האָט ער באַשאַפֿן אויסערגעוויינלעך שטאַרקע ווערק. דאָס זענען פּלאַקאַטן – אפֿשר אַ ביסל נאַיווע, אָבער גאָר אויסדרוקספֿולע, און אויך אַ ברייטע סעריע, וואָס איז געווידמעט דער רויטער אַרמיי. אין די 1920ער יאָרן איז טאָלקאַטשאָוו געווען אַן אויסערגעוויינלעך פּאָפּולערער קינסטלער, זײַנע ווערק זענען געדרוקט געוואָרן אין אַ סך זשורנאַלן און פּעריאָדישע אויסגאַבעס.
באַזונדערס באַמערקנסווערט איז דער ציקל „רויטע אַרמיי“ און די סעריע „לענין — די מאָסן“, וווּ דער קינסטלער שטעלט טיף קאָמפּליצירטע פֿראַגעס: ווער טרײַבט די געשיכטע — דער פֿירער צי דער המון, און ווער פֿירט וועמען? אין די דאָזיקע ווערק צעגייט לענין ממש אין די מאָסן, און די גרענעץ צווישן זיי פֿאַרשווינדט.
אין דער סעריע „רויטע אַרמיי“ איז פֿאַראַן נישט קיין העלדישקייט, אויסברוכן אָדער שיסערײַען. עס זענען דאָ מידע מענטשן, געזעגענונגען, רירנדיקע סצענעס פֿון דער מענטשלעכער שוואַכקייט. די דאָזיקע ווערק שטייען אויף איין מדרגה מיט דעם אייראָפּעיִשן עקספּרעסיאָניזם, וואָס האָט אין יענער צײַט געגעבן דעם טאָן פֿאַר דער מערבֿדיקער קונסט.
אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמען זײַנע אילוסטראַציעס צו דעם ראָמאַן „אינעם מערבֿ־פֿראָנט איז גאָרנישט נײַעס“. זיי זענען פֿרײַ פֿון טריומפֿאַלן פּאַטאָס, זיי דריקן אויס בלויז דעם גרויל פֿון אַ מלחמה, וואָס פֿאַרניכטעט דעם מענושן און די מענטשהייט אַליין. אין דער אוקראַיִנישער קונסט איז די טעמע פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה זעלטן באַהאַנדלט געוואָרן, און טאָלקאַטשאָוו איז געווען איינער פֿון די ווייניקע, וואָס האָבן זי באַטראַכט ווי אַן אַל⸗מענטשלעכע טראַגעדיע, וואָס האָט זיך שפּעטער, אין די 1940ער יאָרן, איבערגעחזרט.
אין 1941, בשעת זיך באַוועגנדיק מיט דער אַרמיי, האָט ער באַשאַפֿן די סעריע „אָקופּאַנטן“. עס גייט דאָ נישט וועגן נצחון, נאָר וועגן טראַגעדיע: פּויערים, קינדער, חרובֿ־געמאַכטע שטעט. גלײַך ווי אין אָלעקסאַנדר דאָווזשענקאָס פֿילם „אוקראַיִנע אין פֿלאַמען“, איז דאָ נישטאָ קיין שום טריומף – בלויז די קאַטאַסטראָפֿע, וואָס האָט געטראָפֿן דאָס לאַנד. צוליב דעם, אַגבֿ, האָט מען אים שאַרף קריטיקירו: די סעריעס האָבן נישט אַרײַנגענומען קיין פּאַרטיי־פֿירער און קיין שום אַפֿיציעלע נאַראַטיוון – נאָר די טראַגעדיע פֿון דער מלחמה.
אין 1944 צוזאַמען מיט די טרופּן האָט ער געזען די נאָכפֿאָלגן פֿון די נאַצישע גרוילטאַטן. ער האָט געדאַרפֿט מאָלן אויף אַלע מאַטעריאַלן, וואָס זענען געווען פֿאַראַן – אַרײַנגערעכנט אָפֿיציעלע פֿאָרמען געפֿונען אין אוישוויצער קאָמאַנדאַטור. ער האָט געמאַכט נאָטיצן און דאָקומענטירט וואָס ער האָט געזען. ער איז באַזונדערס פֿאַריאָגט געוואָרן פֿון אַ קופּע קינדער־שיך – קליינע רויטע שיך, ענלעך צו די וואָס זײַן טאָכטער האָט געטראָגן. די דערפֿאַרונג געבליבן אויף אייביק אין זײַנער קונסט.
ווי דער סאָוועטישער רעזשים האָט באַטראַכט זינאָווי טאָלקאַטשאָוון
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי האָט די סאָוועטישער רעגירומג באַטראַכט זינאָווי טאָלקאַטשאָוון? אין וואָסער מאָס איז זײַן אַרבעט געווען אָפּהענגיק פֿונעם רעזשים, געגעבן די אַלגעמיינע לעבנס⸗באַדינגונגען פֿון קינסטלער אין דער סאָוועט־פֿאַרבאַנד?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: איך קען נישט גאָר מסכים זיין מיט אײַך, ווייל אַ סך ווענדט זיך אין דעם קינסטלער’ס אייגענער שטעלונג. אויב אַ קינסטלער וויל זײַן אַ טייל פֿון אָפֿיציעלע סטרוקטורן, זיך אָנשליסן אין פּרעזידעס און ווערן אַקטיוו באַטייליקט אין דער סיסטעם, דאַן ווערן זיי אומצווייפֿלעך אָפּהענגיק פֿונעם רעזשים.
אָבער אויב אַ קינסטלער קלייבט זיך באַוואוסטזיניק אַן אַנדערע פּאָזיציע – אַרבעטן זעלבשטענדיק, נישט אויסקלייבן קיין אָפֿיציעלע ראָלעס און טאָן בלויז וואָס ער האַלט פֿאַר וויכטיק – פאַרקלענערט זיך די מדרגה פֿון אַזאַ אָפּהענגיקײַט באַדייטנד.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אָבער וואָס אויב אַ קינסטלער ברענגט אויף טעמעס, וואָס די רעגירונג האָט נישט ליב?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: אין אַזעלכע פֿאַלן ווייסן מיר גאָר גוט, ווי זאַכן האָבן זיך אָפֿט געענדיקט: אַ ריזיקע צאָל ליטעראַטור און קונסטווערק זענען געבליבן «אויף דער פּאָליצע» פֿאַר יאָרן, און ערשט שפּעטער געוואָרן צוטריטלעך. אין דער זעלבער צײַט, זייער אַרויסקומען — פֿריִער אָדער שפּעטער — באַווייַזט די באַדייטונג פֿון די שעפֿערישע ווערק.
אָן אַ ספק, האָט די סיסטעם צעבראָכן אָדער חרובֿ געמאַכט אַ סך קינסטלער. אָבער איך בין איבערצייגט, אַז די פּערזענלעכע שטעלונג האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. אין דער זעלבער צײַט, קען מען נישט אומבאַדינגט באַשולדיקן קיינעם פֿאַר קאָמפּראָמיסן, דאָס איז יאָ אַן אמתע לעבנס⸗סטראַטעגיע. מיר אַלע מאַכן קאָנצעסיעס יעדן טאָג, אָפֿטמאָל טוענדיק זאַכן, וואָס מיר וואָלטן גיכער נישט געטאָן, איבערקומענדיק אונדזער אייגענעם קעגנערשאַפֿט.
טאָלקאַטשאָוו איז געווען גאָר אַקטיוו אין די 1920ער יאָרן, ער איז געווען אין קאָמסאָמאָל און טיף פֿאַרוויקלט אין עפֿנטלעכן לעבן. אין דער זעלבער צײַט, כאָטש ער איז געווען באַטראַכט ווי אַ סאָוועטישער קינסטלער, האָט סאָצרעאַליזם כּמעט נישט איבערגעלאָזט קיין שפּור אויף זיינע ווערק. ער האָט פּראַקטיש נישט קיין סאָצרעאַליסטישע ווערק – וואָס איז אַ גאַנץ אייגנאַרטיקער פֿענאָנען.
ערפֿאָלג אין פּוילן און דרוק אין דער היים: די רעאַקציע פֿונעם רעזשים צו זינאָווי טאָלקאַטשאָווס ווערק
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: ער האָט אויסגעשטעלט אין פּוילן, און ער האָט זיך באַגעגנט דאָ מיט אַ ריזיקן ערפֿאָלג. מע האָט אַ סך געשריבן וועגן אים, געלויבט, ווײַל דאָס איז געווען אַ שטימע. קודם כל, איז עס געווען טיף ערלעך. צווייטנס – אָפֿן. דערצו, האָט עס גענומען מוט צו קוקן אויף אַזאַ זאַכן און זיי אָפּשילדערן.
דאָס וואָלט נישט יעדער איינער געקענט טאָן. מיר ווייסן, ווי פֿיל ווערק וועגן דער מלחמה איז גישריבן געוואָרן, וווּ עס איז צו פֿילן אַ דיסטאַנץ צווישן דער טעמע און דעם קינסטלער – אַזוי ווי ער וואָלט זיך באַשיצט. אָבער דאָ באַשיצט ער זיך גאָרנישט. ער גייט ביזן סוף. עס סענען דאָ אויסטערליש דראַמאַטישע זאַכן, שרעקלעכע – און ס’איז ממש אַ וווּנדער, ווי אַזוי ער האָט געקענט דאָס אַלץ „דורכצוקײַען“.
דערצו האָט ער אין יענער צײַט באַשאַפֿן אַ גאָר אייגנאַרטיקע סעריע ווערק – „קריסטוס אין מײַדאַנעק“, אין וועלכער ער האָט אינטערפּרעטירט די טראַגעדיע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה דורך גי צענטראַלע קריסטלעכע געשטאַלט.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: דער עיקר – ווי אַזוי האָט דער רעזשים רעאַגירט?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: וואָס אינטערעסירט מיך מער: ער איז קיינמאָל נישט געווען קיין רעליגיעזער מענטש. בכלל נישט. פּונקט אַזוי איז ער קיינמאָל נישט געווען פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: און די דאָזיקע ווערק זענען נישט געווען פֿאַרבאָטן אין פּוילן?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: אין פּוילן — נישט. אָבער ווען ער איז צוריקגעקומען אַהער, האָט זיך אַלץ אָנגעהויבן. עס האָבן זיך אָנגעהויבן אידעאָלאָגישע קאַמפּאַניעס, און למעשׂה האָט ער די דאָזיקע סעריעס קיינמאל נישט געוויזן ערגעץ אַנדערש. קיינער האָט זיי נישט געזען — בלויז געהערט, אַז עפּעס אַזאַ איז געווען אין פּוילן.
עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם און „מערבֿדיקער השפּעה“, אַ שרעקלעכע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע.
יעדער איינער האָט אים פֿאַרדאַמט – פֿון מאָסקווע ביז קייִעוו. עס זענען פֿאָרגעקומען שרעקלעכע פֿאַרזאַמלונגען: אינעם קינסטלער⸗פֿאַרבאַנד , אינעם קונסט⸗אינסטיטוט, בעת עפֿנטלעכע דיסקוסיעס. און אַזוי איז געשען, אַז ער האָט זיך געפֿונען אינעם צענטער פֿון דער דאָזיקער שרעקלעכער קאַמפּאַניע.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אַזוי האָט דאָס געווירקט אויף אים? האָט ער נישט פֿאַרלוירן דעם גלויבן אין זײַנע אייגענע אידעען? ווייל עס שאַפֿט דעם אײַנדרוק, אַז דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם אָנהייב, איז שפּ געיאָגט דורך די זעלבע מענטשן, פֿאַר וועמען ער האָט געאַרבעט.
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: צו זאָגן דעם אמת, קען איך נישט זאָגן מיט זיכערקייט. איך האָב אים נישט געקענט פּערזענלעך, און ער אַליין האָט קיינמאָל נישט געשריבן וועגן דעם. אָבער אויב מען אַנאַליזירט זײַן שאַפֿונג, דאַכט זיך מיר, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען: מיר זענען אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַ פֿאַלשן וועג. עס איז געווען אַ פֿאַרדרייעניש – דער סטאַליניזם, די רעפּרעסיעס און אַלץ אַנדערש.
אין די 1940ער יאָרן, בעת די קאַמפּאַניע, איז ער געוואָן פּראַקטיש פֿאַרניכטעט פּראָפֿעסיאָנעל. ער האָט אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין פּובליק, איז געבליבן אין שטוב, נישט געגאַן אין ערגעץ – עס איז גאָרנישט געווען וואָס זיי האָבן אים געקענט טאָן. אָבער ער האָט פֿאַרלוירן דאָס רעכט אויף זײַן פּראָפֿעסיע. ער האָט געהאַט אַ משפחה צו פֿיטערן, האָט ער אונטער פֿאַרפֿעלשע נעמען, מיט דער הילף פֿון פֿרײַנט, באַשאַפֿן אילוסטראַציעס פֿאַר צײַטונגען און זשורנאַלן.
מע האָט פשוט אויפֿגעהערט אים צו דערמאָנען. ער איז ערשט ווידער אויפֿגעשטאַנען אין די 1960ער יאָרן.
אַ סך פֿון זײַנע ווערק זענען פֿאַרלוירן געגאַן בעת דער מלחמה – צוליב דעם אריבערצוציען. די סעריע “אָקופּאַנטן” איז פֿאַרשוואונדן, ווען די דײַטשן זענען אָנגעקומען, און ער האָט עס שפּעטער איבערגעמאַכט. קליינע אויסשטעלונגען האָבן אָנגעהויבן פֿאַרקומען, און מענטשן האָבן ווידער אָנגעהויבן שרײַבן וועגן אים.
אָבער «קריסטוס אין מײַדאַנעק» איז כמעט קיינמאָל נישט דערשינען. עס איז געהאַלטן געוואָרן אויסער דער זיכט – ווייל עס איז עפּעס אינגאַנצן «אומפֿאַרשטענדלעכע», עפּעס, וואָס האָט נישט געפּאַסט אין ערגעץ.
אַ נײַ איבערקלערן פֿון זינאָווי טאָלקאַטשאָוון: וואָס זײַן קונסט באַדײַט הײַנט
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿרוי האַלינאַ, 1977 איז געווען דאָס יאָר ווען זינאָווי טאָלקאַטשאָוו איז געשטאָרבן. עס איז שוין לאַנג צײַט אַז ער איז מער נישט צווישן אונדז ווי אַ לעבעדיקער קינסטלער. צי קענען מיר אים אָפּשאַצן אויף אַ נײַעם אופֿן? פֿון זײַן ירושה, וואָס קענען מיר הײַנט נעמען פֿאַר זיך אַליין?
האַלינאַ סקליאַרענקאָ: אָן אַ צווייפֿל, קענען מיר.
קודם כּל איז דאָ אַ וויכאיקער ענין פֿון אונדזער איצטיקער פֿאַרנומענקײַט מיט אַ גאַנצלעכער דעסאָוועטיזאַציע, לויט וועלכער מיר מעקן פּשוט אויס קינסטלער, בלויז ווײַל זיי האָבן זיך באַטייליקט אין דער שאַפֿונג פֿון סאָוועטישער קונסט. אָבער זיי האָבן דאָך בלויז געלעבט אין יענער תּקופֿה. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז נישט געווען קיין אַנדער ברירה – די באַדינגונגען זענען געווען אויסערגעוויינלעך האַרט. כּמעט אַלע קינסטלער, וואָס האָבן נישט אָנגענומען די נײַע שפּיל־רעגולן, זענען אָדער אַרויסגעפֿאָרן, אָדער זענען געצווונגען צו שווײַגן.
ווען מיר לייענען וועגן די פֿירנדיקע קינסטלער פֿון די 1920ער יאָרן, זעען מיר: אויף איין אָדער אַן אַנדער אופֿן זענען אַלע געווען אַרײַנגעצויגן אין דעם פּראָצעס. און שפּעטער, ווען אַלץ האָט גענומען אימהדיקע פֿאָרמען, זענען געקומען אַנטוישונג און טראַגעדיע — מיר ווייסן סײַ וועגן כווילאָוווי’ס זעלבסטמאָרד, סײַ וועגן אַ סך אַנדערע דראַמאַטישע גורלות.
דאָס זענען געווען אויסערגעוויינלעך שווערע און שרעקלעכע צײַטן. און טאָלקאַטשאָוו איז געווען זייער יונג – געבוירן אין 1903, ליידנשאַפֿטלעך, ענערגעטיש. דעריבער מוזן מיר זיך צונעמען צו דער קונסט פון דער סאָוועטישער תקופה מיט גרויס ערנסטקייט און פֿאָרזיכטיקײַט. עס זענען דאָ קאָמפּליצירטע פֿיגורן און קאָמפּליצירטע קונסט. און אין קיין פֿאַל איז אַלץ אין איר נישט פֿאַרפּעסטיקט פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, מיט זײַנע ליגנס און פּראָפּאַגאַנדע.
למשל, זינאָווי טאָלקאַטשאָוו האָט קיינמאָל נישט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיט סאָציאַליסטישן רעאַליזם. אינעם צענטער פֿון זײַנע ווערק איז שטענדיק געלעגן דער מענטש, די מענטשלעכע וועלט. און דאָס איז טאַקע עפּעס, וואָס בלייבט באַדײַטנדיק אין יעדער תקופה.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



