די פֿיגור פֿון איוואַן קוליק: צווישן ליטעראַטור, פּאָליטיק און טעראָר
מיר רעדן מיטן דאָקטאָר פֿון היסטאָרישע וויסנשאַפֿטן, פּראָפֿעסאָר אָלעקסאַנדר רובליאָוו, וועגן איוואַן קוליקן – אַ קאָמפּליצירטע און קאָנטראָווערסיאַלע פֿיגור: אַ ליטעראַרישער טוער און גלײַכצײַטיג אַ סאָוועטישער פֿונקציאָנער, וועמענס טואונגען און באַשלוסן הייבן ארויס אַ סך פֿראַגעס. מיר דערפֿאַרשן זײַן ראָלע אין קולטורעלן לעבן און זײַן השפּעה אויפֿן ליטעראַרישען פּראָצעס פֿון זײַן צײַט.

Топ 5 за 24 години
וואָס איז באַקאַנט וועגן איוואַן קוליק?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ה’ אָלעקסאַנדר, וואָס פֿאַר אַ פֿיגור איז פֿאַר איר איוואַן קוליק?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: ער איז גאָר אַ באַקאַנטער אוקראַיִנישער און סאָוועטישער – מיט אַ דרוק אויף דאָס לעצטע, וויסנדיק וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהײַט, זײַן אָנטייל אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, זײַן מיטגלידערשאַפֿט אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿון די באָלשעוויקעס פֿון אוקראַיִנע – פּאָעט, לאָקאַלער היסטאָריקער, דיפּלאָמאַט, עפֿנטלעכע און בירגערלעכע פֿיגור. דערצו – אַ פֿונקציאָנער פֿון ערשטיקע שריט און טריט פֿון דער פֿאַריין פֿון סאָוועטישע שרײַבער פֿון אוקראַיִנע, אויך אַן אָנפֿירער עטלעכער רעגירונגס⸗אינסטיטוציעס.
פֿאַרוואָס איז איוואַן קוליק צוריקגעקומען קיין אוקראַיִנע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: איך בין געוואָרן זייער פֿאַראינטערעסירט אין איוואַן קוליקס געשיכטע — אפשר צוליב די אַלע סתירות. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1897 אין שפּאָלע, אין דער טשערקאַסי געגנט, אין אַ ייִדישער משפּחה. זײַן אמתער נאָמען איז ישראל, נאָר שפּעטער האָט ער אויסגעקליבן אַן אַנדערן — איוואַן. אין 1914 האָט ער צוזאַמען מיט זײַן משפּחה עמיגרירט קיין אַמעריקע. איז עס באַקאַנט, פֿאַרוואָס און ווי אַזוי איז ער שוין אין 1917 צוריקצוקומען קיין אוקראַיִנע דורך סיביר?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: איך גליוב, אַז ער האָט זיך אין זײַן יוגנע יאָרן פֿאַרבונדן מיט דער ראַדיקאַל־לינקער באַוועגונג, וואָס איז דעמאָלט רעפּרעזענטירט געוואָרן דורך דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער אַרבעטער־פּאַרטיי און איר באָלשעוויסטישן פֿליגל. דאָס דערקלערט זײַן טואונג אין די 1910ער יאָרן, צווישן 1914 און 1917. אויך איז זײַן ווײַטערע אַנטוויקלונג ווי אַ רעוואָלוציאָנער געפֿאָרמט געוואָרן דורך דער אוקראַיִנישער ערד אַליין, זײַן סביבה, די מענטשן אַרום, די געזעלשאַפֿטלעכע, בירגערלעכע און קולטורעלע פֿיגורן.
דערצו איז ער געווען באַאיינפֿלוסט דורך זײַן באַטייליקונג אין דער אָרטיקער באַוועגונג פֿאַר לאַנד־קענטעניש אין אומאַן. אַהין איז ער געקומען פֿון שפּאָלע און דאָ האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אומאַנער אָפּטיילונג פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר געשיכטע און לאַנד־קענטעניש. זײַן באַטייליקונג דאָרט ווערט דערמאָנט אין די זכרונות פֿון אַ באַקאַנטע מעמואַריסטקע און קולטור־טוערין נאַדיאַ סוראָווצעוואַ, וועלכע האָט אויך באַטייליק אין דער געזעלשאַפֿט זינט 1914. זי האָט באַשריבן קוליקן ווי אַ מענטשן וואָס איז געווען „פֿאַרקאָכט אין דער לאַנדישער פֿאַרגאַנגענהייט און אין דער אוקראַיִנישער אַווטענטיק“. אָט ציטיר איך אַן אויסצוג פֿון סוראָווצעוואַס זכרונות וועגן דעם יונגן איוואַן קוליק:
„דער בחור איז געווען אַרומגערינגלט פֿון אַן אוקראַיִנישער סביבה. ער האָט געמאַכט סקיצעס פֿון די וואַנט־מאָלערײַען, מיט וועלכע דער אומאַנער ראַיאָן איז באַרימט. ער האָט געזאַמלט פּיסאַנקעס, אויסהאַפטונגען, האָט נישט אויסגעמיטן קאָליאַדקעס, שטשעדריווקעס און וועסניאַנקעס — אוקראַיִנישע פֿאָלקסלידער, סײַ אַלטע און סײַ מאָדערנע.“
סוראָווצעוואַ האָט אונטערגעשטראָכן, אַז „פֿון אַ ייִדישן ייִנגל פֿון אומאַן איז אַרויסגעקומען אַן אוקראַיִנישער פּאָעט“. הײַנטצײַטיקע פֿאָרשערס, וואָס שטודירן די געשיכטע פֿון דער קיִיווער געזעלשאַפֿט פֿאַרן היטן דענקמעלער פֿון אַלטקײַט און קונסט“, בתוכם לאַריסאַ פֿעדאָראָוואַ, באַמערקן:
„ דער עיקר האָט דער יונגער קינסטלער קוליק געזאַמלט און שטודירט דוגמאות פֿון אוקראַיִנישער פֿאָלקס־אָרנאַמענטיק אין כאַטעס, די הינטערשטע ווענט – און זיי געצייכנט אין דערפֿער איבער די קיִיווער און פּאָדאָליער גובערניעס. אויף איינע פֿון דער געזעלשאפטס זיצונגען האָט ער פֿאָרגעשטעלט סקיצעס פֿון אַ דאָרף לעבן אומאַן, דוגמאות פֿון פּיסאַנקעס, פֿאַרגלײַכנדיק זייערע פֿאַרשידנאַרטיקע פֿאַרב־פּאַליטרעס, און אויך פֿאָרגעלייענט פֿאָלקסלידער, פֿאַרזאַמלטע אין פֿאַרשידענע ערטער, בתוכם קאָליאַדקעס, שטשעדריוקעס, וועסניאַנקעס, פֿאַמיליע־לידער, מיליטער־דינסט⸗לידער, טאָג־טעגלעכע לידער און אַזוי ווײַטער”.
מיט אַנדערע ווערטער: דער בחור, אָדער אפילו גאָר אַן יינגל, איוואַן קוליק האָט זיך פֿאַרנומען נישט בלויז מיט דער ראַדיקאַל־לינקער באַוועגונג אינעם ראַם פֿונעם באָלשעוויסטישן פֿליגל פֿון דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער אַרבעטער־פּאַרטיי, נאָר אויך מיט דעם אוקראַיִנישן קולטורעלן לעבן פֿון זײַן נישט־פּאָליטישער זײַט. דאָס באַווירקט די ווײַטערדיקע ריכטונג פֿון זײַן טואונג, כאָטש פּאָליטיש פֿאַרבלייבט ער אַ באָלשעוויק.“
צוזאַמענאַרבעט אָדער קאָמפּראָמיס? איוואַן קוליק און די סאָוועטישע מאַכט
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: 1917 איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג אין אוקראַיִנע, און צווישן 1924 און 1926 האָט ער טאַקע געוווינט אין קאַנאַדע, אַרבעטנדיק ווי דער קאָנסול פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז, דאַכט זיך, גאַנץ אַ הויכע פּאָזיציע און אַ געוויסע מאָס צוטרוי.
איז, וואָס איז געווען זײַן סטאַטוס, זײַנע באַציִונגען מיט דער מאַכט? האָט מען אים טאַקע געטרויט און האָט ער טאַקע געפֿירט די ענינים אין אויסלאַנד? וואָס איז באַקאַנט וועגן דער דאָזיקער תּקופֿה?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: מען האָט אים געטרויט, אָבער זײַן ביאָגראַפֿיע האָט אויך אַנטהאַלטן טיקנדיקע צײַט־באָמבעס, וואָס זענען סוף כל סוף געווען באַשערט צו פֿירן צו זײַן פֿאַרניכטונג.
אין דעצעמבער 1917, האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ רעגיאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער ר.ס.ד.אַ.פּ., וואָס איז בײַם אָנהייב געוואָרן ווי אַן אַל־אוקראַיִנישע פֿאַרזאַמלונג באַשטימט צו מסקנא צו ברענגען אַ צאָל דרינגנדיקע אָרגאַניזאַציאָנעלע און פּאָליטישע פֿראַגעס. בעת דעם צוזאַמענפֿאָר האָט איוואַן קוליק צוזאַמען מיט אַנדערע אַדוואָקירט פֿאַר דער שאַפֿונג פֿון אַ באָלשעוויסטישער פּאַרטיי פֿאַר אוקראַיִנע וואָס זאָל באַזונדער זיין פֿון דער ר.ס.ד.אַ.פּ. פֿאַר דער קרעמל־רעגירונג איז דאָס געווען אַ סענסיטיווער ענין. פֿאַרשטייט זיך, האָט די מערהייט פֿונעם צוזאַמענפֿאָר נישט געשטיצט אַזאַ פֿאָרשלאָג.
טראָץ דעם, איז קוליק ערוויילט געוואָרן צום הויפּט קאָמיטעט פֿון דער ר.ס.ד.אַ.פּ.(ב.) ⸗ דער סאָציאַלער דעמאָקראַטיע פֿון אוקראַיִנע. בײַם ערשטן אַל⸗אוקראַיִנישן צוזאַמענפֿאָר פֿון ראָטן אין 1917, איז ער ערוויילט געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דעם צענטראלן עקסעקוטיוו קאָמיטעט פֿון די סאָוועטן פֿון אוקראַיִנע. בײַ דעם טאַגאַנראָג ראָט פֿון די באָלשעוויקעס פֿון אוקראַיִנע 19טן⸗20סטן אַפּריל 1918 האָט ער ווידער געשטיצט די שטעלונג פֿון די אַזוי גערופֿענע לינקע קאָמוניסטן וועגן דער שאַפֿונג פֿון אַ קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿון די באָלשעוויקעס פֿון אוקראַיִנע, אומאָפּהענגיק פֿון דער ר.ק.פּ. (ב.).
פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון דער קרעמל פֿירערשאַפֿט, זענען דאָס געווען גריוסע עבירות. שפּעטער איז דאָס געהאַלטן געוואָרן קעגן אים ווי אַן אָפּנייגונג פֿון דער אַזוי גערופֿענער אַלגעמיינער ליניע פֿון דער פּאַרטיי, «סאַמאָסטיִיניזם», כמעט מאַזעפּיזם.
בנוגע זײַן קאָנסולאַרן דינסט אין קאַנאַדע פֿון 1924 ביז 1926, איז נויטיג צו באַטראַכטן אַ ברייטערן קאָנטעקסט. ווען דער קרעמל האָט געשפּילט דאָס שפּיל פֿון אַן «אומאָפּהענגיקער סאָוועטישער אוקראַיִנע», האָט די אַזוי גערופֿענע אוקראַיִנישע סאָוועטישע רעפּובליק געהאַט איר אייגענעם אומאָפּהענגיקן פֿאָלקס⸗קאָמיסאַריאַט פֿאַר אויסלענדישע ענינים. דער קרעמל האָט דאָס נישט געקענט טאָלערירן, דערפֿאַר איז ווײַטער איינגעפֿירט געוואָרן סטאַלינס מאָדעל פֿאַר דער אויטאָנאָמיזאַציע פֿון די מלוכהשע רעפּובליקן – וווּ אַלץ וועט צענטראליזירט. דער פֿאָלקס⸗קאָמיסאַריאַט פֿאַר אויסלענדישע ענינים איז געברענגט געוואָרן אונטער דער קאָנטראָל פֿון מאָסקווע. אין די רעפּובליקן, אוקראַיִנע ארײַנגערעכנט, איז געשאַפֿט געוואָרן אַ פּשוט ביוראָ (אָדער «גלאַווק”) פֿון דער רעגיאָן⸗מדרגה, אָנגעפֿירט דורך אַ באַאַמטן באַשטימט נאָר דורך מאָסקווע, וואָס זײַנע כוחות זענען, נאַטירלעך, געווען גאַנץ באַגרענעצט.
אין דער זעלבער צײַט האָבן די פֿירער פֿון סאָוועטישער אוקראַיִנע געזוכט אין אַ געוויסן שטאַפּל זייערע אייגענע פֿאַרשטייער צו כמעט אַלע פֿון די סאָוועטן⸗פֿאַרבאַנדס אַמבאַסאַדעס און רעפּרעזענטאַנטן⸗הייזער אין אויסלאַנד – לפחות אין לענדער מיט אַ רעלאַטיוו גרויסער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג.
פֿאַרשטייט זיך, אַז סטאַלין האָט אָפּגעוואַרפֿן די פּראָפּאָזיציע, באַגרענעצט די ראָלע פֿון אוקראַיִנישע פֿומקציאָנערן פֿון דעם פֿאָלקס⸗קאָמיסאַריאַט פֿאַר אויסלענדישע ענינים צו פּאָזיציעס ווי ראָטגעבער, סעקרעטאַרן אָדער קאָנסולן. מיט אַנדערע ווערטער, קיינער פֿון אוקראַיִנע האָט נישט געפֿירט קיין איינע פֿון די רעפּרעזענטאַנטן⸗הייזער. איוואַן קוליק איז געשיקט געוואָרן קיין קאַנאַדע מיט אַזאַ פֿונקציע. וועגן דעם פּעריאָד האָט ער געשריבן אַ בוך «נאָטיצן פֿון אַ קאָנסול”.
דאָס וויכטיקסטע אין זײַן אַרבעט איז געווען צו אינפֿאָרמירן דעם סאָוועטישן פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר אויסלענדישע ענינים וועגן דער סיטואַציע צווישן דער אוקראַיִנישער דיאַספּאָרע אין קאַנאַדע און אַוודאי פּראָפּאַגירן די דערגרייכונגען פֿונעם סאָוועטן⸗פֿאַרבאַנד און סאָוועטישער אוקראַיִנע, וואָס זענען צום גרעסטן טייל קלאָר געווען מיטיש, און אַרגומענטירן אַז «אוקראַיִנע איז אין קיין פֿאַל נישט קיין קאָלאָניע, נאָר אַן אומאָפּהענגיקער שטאַט מיט אַן אייגענער רעגירונג און, כאָטש אַ באַגרענעצטער, אָבער טאַקע דיפּלאָמאַטישער רעפּרעזענטאַציע אין אויסלאַנד.»
די ליטעראַרישע דיסקוסיע פֿון 1925–1928: איוואַן קוליקס ראָלע אין דער סביבה
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: זייער אַ טשיקאַווער פּראָצעס אַנטוויקלט זיך אין דעם קולטורעלן לעבן פֿון אוקראַיִנע צווישן 1925 און 1928, עס גייט אָן די אַזוי גערופֿענע „ליטעראַרישע דיסקוסיע“. אין ווי ווײַטער מאָס איז איוואַן קוליק געווען אין דער דאָזיקער סביבה?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: ער איז אָן אַ ספק געווען אַ טייל פֿון די דאָזיקע פּראָצעסן, כאָטש ער האָט זיך כּסדר געהאַלטן בײַ דער אַלגעמיינער ליניע פֿון דער פּאַרטיי.
וואָס איז דעמאָלט געווען דער יסודותדיקער אונטערשייד פֿון דער מאָסקווער ליניע, אַרײַנגערעכנט אויך אין דער ליטעראַרישן פּראָצעס? מיקאָלאַ כווילאָוויס באַרימטער לאָזונג «אַוועק פֿון מאָסקווע», וואָס האָט אַדוואָקירט פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון ליטעראַטור צו גיין ווײַטער אָן צו קוקן אויף מאָסקווער מאָדעלן, נאָר דורך זיך אָריענטירן צו דער קולטור⸗ציוויליזאַטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון אייראָפּע. איז, אויף דער ליטעראַרישער פֿראָנט איז די הויפּט⸗פֿראַגע געווען די זעלבע: איז אוקראַיִנע אומאָפּהענגיק, צי זי איז בלויז אַן אַזוי⸗גערופֿענע סאָוועטישע רעפּובליק אין דער אַזוי⸗גערופֿענעם סאָוועטן⸗פֿאַרבאַנד, און אין וואָסער מאָס האָט זי אויטאָנאָמיע אין דעם ליטעראַרישן פּראָצעס?
אין עיקר, די פּאַרטייס אַלגעמיינע ליניע איז אָפּגעקונען דערצו, אַז דער ליטעראַרישער פּראָצעס, אַרײַנגערעכנט אין די אַזוי⸗גערופֿענע רעפּובליקן, זאָל ווערן געפֿירט לויט מאָסקווער מאָדעלן. אַזוי ווי קוליק איז געווען אַ פֿונקציאָנאַר פֿון פֿאַרשידענע ראַנגען כּמעט פֿון דעם עצם אָנהייב פֿון דעם אַזוי⸗גערופֿענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז ער געווען געצוּוונגען זיך צו האַלטן בײַ דער פּאַרטיי־ליניע.
איך מיין, אַז ער איז ווײַט נישט געווען מסכּים מיט אַלץ; טאַקע, געוויסע דאָקומענטן ווײַזן אָן, אַז ער האָט געהאַט זײַנע אייגענע, באַזונדערע מיינונגען וועגן די דאָזיקע ענינים.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: טאָ האָט ער געטיילט דעם געדאַנק זיך אָפּצוקערן פֿונעם מאָסקווער מאָדעל, צי נישט?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: איך מיין, אַז יאָ. פֿונדעסטוועגן, איז דעמאָלט געווען פֿאַראַן אַן אויסטראַכטעניש פֿון אַ „פּאַרטיי־סאָלדאַט“, וואָס שטעלט נישט אין פֿראַגע קיין באַפֿעלן, נאָר מוז זיי פּשוט אויספֿירן. פֿאַרשטייט זיך, אין דער ראָלע האָט ער זיך געהאַלטן בײַ דער אַלגעמיינער פּאַרטיי⸗ליניע און די דירעקטיוון פֿון מאָסקווע, אָבער אינעווייניק איז ער נישט מיט אַלץ געווען מסכּים.
דער עיקר איז, אַז אין 1925 איז געגרינדעט געוואָרן די אַל⸗מלוכהשע געזעלשאַפט פֿאַר קולטורעלע באַציִונגען מיט פרעמדע לענדער (אַ.ג.ק.ב.). צי האָט אוקראַיִנישע – אפילו אַ פּסעוודאָ⸗אומאָפּהענגיקע – געהאַט אַ נויט פֿאַר אַן אַל⸗אוקראַיִנישער געזעלשאַפט פֿאַר קולטורעלע באַציִונגען מיט פֿרעמדע לענדער? קלאָר, אַז יאָ, געגעבן אַז אוקראַיִנישע טעריטאָריעס האָבן עקזיסטירט אין דער צווייטער פּוילישער רעפּובליק. ביידע מאָסקווע און דעמאָלטיקע מלכותדיקע כאַרקיוו האָבן דערקלערט טיפֿע זאָרג פֿאַר דעם גורל פֿון די מערב⸗אוקראַיִנער. כּדי צו באַשטעטיקן די באַהויפּטונגען, איז געווען נייטיק צו האַלטן געוויסע קאָנטאַקטן און אײַנפֿירן די קולטורעלע דערגרייכונגען פֿון סאָוועטישער אוקראַיִנע אין יענער סבֿיבֿה, וואָס די זאָלן נישט זײַן געווען.
ס’טײַטש, איז די דאָזיקע ליניע געווען באַשטימט צו גיין ווײַטער. אָבער ווידער, די קרעמל⸗פֿירערשאַפֿט האָט אַ לאַנגע צײַט אָדער צוריקגעהאַלטן די דערלויבעניש צו גרינדן אַן אַל⸗אוקראַיִנישע געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטורעלע באַציִונגען מיט אויסלענדישע לענדער, אָדער אַקטיוו געשטערט איר אַנטוויקלונג. אין 1925 זענען פֿון כאַרקיוו אָמגעהויבן איניציאַטיוון צו שאַפֿן אַ באַזונדערע געזעלשאַפֿט, מאָסקווע האָט נישט געגעבן איר הסכּמה, און די גרינדונג איז ערשט פֿאָרגעקומען שפּעט אין 1928. דאָס איז, ווידער אַ מאָל, וועגן ליטעראַרישער דיסקוסיע.
נאָך זײַן קאָנסולאַרן דינסט אין קאַנאַדע האָט איוואַן קוליק געדינט פֿון 1927 ביז 1929 ווי דער פֿאַרטרעטער פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלקס⸗קאמיסאריאט פֿאַר אויסלענדישע ענינים אין אוקראַיִנע. אין דעם ראַנג דעם 24סטן אַפּריל 1928 האָט ער זיך געוואָנדן צום גענעראַל⸗סעקרעטאַר פֿון דעם צענטראַלן קאָמיטעט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי דער באָלשעוויקעס פֿון אוקראַיִנע, לאַזאַר קאַגאַנאָוויטשן, און באַטאָנען די נויטווענדיקייט צו אויפֿשטעלן דעם אַ.וּ.ג.ק.ב.א. (אַל⸗אוקראַיִנישע געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטורעלע באַציונגען אים אויסלאַנד) ווי אַן עפֿעקטיוון מיטל צו נויטראַליזירן דעם איינפֿלוס פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער דעמאָקראַטישער אַליאַנץ (א.נ.ג.אַ.) אויף דער מערב⸗אוקראַיִנישער כללשאַפֿט, און צו פֿאַרשטאַרקן פּראָ⸗סאָוועטישער געפֿיל אין מערב אוקראַיִנע.
איך ציטיר: «כמעט גאַלצע אונדזער אַרבעט אין פּוילן וועט פּאַראַליזירט דורך דעם מאַנגל פֿון דער אוקראַיִנישער געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטורעלע באַציונגען אים אויסלאַנד. די קאָלעגן אין דער נ.ק.א.ע. גלייבן, אַז מיר מוזן נעמען שריט – אויב נישט צו ברענגען די א.נ.ג.אַ. צו אונדזער זײַט, טאָ כאָטש צו נויטראַליזירן זי. איך פּערזענליך גלייב נישט, אַז עס איז געווען מעגליך צו ברענגען די א.נ.ג.אַ. צו אונדזער זײַט, אָבער נויטראַליזירן זי דורך איינפלוס דורך ברייט⸗פֿאַרשפּרייטן קאָאָפּעראַטיוון, קודם כל קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, איז מעגלעך און נויטיק. דאָס קען מען דערגרייכן ראשית כל דורך פֿאַרשטאַרקן פֿון אונדזערן קולטורעלן איינפֿלוס אין מערב אוקראַיִנע. און אָן אַ באַשטימטן קערפּער אין אַ פֿאָרעם פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטורעלע באַציאונגען איז דאָס אוממעגלעך.»
איז, ערהייבט אויף דעם ענין און טענה’ט פֿאַר דער נויטווענדיקייט פֿון אַזאַ באַזונדערער געזעלשאַפֿט. נפֿטירלעך, האָט מאָסקווע פֿאַר אַ לאַנגע צײַט צוריקגעהאַלטן די דערלויבעניש פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, אָבער סוף כל סוף האָבן זיי מסכים געווען, נאָר אַ סך מניעות זענען געווען אין וועג. 1927 האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן, אָבער באמצ איז זי באַלד געוואָרן נישט מער ווי אַ פֿאָרמאַלע רעפּרעזענטאַציע.
«האָט ער גורם געווען אַ גרויסן שאָדן»: ווי אַזוי האָט מען אָפּגעשאַצט די פֿיגור פֿון איוואן קוליקן
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: עס זענען דאָ זייער אינטערעסאַנטע ווערטער וועגן איוואַן קוליקן, זייער מחבר איז וואָלאָדימיר קוליש. ער האָט געזאָגט:
«אַ קלייניטשקער באמצ, מיט אַ שאַרפֿן קליינעם באָרד, איז פֿאָרט געווען אין יענער צײַט דער הויפּט פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין. האָט ער גורם געווען אַ גרויסן שאָדן. געשיקט מער ווי איין שרײַבער צום נ.ק.וו.ד., אָבער אַליין איז ער געענדיגט אויף דעם זעלבן וועג וואָס ער האָט אויסגעפּלאַסטערט פֿאַר אַנדערע. קיינער האָט נישט באַוויינט זײַן טויט». ווי קענען מיר דערקלערן אַזאַ אָפּשאַצונג?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: עס איז גאַנץ פּשוט צו דערקלערן – ער איז אַן אָפֿיציעלער פֿונקציאָנער, באַשטימט צו קאָנטראָלירן די ליטעראַרישע פּראָצעסן אין סאָוועטישער אוקראַיִנע – בפרט אַף אַזאַ פּאָזיציע אין די פֿריִע 1930ער יאָרן. עס איז זיכער נישט נויטיק צו דערמאָנען, וואָס איז געשען דעמאָלט. קלאָר איז ער געווען געצוואונגען צו נעמען פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר מענטשנס גורלות, עפּעס אונטערשרײַבן און געבן הסכּמות. אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט אין ליטעראַרישע קרײַזן, האָבן באַטראַכט זײַן ראָלע אין דער דאָזיקער תּקופֿה אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן.
אָן אַן איינדײַטיקן ענטפֿער: איז איוואַן קוליק אַ פּאָזיטיווע אָדער אַ נעגאַטיווע פֿיגור?
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: טאָ איז עס טאַקע פּאַסיק פֿאַר אונדז צו כאַראַקטעריזירן איוואַן קוליקן, אים צו געבן אַן עטיקעט, אַ „פּלוס“ אָדער אַ „מינוס“, אָדער אים באַשרײַבן ווי אַ פּאָזיטיווער אָדער נעגאַטיווער פֿיגור? סוף־כּל־סוף, פֿון איין זײַט איז ער געווען אינעם ווידערשטאַנד, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט – אַ פֿונקציאָנאַר, וואָס האָט אים למעשׂה נישט געראַטעוועט דאָס לעבן, מע האָט אים הינריכטעט אין 1937.
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: עס איז שווער צו געבן אַ באַשטימטע אָפּשאַצונג. קוליק איז געוואָרן אַ קרבן פֿון דעם סיסטעם, וואָס ער האָט אָפּגעהיט און געזוכט צו שאַפֿן, קלאָר אָן פֿולשטענדיק פֿאַרשטיין צו וואָס עס וועט פֿירן.
אים צו באַצייכענען גאָר נעגאַטיוו – איך וואָלט נישט געגאַנגען אַזוי ווײַט. איך מיין, אַז ער איז אַ קאָנטראָווערסיאַלע פֿיגור, מעט סײַ פּאָזיטיווע און סײַ נעגאַטיווע אייגנשאַפֿטן. אויב איך וואָלט געדאַרפֿט זיך לײַגן צו איין זײַט, וואָלט איך אפשר געווען לײַגן צו דעם נעגאַטיוון, אָבער איך וואָלט נישט אינגאַנצן אָפּגעוואָרפֿן דאָס פּאָזיטיווע. ער איז אַ ווידערשפּרענכדיקע פֿיגור, עטלעכע פֿון זײַנע טואונגען זענען געווען פּאָזיטיוו, אָבער די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן זענען געווען, צום גרעסטן טייל, גאָר נעגאַטיוו.
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: דאַרפֿן מיר טאַקע באמצ נעמען אין באַטראַכט די מעגלעכקייט, אַז ער האָט מיטגעאַרבעט מיט דער בריטישער אויסשפּיר־דינסט, לויט די באַשולדיקונג, וואָס די סאָוועטישע רעגירונג האָט געוואָרפֿן אויף אים?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: דאָס קען מען נישט נעמען ערנסט. אין דער אמתן זענען דאָס געווען אויסגעטראַכטע, פֿאַלשע באַשולדיקונגען.
אַ פֿונקציאָנאַר צי אַ שרײַבער? איוואַן קוליקס אָרט אין דעם ליטעראַרישן פּראָצעס
יעליזאַוועטאַ צאַרעהראַדסקאַ: ה’ אָלעקסאַנדר, ווי אַזוי וואָלט איר אָפּגעשאַצט איוואַן קוליקס בײַשטײַער, בעיקר אינעם ליטעראַרישן פּראָצעס?
אָלעקסאַנדר רובליאָוו: נישט נאָר דעמאָלט, נאָר אפילו איצט, ווען ליטעראַרישע אַרבעט הייבט אָן צו ווערן קאָמבינירט מיט פּאָליטישער אָדער בירגערלעכער טעטיקייט, ליידט די ערשטע זייער שטאַרק. קלאָר, ער איז נישט געווען קיין ליטעראַטאָר פֿון ריזיקע חשיבות, אָבער ער איז יאָ געווען אַ שרײַבער. איך בין נישט קיין ליטעראַטור⸗פֿאַרשער, וועל איך זאָגן מיט פֿאָרזיכט, אַז ער האָט יאָ געהאַט ליטעראַרישן טאַלאַנט. ווען ער וואָלט זיך מצמצם זײַן אויף זײַנע ליטעראַרישע באַשעפֿטיקונגען, וואָלט ער זיכער דערגרייכט מער אין יענעם פֿעלד, אַנשטאָט זיך צו פֿאַרשיבן צו דינען דער פּאַרטיי און דער רעגירונג, און דער ביוראָקראַטישער אַרבעט…
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז צוגעגרייט געוואָרן אין ראַם פֿון אַ פּאַרטנערשאַפֿט־פּראָיעקט מיט אונעסקא, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. פֿאַרן אינהאַלט טראָגט „הראָמאַדסקע ראַדיאָ‟ די איינציקע אחריות, און ער שפּיגלט נישט דאַווקע אָפּ די מיינונגען פֿון אונעסקא אָדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין.
При передруку матеріалів з сайту hromadske.radio обов’язково розміщувати гіперпосилання на матеріал та вказувати повну назву ЗМІ — «Громадське радіо». Посилання та назва мають бути розміщені не нижче другого абзацу тексту



