איבערן ראַם פֿון מאָלערײַ־לײַוונט: ווער איז געווען סאָניאַ דעלאָנע און פֿאַרוואָס האָט זי פֿאַרוואַנדלט די קונסט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט?
מיט אַ דיכטערין, אילוסטראַטאָרין, זשורנאַליסטקע און מחברין פֿונעם בוך „סאָניאַ און דאָס שפּיל פֿון פֿאַרבן“ יוליאַ סטאַכיווסקאַ רעדן מיר וועגן סאָניאַ דעלאָנע – איר כאַראַקטער און די ברירות, וואָס האָבן געפֿאָרמט אַן קינסטלערין פֿון וועלט⸗מדרגה.און אויך וועגן די אוקראַיִנישע און ייִדישע ירושה פֿון דער קינסטלערין, זייער אײַנפֿלוס אויף איר אידענטיטעט, און פֿאַרוואָס איז עס אוממעגלעך זי צו באַגרענעצן צו בלויז איין נאַציאָנאַלער עטיקעט.

Топ 5 за 24 години
„נישט אַלע, וואָס פֿאַרמאָגן טאַלאַנט, ווערן סאָניאַס דעלאָנע“
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: פֿאַר זי, וואָס באַטײַטן דאָס בילד, די געשטאַלט, און די ריזיקע מאָס און פּערזענלעכקייט פֿון סאָניאַ דעלאָנע?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: קודם כל, גייט עס דאָ וועגן אַן אויסערגעוויינלעכן דאָרשט נאָך הצלחה. אַ קליין מיידעלע, וואָס וויל שוין מיט פֿינף יאָר אַריבערגיין וואוינען צו אַן אַנדער משפּחה, ווײַל זי פֿאַרשטייט: דאָרט וועט איר זײַן בעסער, זי וועט דאָרט קענען מאָלן. מע האָט זי אַפֿילו נישט געדאַרפֿט איבערצײַגן.
פֿאַרשטייט זיך, זי טרויערט, ווי יעדעס קינד, אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿאַרשטייט זי, וווּ זי געפֿינט זיך. איך קען נישט זאָגן, אַז דאָס איז מיר נאָענט, אָבער זי איז געווען אויסטערליש אַמביציעז. און דווקא דער דאָזיקער דאָרשט אירער – קיינמאָל נישט אָפּצושטעלן זיך אונטער קיין שום אומשטענדן, און אַ געוויסע נישט⸗פֿאַראַנענקײַט פֿון מורא, מאַכט אַזאַ שטאַרקן רושם. ווײַל, לאָמיר זײַן ערלעך, עס זענען פֿאַראַן אַ סך טאַלאַנטירטע מענטשן, אָבער נישט יעדער פֿון זיי ווערט אַ סאָניאַ דעלאָנע.
טאַלאַנט צי אויסהאַלטנדיקייט: וואָס איז געווען דער באַשטימענדיקער פֿאַקטאָר?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי אַזוי הענגען צוזאַמען אויסהאַלטונג, אַמביציע, ציל⸗באַוווּסטזײַן און טאַלאַנט אינעם פֿאַל פֿון סאָניאַ דעלאָנע? איז דאָס געווען מער האַרטע אַרבעט צי טאַלאַנט, וואָס האָט זיך פּשוט נישט געקענט אײַנהאַלטן?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: איך מיין, דאָ האָבן זיך די שטערן טאַקע גוט צוזאַמענגעשטעלט. עס דאַכט זיך, שוין ווי אַ קינד איז זי געווען אַ מיידל מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער, זי האָט נישט געהאַט קיין געדולד צו שוואַכקייט, זי האָט אויסגענאָמען בײַ איר פֿאָטערס אָפּטימיזם.
והשנית איז זי אַרײַנגעקומען אין אַ זייער גינסטיקער סביבה, אַריבערגעפֿאָרנדיק וואוינען בײַ איר פֿעטער פֿון איר מאַמענס צד. און דאָס איז וויכטיק: איר מאַמע האָט איר יאָ געהאָלפֿן, כאָטש סאָניאַ איז קיינמאָל נישט טאַקע צוריקגעקומען צו איר, און שפּעטער האָט זי געשטיצט בלויז אירע ברידער. די קרובהשאַפט איז דאָ טאַקע איבעראַשנדיק.
די פֿרעמדקייט צו דער משפּחה: וואָס ווייס מען וועגן דעם?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איז באַקאַנט דאָס, פֿאַרוואָס אירע באַציִונגען מיט דער משפּחה זענען געווען אַזוי?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: פֿאַר אַלעם, זי איז געוואָרן זייער פֿרעמד צו דער משפּחה ווען זי איז אַוועקגעפֿאָרן ערשטנס קיין סאַנקט־פּעטערבורג. זי איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס – טראָץ אַלע ווערסיעס וועגן פּאָלטאַווע אָדער גראַדיזק, איז דאָס באַשטעטיקט געוואָרן דורך היגע היסטאָריקער.
נאָכן שטודירן אין אויסלאַנד, נאָכן הצלחה — ווי אַזוי וואָלט זי דאָס געקענט אויפֿגעבן? און חוץ דעם, ווער און וווּ וואָלט זיך בכלל אומגעקערט ערגעץ נאָך 1917? זי מיט ראָבערט דעלאָנע איז געפֿאָרן קיין שפּאַניע און האָט געדאַרפֿט זיל אַליין שטיזן – דער פֿעטער האָט שוין נישט געקענט צושטעלן הילף. בשעת מעשה האָט די אַדאָפּטירנדע משפּחה איר געגעבן אַן אומגלויבלעכן אָנהייב: דער פֿעטער איז געווען אַ באַרימטע פֿיגור אין פּעטערבורג, געאַרבעט אין יוריספּרודענץ, און זײַן ווײַב האָט זיך אינטערעסירט אין די קונסטן. למשל, רײַזעס צו אַ דאַטשע אין פֿינלאַנד – שווער צו גלייבן, אַז זי וואָלט געהאַט דאָס האָבן בשעת זי האָט געוואוינט אין הראַדיזק.
זי האָט יאָ פֿאַרבראַכט איר קינדהײַט אין אוקראַיִנע, און זי דערמאָנט זי זיך מיט ליבע. אָבער, אָן צוטריט צו דער ברייטערער וועלט, וואָס די צווייטע פֿאַמיליע האָט איר געגעבן – דאַכט זיך, איז עס איז בכלל נישט זיכער, צי זי וואָלט געקענט דערגרייכן, וואָס זי האָט געטאָן. זי וואָלט געמוזט חתונה האָבן.
חתונה ווי אַ סטראַטעגיע
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: זי האָט געפֿילט דרוק מצד איר משפּחה, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ געוויסע שטעלע און געפֿאָדער זי זאָל נישט בלויז מאָלן און נעמען אין באַטראַכט אַנדערע זאַכן.
איז זי אַריבער צו אַ שריט, וואָס איך האַלט פֿאַר זייער קלוג: אַ שידוך פון באַקוועמלעכקײַ מיט ווילהעלם אודע אין 1910. דאָס איז געווען אַן אויסוועג פֿאַר זיי ביידע: ער האָט זיך אינטערעסירט מיט מענער, זי האָט געמוזט לייזן אירע סאָציאַלע ענינים. זיי האָבן זיך געגט שוין אַ יאָר שפּעטער.
אָבער דאָס וויכטיקסטע – פּונקט אין דער צײַט האָט זי באַגעגנט ראָבערט דעלאָנען, דעם מענטשן, וואָס איז געוואָרן איר לעבנס־באַגלייטער און פֿרײַנד. מע קען זאָגן, אַז זי האָט געהאַט מזל – אָבער פֿון דעם מאָמענט אָן איז עס געווען אַ באַוווּסטזיניקער באַשלוס פֿון איר אַליים. זי האָט חתונה געהאַט מיט דער קונסט אַליין, אירע קרובים האָבן עס בלויז נאָך נישט געוווּסט.
בילדונג, סביבה און די „לײַכטטורמלעך“ פֿונעם אַוואַנגאַרד
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָסערע וויסן האָבן געפֿאָרמט סאָניאַ דעלאָנע, איידער זי האָט באַגעגנט איר ערשטן מאַן?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: די משפּחה טערק האָט שטאַרק געשטיצט איר בילדונג: רײַזעס דורך איטאַליע און פֿראַנקרײַך, זוכונג פֿאַרן אָרט וווּ צו שטודירן. לכתּחילה האָט זי געוואָלט קיין פּאַריז, אָבער מע האָט באַשלאָסן אַז קאַרלסרוע, וווּ זיי האָבן געהאַט קרובֿים, וועט זײַן זיכערערער. פֿון דאָרט שפּעטער – פּאַריז.
די סביבה איז אויך געווען וויכטיק: נישט יעדן קינסטלער שענקט מאַקס ליבערמאַן קיין מאָל־פֿאַרבן. צי נישט יעדער האָט די געלעגנהייט צו באַגעגענען שענבערגן, אַ מײַסטער פֿון אַטאָנאַלער מוזיק. די וועלט אַרום איר האָט זי געפֿירט צו דעם אַוואַנגאַרד. אַז זי איז אַרײַנגעקומען אין ווילהעלם אודעס קרײַז, איז זי געוואָרן אַ פֿעסטער טייל פֿון דער לעבעדיקער פּאַריזער קונסט־סצענע.
סאָניאַ זוכט איר אייגענע קינסטלערישע שפּראַך. שוין אין יענער צײַט האָט זי איר צוגאַנג: ווען מע קוקט אויף אירע פֿריִע ווערק, זעט מען, אַז זי איז שוין גאַנץ פֿרי געצויגן צו פֿאַרב. זי פֿילט אַ מאַנגל דערפֿון און זוכט עס אַקשנותדיק.
ווען סאָניאַ באַגעגנט ראָבערט דעלאָנע, און זיי האָבן חתונה בלויז אַ יאָר שפּעטער, איז עס ווי דער פּרינציפּ פֿון גלײַכצײַטיקײַט – סימולטאַניזם – קומט אַרײַן אין שפּיל; נישט בלויז אין קונסט, נאָר אין לעבן אַליין. זייער זון ווערט געבוירן כּמעט גלײַך דערנאָך, און דערנאָך קומט נאָך אַ זייער וויכטיקן מאָמענט – אַ קליינ קאָלדרעלע פֿאַר שאַרלען.
בײַם ערשטן בליק, יעדע מאַמע קען נײַען אַ קלײַנע קאָלדרע. דאָס איז טאַקע נאָר אַ פּעטשוואָרק, אַ הויזגעזינד אָביעקט. אָבער באמצ איז דאָס קונסט. סאָניאַ האָט דערגרייכט עפּעס, וואָס קיינער האָט פֿריער נישט געטאָן. צוזאַמען מיט אַנדערע קינסטלער האָט זי געזוכט אַ נײַע שפּראַך פֿון פֿאַרב – נישט קיין נאָכמאַכונג פֿון נאַטור, נישט מימעסיס, נאָר עפּעס גאָר אַנדערש, עפּעס, וואָס איז שוין געווען אין דער לופֿט.
אין דער זעלבער צײַט האָבן כעמיקער אויסגעפֿאַרשט די גלײַכצײַטיגקײַט פֿון פֿאַרב⸗באַציאונגען. קוכערס האָבן עקספּערימענטירט מיט געשמאַקן, מיט וואָס וואָלט שפּעטער אָנגערופֿן געוואָרן מאָלעקולאַרע קיך. סאָניאַ איז געווען אין צענטער פֿון דעם פּראָצעס – אויסגעפֿאַרשט פֿאַב ווי פֿאַן אומאָפּהענגיקע קראַפֿט.
סימולטאַניזם,אָרפֿיזם און גיין ווײַטער פֿון די לײַוונט
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: וואָס באַדײַטן סימולטאַניזם און אָרפֿיזם אין דער אַרבעט פֿון סאָניאַ דעלאַונע און איר מאַן?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: צוערשט איז עס געווען אַן אַרבעט אויף לײַוונט — 2ד, אָבער סאָניאַ האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון די גרענעצן אין דער וועלט פֿון דעקאָראַטיווער און אַפּליקירטער קונסטן. דאָס איז שוין ד3. זי הייבט אָן שאַפֿן קליידער. עס זענען דאָ זכרונות פֿון טריסטאַן טצאַראַ, אַפּאָלינער, וועלכער האָט אויסגעטראַכט דעם טערמין «אָרפֿיזם» – וואָס באַשרײַבן, ווי בײַ איינעם אָוונט, איז זי דערשינען אין אַ קלייד, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ לעבעדיק בילד, און האָט געטאַנצט טאַנגאָ.
איר פֿילזײַטיקייט ליגט אין דעם אופֿן ווי זי איבערזעצט קאָליר אין באַוועגונג, שטאָף און פּלאַץ. זי האָט געאַרבעט אויף אינטעריערן, מאָדע, אויטאָס און אַפֿילו באַשאַפֿן אַ דעקל פֿאַר «וואָג”. עס איז זעלטן צו געפֿינען נאָך אַזאַ פֿיגור אין אַוואַנגאַרד.
קונסט ווי אַ מיטל צו איבערלעבן
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: אַן אַוואַנגאַרד־פֿיגור מיט אַן אויסערגעוויינלעך ברייטן פֿאַרנעם פֿון אַקטיוויטעטן און אינטערעסן. איז דאָס, אין אַ געוויסער מאָס, געווען אַ שריט פֿון נויטווענדיקייט?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: זי האָט געהאַט די שטיצע פֿון איר מוטערס מצליחדיקער משפּחה, אָבער 1917 האָט די משפּחה אַליין שוין געדאַרפֿט הילף. דעריבער פֿאַרשטייט זי, אַז זי מוז אַליין פֿאַרדינען. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, אַנטלויפֿנדיק צוזאַמען מיט איר מאַן, זענען זיי אָנגעקומען קיין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. זי האָט געפֿונען אינספּיראַציע אין איר סביבה, אָבער האָט דאָך געמוזט פֿאַרדינען געלט. זי איז צוריק קיין מאַדריד און הייבט אָן אַרבעטן מיט טעקסטילן, לאַמפּן־שירעמס, אינטעריערן, קליידער. דאָס האָט איר געגעבן פֿינאַנציעלע סטאַביליטעט.
נישט יעדער קינסטלער איז בכּוח צו מאַכן געלט פֿון זײַן אַרבעט. איר איז דאָס יאָ געלונגען – און דאָס איז אַ באַזונדערע פֿאָרעם פֿון שטאַרקייט.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: און ווי אַזוי האָט זי זיך געפֿילט וועגן דעם? איז דאָס געווען פֿאַר איר אַן אינערלעכער קאָמפּראָמיס?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: זי האָט אויך געוואָלט אַ מזומן. זי האָט שטענדיק געגעבן גרויס אַכט אויף דעם, איז זי נישט געווען אָפּגעריסן פֿון דער רעאַליטעט, זי איז געשטאַנען פֿעסט מיט די פֿיס אויף דער ערד.
אָנערקענונג, מלחמה און לעבן נאָך דעלאָנע
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי מוצלחדיק איז זי געווען?
יוליאַ סטאכיווסקאַ: זי האָט געאַרבעט פֿאַר פֿאַבריקן אין ליאָן, זיך באַטייליקט אין דער וועלט־אויסשטעלונג אין פּאַריז, וווּ זי האָט געהאַט איר אייגענעם פּאַוויליאָן.
איר מאַן איז געשטאָרבן אין 1941. זי איז זיך באַהאַלטן אין דרום פֿראַנקרײַך, און ווידער אַמאָל איז אודע געקומען צו איר הילף.
אָבער זי האָט זיך נישט דאָרט אָפּגעשטעלט; נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען לעקציעס אין סאָרבאָן, לעגיאָן פֿון כּבֿוד, אַ רעטראָספּעקטיוו אין לוּוור – זי איז געווען די איינציקע פֿרוי וואָס האָט געהאַט איינע בעת איר לעבן.
האָבן די בני דור פֿאַרשטאַנען דעם מאָסשטאַב פֿון אירע ענטדעקונגען?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: האָט מע דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז זי פֿירט אַרײַן עפּעס גאָר נײַעס?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: אין אַ שמאָלן קרײַז – יאָ. אָבער אַ מאַסן־פֿאַרשטאַנד קומט ערשט שפּעטער. עס דאַכט זיך מיר, אַז אין יענער צײַט האָבן עס טייל מענטשן מעגלעך באַטראַכט ענלעך צו מאַלעוויטשס „שוואַרצן קוואַדראַט“. דער ענין איז נישט די באַלדיקע אָננעמעניש, נאָר ענדערש די נײַע שפּראַך, וואָס זי האָט באַשאַפֿן. עס איז געווען אַ נײַער אלף⸗בית פֿון פֿאַרבן.
דער דאַדאַיִזם האָט דעקאָנסטרוירט די שפּראַך ביז אירע יסודות. אַזוי זענען בײַ איר אויך די פֿאַרבן צעבראָכן און ווידער צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף אַ נײַעם אופֿן.
סאָניאַ דעלאָנעיס אוקראַיִנישע אָפּטיק
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ווי ריכטיק איז עס צו רעדן וועגן איר אוקראַיִנישער אידענטיטעט?
יוליאַ סטאַכיווסקאַ: מע קען עס נישט רעדוצירן צו איין איינציקער דעפֿיניציע. זי איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלערין, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט און בליט אין פֿראַנקרײַך, ייִדישע לויט איר אָפּשטאַם, און אַ מענטש מיט אוקראַיִנישע וואָרצלען. עס איז אוממעגלעך צו דעפֿינירן ווער זי איז אין איין זאַץ. און דאַכט זיך מיר, אַז דאָס איז אַפֿילו נישט נויטיק. וויכטיק איז אָפּשאַצן איר בײַשטײַער אין יעדן לאַנד…
איר פֿאַרבינדונג מיט קיִיוו איז קלאָר. אונדזער אויפֿגאַבע איז, דאָס קודם־כּל פֿאַר זיך אַליין צו דערציילן. ווער ס׳וויל – וועט הערן.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



